געזעלשאַפֿט
אַ סאַטמערער טאַטע מיט די טעכטער אין וויליאַמסבורג
אַ סאַטמערער טאַטע מיט די טעכטער אין וויליאַמסבורג
Credit: wikimedia.org

פֿאָרנדיק אויף דער אונטערבאַן, באַמערק איך אַ מאָל ווי ס׳זיצט אַ יונגע פֿרוי, צניעותדיק אָנגעטאָן מיט שוואַרצע געדיכטע זאָקן, און זאָגט תּהילים. אַזוי לערנט מען די מיידלעך אין דער חסידישער וועלט: אויב מע האָט אַ ביסל צײַט, וווּ מע זיצט מיט ליידיקע הענט, זאָל מען זאָגן תּהילים, כּדי נישט צו פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוברענגען אַ ביסל הייליקייט אין דער וועלט, און במילא אויך העלפֿן אויסצוהיילן די קראַנקע, די פֿאַרוווּנדיקטע און די קימפּעטאָרינס.

דערפֿאַר איז מיר געווען אַ חידוש לעצטנס אויסצוגעפֿינען, אַז אויף אַן אמת פֿאַרשטייען אַ סך פֿון די פֿרויען זייער ווייניק לשון־קודש, צי ס׳איז תּהילים, צי די תּפֿילות וואָס זיי זאָגן יעדן טאָג, ווײַל אין די חסידישע מיידל־שולן, בפֿרט בײַ די סאַטמערער, לערנט מען די מיידלעך בלויז אויף ייִדיש.

כ׳האָב אויסגעפֿרעגט פֿיר יונגע פֿרויען פֿון חסידישע היימען: דרײַ האָבן זיך געלערנט אין די סאַטמערער שולן, און איינע אין אַ וויזשניצער. הגם די פֿיר פֿרויען פֿירן הײַנט מער נישט קיין חסידישן לעבנס־שטייגער, און דערפֿאַר קאָן זייער מיינונג וועגן די שולן זײַן אַ ביסל מער נעגאַטיוו, ווי בײַ די פֿרויען וואָס זענען געבליבן חסידים, קאָן זייער באַשרײַבונג אויך זײַן מער אָפֿנהאַרציק, ווײַל די פֿרויען שרעקן זיך נישט "אויסצוזאָגן פֿון חדר".

ריבֿקי, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ סאַטמערער משפּחה אין מאָנסי, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז מע האָט זיך געלערנט די תּפֿילות דורך "טײַטש" — נאָכזאָגן די לשון־קודשדיקע פֿראַזעס צוזאַמען מיט דער ייִדישער איבערזעצונג, אָבער נישט וועגן די באַגריפֿן. "מע האָט עס נישט געלערנט מיט קאָפּ, ס׳איז קיין מאָל נישט געווען אַנאַליטיש, און דערפֿאַר איז עס געווען זייער ׳באָרינג׳ [נודנע]."

"מיר האָבן געדאַוונט, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען וואָס מיר דאַווענען, ווײַל מע האָט אונדז געזאָגט, אַז מיידלעך טאָרן נישט לערנען קיין ׳היברו׳," האָט באַמערקט שׂורי, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס האָט זיך געלערנט אין "בית־רחל" אין וויליאַמסבורג. "און אַלץ וואָס מיר האָבן געלערנט — פּרשה, הלכות־שבת, הלכות־ברכות, פּרקי־אָבֿות — האָט נישט געטאָרט זײַן פֿון אַ ספֿר, ווײַל מ׳האָט געזאָגט, אַז מיידלעך טאָרן נישט לערנען פֿון ספֿרים."

אַנשטאָט אַ ספֿר, פֿלעגן די לערערינס פֿאָטאָקאָפּירן זײַטן פֿון ייִדישע ביכלעך וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך, אָדער וועגן געוויסע הלכות. שפּרינצע, אַ 29־יאָריקע פֿרוי וואָס האָט זיך אויך געלערנט אין "בית־רחל", געדענקט, ווי די לערערינס האָבן זיי געלערנט וועגן די 39 מלאכות פֿון שבת, "אָבער זיי האָבן בכלל נישט דערקלערט פֿאַר וואָס דאָס איז וויכטיק."

אין אַכטן קלאַס, למשל, האָט מען רעפּעטירט מיט די תּלמידות ברכּת־המזון (אַרויסגערעדט "בירקעס האַ־מוזן"), האָט ריבֿקי דערקלערט, אָבער ביז זי האָט זיך אַליין נישט אָנגעהויבן לערנען העברעיִש, האָט זי אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז דאָס בענטשן נאָכן עסן האָט אַ שײַכות צו פּרנסה.

חני געטער, אַ 34־יאָריקע פֿרוי וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ די ניקלסבורגער חסידים אָבער זיך געלערנט אין "בנות ישׂראל וויזשניץ" אין מאָנסי, געדענקט אויך, אַז די מיידלעך האָבן זיך נישט געטאָרט לערנען פֿון ספֿרים, אָבער דאָרטן האָבן די לערערינס שוין אָנגעהויבן שטילערהייט זיך בונטעווען קעגן דעם פֿאַרווער.

"די לערערינס און די מנהלת, בפֿרט אין דער מיטלשול, האָבן געוואָלט לערנען מער חומש מיט די מיידלעך, אָבער זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די קהילה איז נישט גרייט אויף אַזאַ זאַך," האָט חני געזאָגט. "דערפֿאַר האָט מען אונדז געהייסן נישט ברענגען קיין חומש אין שול. מענטשן האָבן נישט געטאָרט וויסן, אַז מיר לערנען זיך חומש."

הגם בײַ אונדז זעט עס אויס ווי אַ קלייניקייט צו לערנען חומש אויף לשון־קודש, איז עס פֿאָרט געווען "רעוואָלוציאָנעריש", זאָגט חני, ווײַל איר מאַמע האָט בכלל נישט געקענט קיין וואָרט לשון־קודש. "די מאַמע האָט געזאָגט אַלע אירע תּפֿילות אויף ייִדיש," האָט חני דערציילט. "זי פֿלעג זיי זינגען מיטן שיינעם ניגון, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט פֿון די מתפּללים אין די ניקלסבורגער שטיבלעך."

בײַ די וויזשניצער איז שוין אפֿשר פֿרײַער געוואָרן, אָבער בײַ די סאַטמערער האָט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג ווייניק געביטן. "מײַנע ׳ניסעס׳ [פּלימעניצעס] אין סאַטמער לערנען זיך הײַנט אויך נישט קיין חומש," האָט שפּרינצע געזאָגט.

ריבֿקי באַדויערט שטאַרק וואָס מע האָט זי נישט געלערנט קיין לשון־קודש. "ס׳האָט מיך תּמיד געשטערט וואָס כ׳פֿאַרשטיי נישט וואָס מײַנע ברידער רעדן," האָט זי געזאָגט. "און ווען מיר מיידלעך פֿלעגן זינגען זמירות, פֿלעגן די ברידער זיך קאַטשען פֿון געלעכטער, ווײַל מיר האָבן נישט ריכטיק אַרויסגערעדט די ווערטער. אָבער ווי אַזוי זאָלן מיר וויסן ווי אַרויסצורעדן, אַז מיר פֿאַרשטייען אַפֿילו נישט וואָס מיר זינגען? ס׳האָט נישט געהאַט קיין הענט און פֿיס."

"איך האָב פֿײַנט געהאַט צו גיין אין שול," האָט שפּרינצע געזאָגט. "מ׳האָט אונדז געזאָגט, אַז דער ציל פֿון אַ מיידל איז חתונה צו האָבן און האָבן קינדער. האָב איך געטראַכט, פֿאַרוואָס דאַרף איך גיין אין שול?"

ריבֿקיס מאַמע פֿלעג טאַקע אויך טראַכטן אַזוי. "די מאַמע פֿלעג קרעכצן, אַז מיר מיידלעך לערנען זיך צו פֿיל, אַז מיר וואָלטן גיכער געדאַרפֿט העלפֿן מער אין הויז, מיט די וועש, אויפֿפּאַסן אויף קינדער, און אויפֿראַמען נאָך אַ נאַכטמאָל [וועטשערע]."

בײַ חניס משפּחה האָט דער טאַטע אָבער געהאַט אַ גאָר אַנדערן צוגאַנג צו זײַנע זין און טעכטער. "ער פֿלעג אונדז מיידלעך תּמיד דערמאָנען צו דאַווענען מינחה, און ערבֿ־שבת האָבן ער און מײַן ברודער געוואַשן די טעלער."

אַ טייל פֿון די פֿרויען האָבן געפֿילט, אַז וואָס זיי לערנען זיך אין די ייִדישע לימודים האָט נישט קיין שׂכל. שׂורי האָט זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה וואָס אַ לערערין האָט אַ מאָל דערציילט וועגן אַ מיידל, וואָס האָט געטראָגן אַ רויט קליידל (אַ זאַך, וואָס איז פֿאַרווערט בײַ די חסידים). די מאַמע פֿונעם מיידל האָט אַרײַנגעוואָרפֿן דאָס קליידל אין זודיק וואַסער און דערנאָך אָנגעטאָן צוריק אויפֿן מיידל. אַ פּנים, האָט די דראָונג פֿון אַזאַ פּײַניקונג געזאָלט אָפּשרעקן די מיידלעך פֿון טאָן אַזאַ מיאוסע זאַך.

אַזוינע "לעקציעס" האָבן אָבער נאָך מער דערווײַטערט די פֿרויען. "איך האָב געזען אַ סך זאַכן וואָס האָבן נישט געשטימט מיט דעם וואָס מע האָט אונדז געלערנט," האָט שפּרינצע געזאָגט, און אפֿשר דערפֿאַר האָט זי, צו 14 יאָר, אָנגעהויבן זיך ראַנגלען מיטן געדאַנק פֿון גאָט און רעליגיע. זי האָט, למשל, געוווּסט פֿון אַ מענטש וואָס איז סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, אָבער זי האָט נישט געהאַט מיט וועמען צו רעדן וועגן דעם.

די איראָניע איז, אַז בײַ די סעקולערע לימודים האָבן זיך די מיידלעך געלערנט אַ סך מער ווי די ייִנגלעך, וועלכע האָבן געמוזט לערנען תּורה אַ גאַנצן טאָג. ריבֿקי דערציילט, אַז זיי האָבן געלערנט וועגן די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, סאָקראַטעס, ספּאַרטאַ, וועגן אַטען, אָבער אַפֿילו דעמאָלט האָט מען ניט אַלץ דערקלערט. מע האָט זיי געזאָגט, למשל, אַז אַטען איז געווען דאָס געבורט־אָרט פֿון דעמאָקראַטיע, אָבער נישט געגעבן צו פֿאַרשטיין, וואָס דעמאָקראַטיע איז.

זיי האָבן אויך געלערנט וויסנשאַפֿט, אָבער דאָס איז געווען מער קאָמפּליצירט. "ס׳איז געווען שווער צו לייענען די וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, ווײַל די לערערינס האָבן אַזוי פֿיל זײַטן אַרויסגעריסן און אויסצוגן אויסגעשוואַרצט," האָט שׂורי געזאָגט. "אַלע באַשרײַבונגען און בילדער וועגן דינאַזאָווערס און פּלאַנעטן, און אַפֿילו די פֿראַזע ׳מיליאָנען יאָרן׳ האָט מען אויסגעשוואַרצט."

פֿון דעסטוועגן, האָט מען יאָ געגעבן די תּלמידות אַ בוך וועגן דער מענטשלעכער אַנאַטאָמיע, וואָס אַ חסידישע פֿרוי האָט אָנגעשריבן פֿון אַ סאַטמערער קוקווינקל — טאַקע אַ חידוש.

"די סעקולערע לימודים זענען געווען אַ סך מער אינטערעסאַנט," האָט שפּרינצע באַמערקט. דאָרט האָט זי זיך געלערנט וועגן דער אַמעריקאַנער רעגירונג (דעם קעגנזײַטיקן קאָנטראָל, באַקאַנט בלע״ז ווי checks and balances) — און דווקא פֿון אַ חסידישער לערערין! אין ענגליש־קלאַס האָבן זיי געלייענט Dibs: In Search of Self — אַן אמתע געשיכטע וועגן אַ גײַסטיק קראַנק קינד וואָס די פּסיכאָלאָגן פּרוּוון העלפֿן, און Animal Farm — דזשאָרדזש אָרוועלס קלאַסישע ווערק וועגן טאָטאַליטאַרישע רעזשימען.

די לערערין האָט אָבער נישט דערקלערט דעם פּאָליטישן באַטײַט פֿון דער מעשׂה; מע האָט עס געלייענט סתּם ווי אַ משל.

איין קלאַס וואָס איז געווען שטאַרק אומבאַליבט בײַ די מיידלעך איז געווען "נייען". "יעדער האָט געמוזט מאַכן די זעלבע זאַך — אַ בלאָע אָדער שוואַרצע בלוזקע — מיר האָבן בכלל נישט געקענט זײַן שעפֿעריש," האָט שפּרינצע געזאָגט.

"נייען איז געווען די צײַט צו ווערן צעווילדעוועט," האָט ריבֿקי געזאָגט. "די לערערינס האָבן בלויז געהייסן פּראָדוצירן אַ וועסטל; זיי האָבן בכלל נישט געהאַט קיין פּלאַן, ווי אַזוי עס צו מאַכן אינטערעסאַנט פֿאַר אונדז."

ריבֿקי האָט זיך דערמאָנט, ווי אין אַכטן קלאַס האָט אַ לערערין איין מאָל געפֿרעגט דעם קלאַס: ׳וואָס פֿאַר אַ מין אמונה איז בעסער — אמונה תּמימה (ריינער גלויבן), אָדער אמונה ודעת (אמונה מיט פֿאַרשטאַנד)?׳

"אַוודאי האָב איך געמיינט, אַז ס׳איז תּמיד בעסער, ווען מע פֿאַרשטייט אַלץ, האָב איך אויפֿגעהויבן די האַנט און געענטפֿערט: ׳אמונה ודעת,׳" האָט ריבֿקי געזאָגט.

"ניין!" האָט די לערערין געברומט און אַ טײַט געטאָן אין איר זײַט מיטן פֿינגער. "פּונקט פֿאַרקערט! ווען מע פּרוּווט פֿאַרשטיין, קען מען שוין מער נישט האָבן הונדערט פּראָצענט אמונה!"