פּובליציסטיק, קולטור

אין 1935 האָט ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער אָנפֿירער פֿונעם ווילנער ייִוואָ געדרוקט זײַן וויכטיק ווערק "דער וועג צו אונדזער יוגנט", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין יעיל־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע און דאָרטן שטודירט מיט פּסיכאָלאָגן און אַנדערע וויסנשאַפֿטלער. ווי אַזוי צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער יוגנט, בכלל און דער ייִדישער יוגנט בפֿרט, איז אַן אַלטע פּראָבלעם, וואָס בײַט זיך פֿון דור צו דור.

איז מסתּמא נישט קיין וווּנדער, וואָס הײַנט, זוכט מען די פֿאַרענטפֿערונג פֿון דער פּראָבלעם דורך דער אינטערנעץ. עטלעכע וועבזײַטן און וועב־זשורנאַלן, געצילט אויף אַמעריקאַנער ייִדן אין זייערע 20ער יאָרן האָבן זיך צעבליט. די איניציאַטיוון האָפֿן צו פֿאַראינטערעסירן די ייִדן וואָס פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין די "געוויינטלעכע" ייִדישע אינסטיטוציעס. חשובֿע פֿונדאַציעס האָבן שוין אויסגעטיילט גרעסערע פֿאָנדן אויפֿצושטעלן און אַנטוויקלען די וועבזײַטלעך און די צוקונפֿט וועט זיכער ברענגען נאָך ענלעכע פּראָיעקטן.

אין 2001 האָט מען געגרינדעט דעם זשורנאַל "היב", אַ פֿערטל־יאָר־שריפֿט, וואָס ווערט געדרוקט אויף פּאַפּיר (דער אַלט־מאָדישער אופֿן!), אָבער אויך געלייענט, דער עיקר, אין דער אינטערנעץ. "היב", קען מען זאָגן, זוכט אויס קאָנטראָווערסיע, אָפֿט סעקסועלע אימאַזשן, טייל בכּיוון וווּלגאַר, כּדי צו שאָקירן מיט זײַן הומאָר. סע שטרעבט נישט צו זײַן קיין אינטעלעקטועל קול, נאָר אַן אָנפֿירנדיקער כּוח בײַם באַשטימען, וואָס איז הײַנט אין דער מאָדע, און וואָס איז נישט.

למען־האמת האָב איך אויפֿגעהערט צו לייענען דעם זשורנאַל "היב" נאָכן צווייטן נומער, ווען ער האָט באַשריבן דעם פּראָפֿיל פֿונעם בדחן טובֿיה בירנבוים אין ברײַטאָן־ביטש; אַנשטאָט אים צו באַהאַנדלען מיט דרך־ארץ, האָט דער אינטערוויויִרער חוזק געמאַכט פֿון בירנבוימען, און דער לייענער האָט זיך גאָרנישט דערוווּסט וועגן דעם אוצר פֿון אונדזער פֿאָלק־טראַדיציע. איך האָב דעמאָלט אָנגעשריבן אַ בייזן בריוו, אָבער מע האָט אים נישט געדרוקט. על־פּי־יושר, וואָלט איך נאָך אַ מאָל געדאַרפֿט לייענען דעם זשורנאַל, נאָר מע זעט ווײַטער אין זייער וועבזײַטל דעם זעלביקן "שאָק"־ הומאָר. לא זה הדרך!

אַ מער אינטעלעקטואַל וועבזײַטל איז "נעקסטבוק", געגרינדעט אין 2003, ווי אַ "לאָקוס פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור, קולטור און געדאַנקען". "נעקסטבוק" פֿירט אויך פֿאַרלעגערישע אַרבעט און דרוקט ביכער אויף געוויסע טעמעס אַרויסצוהייבן אַ דיסקוסיע אין דער ייִדישער קהילה. לעצטנס, האָבן זיי אַרויסגעגעבן רות ווײַסעס בוך — "ייִדן און מאַכט", וואָס איז ווײַט פֿון דעם דורכשניטלעכן ייִדישן ליבעראַלן קוקווינקל אין אַמעריקע. "נעקטסבוק" אָרגאַניזירט אויך לעקציעס און פֿאָרשטעלונגען (אַלץ אויף ענגליש) איבערן לאַנד. דער רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־סעריע איז אַ געוועזענער רעדאַקטאָר בײַם ענגלישן "פֿאָרווערטס", דזשאַנעטאָן ראָזען.

צווישן די צוויי אויבן־דערמאָנטע וועבזײַטלעך, געצילט פֿאַר יונגע ייִדן, געפֿינט זיך "דזשוסי" (אַ ווערטערשפּיל אויף ענגליש, וואָס קלינגט ווי דאָס וואָרט "זאַפֿטיק"). "דזשוסי" וויל, לויט דער דערקלערונג אויף זײַן וועבזײַטל, העלפֿן די ייִדן (און אַנדערע) זיי זאָלן פֿאַרטיפֿן זייער פֿאַרשטאַנד און פֿאַרברייטערן זייער קהילה. "דזשוסי" איז אַן אָרט, ווי מע האַלט, פֿאַר "פּראָגרעסיווע פֿרײַדענקער". עס קומט "דזשוסי" אַ יישר־כּוח — עס איז דאָס איינציקע וועבזײַטל פֿון די דרײַ, וואָס גייט אַרײַן אין פּרטים, פֿאַרוואָס מע דאַרף עס בכלל האָבן —

"עס איז הײַנט פֿאַראַן אַן אומגלײַכיקע געלעגנהייט פֿאַר די מענטשן וואָס ווילן, אַז זייערע לעבנס זאָלן עפּעס באַטײַטן; אָבער הײַנט איז אויך אַ צײַט, אָן איר גלײַכן, ווען מע פֿאַרשטייט נישט דאָס הײַנטיקע שײַכות צו די אַלטע טראַדיציעס און אינסטיטוטציעס... מיר זענען הונגעריק נאָך באַטײַט, קהילה, המשך און אויפֿקלערונג". "דזשוסי" איז, בעצם, אַ "געדאַנק און קולטור"־וועבצײַטונג, וואָס דרוקט עסייען פֿון די בעסטע, אָפֿט, קאָמישע שרײַבער הײַנט.

צווישן די יונגע טאַלאַנטן, וואָס זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון "דזשוסי" איז אַליסאַ אַלבערט. אַ געבוירענע אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט איר ערשט ביכל "How This Night Is Different" [ווי די נאַכט איז אַנדערש], אַ זאַמלונג דערציילונגען, נישט באַשריבן דאָס הײַנטיקע ייִדישע משפּחה־לעבן ווי אַ גן־עדן, נאָר ווי אַ קאָמפּליצירטן, אָנגעשטרענגטן צונויפֿגאָס פֿון באַציִונגען. די מעשׂיות דרייען זיך אַרום ייִדישע יום־טובֿים אָדער צערעמאָניעס — אַ ברית, דער סדר — בעת וועלכע עס ווערן אַרויסגעבראַכט די קאָנפֿליקטן צווישן קרובֿים און פֿרײַנד. כאָטש געשריבן איז עס מיט איראָניע און הומאָר, בלײַבט מען אָבער מיטן רושם, אַז די דערציילונגען שפּיגלען אָפּ אַ טיפֿע אומצופֿרידנקייט מיטן ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. די נאַראָטאָרין ווערט אָפֿט אַן אומרויִקע אין איר סבֿיבֿה און זוכט נאָך אַ ביסל גליק אויף דער וועלט.

אַנדערע דערציילונגען פֿון אַליסאַ אַלבערט דרייען זיך אַרום נסיעות, ווי, למשל, צו אַ פֿאַרלאָזטער שיל אין שפּאַניע, וווּ קיינער וויל זי נישט אויפֿנעמען, אָדער אויפֿן "מאַרש פֿון די לעבעדיקע", אין אוישוויץ, בעת וועלכן די אַמעריקאַער תּלמידים טראַכטן מער וועגן זייערע חבֿרים און ווער ס׳האָט וועמען ליב. צום סוף פֿון דער זאַמלונג לייענט מען אַ לענגערן, פּאַטעטישן בריוו פֿון דער מחברטע צום גרויסן שרײַבער פֿיליפּ ראָט, אין וועלכן זי פּרוּווט אים געבן צו פֿאַרשטיין איר מצבֿ, ווי אַ שרײַבער פֿון ייִדישער טעמאַטיק, וואָס וויל זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַלגעמיינער ליטעראַרישער וועלט. הײַנט לייענט אַליסאַ אַלבערט די לעצטע קאָרעקטורן פֿון איר ערשטן ראָמאַן, וואָס וועט ווערן געדרוקט אין פֿעברואַר, 2008, וועגן אַ 29־יעריקער פֿרוי, וואָס לײַדט פֿון אַ מוח־טומאָר.

אַלבערט האַלט, אַז איר אַרבעט מיטן וועבזײַטל "דזשוסי" איז נישט אַנדערש פֿון איר אייגענעם ציל, אַרויסצוהייבן דעם געדאַנק, אַז — "יאָ, איך בין אַ ייִד, און דאָס קען באַטײַטן אַ מיליאָן פֿאַרשיידענע זאַכן, אָבער איך דאַרף נישט קאָמפּראָמעטירן מײַן אידענטיטעט, נאָר צוליב דעם, וואָס איך לעב אויף אַזאַ, צי אַזאַ, אופֿן; מע דאַרף נישט באַשליסן [וואָס שייך ייִדישקייט] יאָ צי ניין, אַרײַן אָדער אַרויס. איך וויל נישט אַרײַנפֿאַלן אין דעם זאָגעכץ — ׳איך בין אַ ייִד, אָבער...׳ — מיר האָבן אַלע דאָס רעכט צונויפֿצונעמען אַלע טיילן פֿון אונדזער אידענטיט ווי מיר פֿאַרשטייען עס".

ווי אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם סאַמע אָנהייב פֿון "דזשוסי" גיט זי זיך אָפּ מיט געפֿינען געדאַנקען און טעמעס פֿאַרן וועב־זשורנאַל. איידער דער זשורנאַל איז אַרויס, איז שוין "דזשוסי" געווען באַקאַנט פֿאַר די מאָדע־פּראָדוקטן, היטלעך און העמדלעך, מיטן וואָרט "דזשוסי" אָנגעשריבן אויף זיי. ערשט דערנאָך איז געקומען דער וועב־זשורנאַל מיט "בלאָגס" וואָס ווערן געביטן יעדן טאָג.

אין איר לעצטן אַרטיקל אינעם זשורנאַל האָט אַלבערט פֿאַרבונדן אַ בראָדוויי־מוזיקל מיט דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון מאַרטין בובער. אַזוי ווי "דזשוסי" איז אן אַנטערנעץ־זשורנאַל, האָבן די לייענער געקענט רעאַגירן דורך בליצפּאָסט אויפֿן אַרטיקל. די בריוו ווערן געדרוקט און געוויסע מענטשן האָבן שטאַרק קריטיקירט איר אַרבעט. "עס איז פֿון דעסטוועגן גוט צו זען, אַז מע וויל רעאַגירן, זאָל זײַן אַפֿילו נעגאַטיוו" זאָגט זי. "דזשוסי" שיידט זיך אונטער פֿון אַנדערע וועבזײַטלעך מיט איר אָפֿנקייט און צוטריטלעכקייט צו די לייענער. זעט אויס, אַז "דער וועג צו אונדזער יוגנט" הײַנט וועט פֿאָרקומען דורך אינטערנעץ, וווּ אַזוינע זשורנאַלן ווי "דזשוסי" קענען פֿאַרבינדן די ייִדישע יוגנט איבערן לאַנד, זיצנדיק אין דער היים בײַם קאָמפּיוטער.