די חסידישע סבֿיבֿה, וואָס איז איצט אַזוי שטאַרק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז תּחילת געווען גאַנץ קליין אין ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט אין צפֿון-אַמעריקע. די חסידישע רביים האָבן זיך גאָר ניט געאײַלט צו פֿאַרלאָזן מיזרח-אייראָפּע. זיי האָבן אויך ניט געעצהט זייערע חסידים צו פֿאָרן קיין אַמעריקע, ווײַל דאָס לאַנד האָט ניט געהאַט קיין גוטן שם צווישן פֿרומע ייִדן. מע האָט געהאַלטן, אַז אין אַמעריקע גייען אַ סך ייִדן אַוועק אויף קרומע וועגן, וועלכע האָבן געפֿירט ווײַט פֿון ייִדישקייט.

דער מצבֿ האָט זיך געביטן בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. די מלחמה האָט געבראַכט גרויסע ענדערונגען אינעם ייִדישן לעבן אין מיזרח-אייראָפּע, בפֿרט אין דעם לעבן פֿון חסידים און רביים. אַ סך פֿון זיי זײַנען געוואָרן פּליטים אין די לענדער, וווּ זיי האָבן געוווינט. טויזנטער חסידים זײַנען אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע און געשאַפֿן דאָרטן אַ "קריטישע מאַסע" פֿאַר ברענגען אויך זין, צי אייניקלעך, פֿון די רביים. אַרום זיי פֿלעגט ווידער אויפֿלעבן דער טראַדיציאָנעלער שטייגער פֿון דער "אַלטער היים".

אין 1923 האָט דער ליובאַוויטשער רבי געשאַפֿן אין ניו-יאָרק אַן אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון זײַנע חסידים. שפּעטער, ווען אייראָפּע איז אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיטן מלחמה-פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט די דאָזיקע אַסאָציאַציע אָרגאַניזירט דעם גאַנצן פּראָצעס פֿון ברענגען דעם רבי און זײַן משפּחה קיין אַמעריקע. זיי זײַנען אָנגעקומען אין מאַרץ 1940.

בסך-הכּל, זײַנען קיין אַמעריקע אין די יאָרן 1893—1934 געקומען 47 חסידישע רביים. אַלע, אַ חוץ צוויי, זײַנען אָנגעקומען אין יאָר 1920 אָדער שפּעטער. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט זיך אויף דעם אַמעריקאַנער ברעג אַראָפּגעלאָזט ר׳ דוד-מרדכי טווערסקי, וואָס האָט געשטאַמט פֿון דעם באַרימטן טשערנאָבילער רבי און איז געווען אַן אייניקל פֿון ר׳ דודל טאָלנער. געקומען איז ער אין 1913. די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" האָט דעם 28סטן אויגוסט 1913 דערציילט וועגן דעם אָנקום פֿון דעם פּאָפּולערן רבי, וואָס איז דעמאָלט געווען 25 יאָר אַלט. זײַן משפּחה — די פֿרוי און פֿיר קינדער — האָבן געדאַרפֿט קומען שפּעטער. אין דער ווײַטער נסיעה האָט דעם רבין באַגלייט דער גבאי.

דער טאָלנער רבי איז געקומען, אין תּוך אַרײַן, ווי אַ פּליט. אין רוסלאַנד האָט מען אים געהאַט אַרעסטירט, ווײַל ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דינען אין דער אַרמיי. אַרויסגעלאָזט האָט מען אים, כּדי אײַנשטילן די אומצופֿרידנקייט, וואָס זײַן אַרעסט האָט אַרויסגערופֿן צווישן די ייִדן. אָבער דערנאָך האָט זיך פֿאַרקאָכט אַ מעשׂה אַרום די ספֿר-תּורות, וואָס זײַנען צוגעגנבֿעט געוואָרן פֿון דער שיל. דעם ענין האָט מען אויסגעדרייט אַזוי, אַז באַשולדיקט האָט מען ניט דעם גנבֿ, נאָר דווקא דעם רבין. צו בלײַבן אין רוסלאַנד איז שוין געווען געפֿערלעך.