שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך קען אַ סך מענטשן, אָבער האָב נישט קיין נאָענטע פֿרײַנד. נאָר מיט געציילטע וואָלט איך זיך דערנענטערט. איך בין אַ חתונה־געהאַטע און מײַן מאַן איז פֿרײַנדלעך מיט איינעם פֿון מײַנע געציילטע נאָענטע פֿרײַנד אויך. ס׳איז נישט קיין פּראָבלעם פֿאַר מײַן מאַן וואָס איך האָב אַ פֿרײַנד, אַ זכר. איך אַרבעט מיט דעם חבֿר, און במשך פֿונעם יאָר זענען מיר נעענטער געוואָרן, אָבער מיר זענען געבליבן נאָר פֿרײַנד.

די צרה ליגט אין דעם, וואָס מײַן פֿרײַנד וויל געפֿינען זײַן באַשערטע, און איך זאָרג זיך, אַז ווען דאָס וועט געשען, וועט ער נישט האָבן קיין צײַט פֿאַר מיר, און קיין באַדערפֿעניש פֿאַר אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. אפֿשר זאָל איך נישט ממשיך זײַן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט צוליב דעם? אָדער זאָל איך ווײַטער אָנגיין מיט דער באַציִונג, וויסנדיק, אַז סוף־כּל־סוף, וועט די פֿרײַנדשאַפֿט זיך אָפּשטעלן?

פֿאַרזאָרגטער פֿרײַנד


טײַערע פֿאַרזאָרגטער פֿרײַנד,

עס זענען פֿאַראַן צוויי ענינים וואָס איר רירט אָן אין דעם בריוו:

דער ערשטער איז — פֿרעגט זיך, צי קומט עפּעס פֿאָר טיף אין אײַער נשמה וואָס איר ווילט נישט מודה זײַן צו זיך אַליין? זאָרגט איר זיך, אַז אײַער פֿרײַנד וועט געפֿינען אַ באַשערטע, ווײַל איר ווילט נישט ער זאָל געפֿינען נאָך אַ פֿרוי, אַחוץ אײַך? אויב "דער הונט ליגט דאָ באַגראָבן", וואָלט איר יאָ געדאַרפֿט אָפּשטעלן די באַציִונג מיטן חבֿר.

אויב ס׳איז נישט אַזוי אין דעם פֿאַל, און אײַער חבֿר איז טאַקע אַ נאָענטער, קענט איר רעדן מיט אים אָפֿנהאַרציק און אים דערציילן, וועגן אײַער זאָרג. פֿרעגט אים, צי ער האָפֿט, אַז אײַער פֿרײַנדשאַפֿט וועט לאַנג דויערן, אָדער צי ער באַטראַכט די באַציִונג ווי אַ פֿאַרגייענדיקע. זאָל ער געבן אַ טראַכט איידער ער ענטפֿערט אײַך, כּדי ער זאָל נישט פּשוט געבן אַן ענטפֿער, וואָס איז אײַך ניחא. לויט זײַן ענטפֿער, וועט איר שוין וויסן וואָס צו טאָן.

אין דער אמתן אָבער, וועט אײַער פֿרײַנד באַקומען אַ פֿרוי וואָס איז נעענטער צו אים, ווען ער געפֿינט זײַן כּלה, פּונקט ווי אײַער מאַן איז נאָענטער צו אײַך.


טײַערע חזנטע,

איך קען נישט לײַדן צו זען, ווי מײַנע אייניקלעך קענען זיך נישט לײַטיש אויפֿפֿירן. זיי האַלטן, אַז אַלץ קומט זיי. זיי עסן מיט די עלנבויגנס אויפֿן טיש, נעמען נישט צו די טעלער נאָכן עסן, און העלפֿן אין גאַנצן נישט בײַם צוגרייטן אַ מאָלצײַט. אונדזער דינסט, סאָניע, טוט דאָס אַלץ און זיי דאַנקען איר קיין מאָל נישט. די דינסט ראַמט אויף זייערע צימערן נאָך דעם ווי זיי צעוואַרפֿן זייערע קליידער.

מײַן זון און שנור זענען שטאָלץ מיט דעם וואָס זיי האָבן אַ דינסט. זיי ווילן די קינדער זאָלן האָבן אַלץ און באַטראַכטן דאָס צעבאַלעווען די קינדער, ווי אַ סימבאָל פֿון זייער סטאַטוס. איך באַטראַכט דאָס פֿאַר אַ גרויסן טעות, וואָס קען מאַכן די קינדער אין גאַנצן ווילד.

ווי אַ באָבע, וואָס קען איך טאָן? מײַנע שמועסן מיט מײַן זון און שנור האָבן נישט קיין רעזולטאַטן. איך האָב אַפֿילו געמאַכט אַ פּרוּוו זיך אַרײַנצומישן און הייסן די קינדער, זיי זאָלן אויפֿראַמען. אָבער דאָס האָט נאָר פֿאַרשאַרפֿט אונדזערע באַציִונגען מיט זייערע טאַטע־מאַמע. איך הייב נישט אָן צו וויסן ווי אַזוי דאָס אָפּצושטעלן.

פֿאַרצווייפֿלטע באָבע


טײַערע באָבע,

עס טוט מיר לייד צו הערן, אַז אײַער זון און שנור האָבן נישט קיין שׂכל בנוגע זייערע קינדער. אויב זיי ווילן גיבן זייערע קינדער אַלץ, וואָלטן זיי באַדאַרפֿט זיי אויסלערנען גוטע מידות און אַחריות, און דערמיט וועלן זיי פֿירן אַ גוט לעבן. ווען מע גיט זיי אַלץ נאָר מאַטעריעל, ווערן זיי צעבאַלעוועט, ווי מע זעט אין דעם פֿאַל. אָבער אײַער ראָלע, ווי אַ באָבע, איז אַ באַגרענעצטע, און אײַער צושטײַער צו דער דיסקוסיע שאַצט מען נישט אָפּ.

איך לייג פֿאָר דאָס ווײַטערדיקע: פֿאַרברענגט מיט די אייניקלעך, ווען נאָר מעגלעך, און ווײַזט זיי וואָס הייסט לײַטיש. גיט אָפּ סאָניען אַ דאַנק און העלפֿט איר אויפֿראַמען. זאָלן די קינדער איבערנעכטיקן בײַ אײַך פֿון צײַט צו צײַט און זאָלן זיי אײַך העלפֿן צוגרייטן צום טיש און בײַם אויפֿראַמען. לערנט זיי אויס ווי אויסבעטן דאָס געלעגער, און זאָלן זיי וויסן, אַז אַזוי טוט מען ווען מע שלאָפֿט בײַ אײַך. ווערט אַ גוטער בײַשפּיל פֿאַר זיי. דאָס ערשטע מאָל וועלן זיי נישט כאַפּן דעם געדאַנק, אָבער אפֿשר מיט דער צײַט, וועט אײַער גוטע השפּעה ווירקן אויף זייער כאַראַקטער.


טײַערע חזנטע,

קענט איר מיר זאָגן, צי איר האַלט, אַז איך בין אַ מיאוסער? איך ווייס, אַז איך בין נישט קיין שיינער, אָבער זאָגט דעם אמת. צי בין איך מיאוס? בײַגעלייגט מײַן בילד.

מיאוס?


טײַערער מיאוס?

איר זענט נישט קיין מיאוסער. מע דאַרף קיין מאָל נישט טראַכטן אַזוי. מע דאַרף אָבער שטיין גלײַך, זיך צוקעמען די האָר און שמייכלען. נעמט נאָך אַ בילד פֿון זיך, וועט איר זען דעם חילוק.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024