דאָס פּינטעלע ייִדיש
פֿון ראָבערטאַ ניומאַן און עליס נאַכימאָווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סך רוסישע ייִדן פֿון סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן געלעבט מיט אַ טאָפּלדיק לעבן — אין דער ווירקלעכקייט און אויף פּאַפּיר. אין יענער צײַט האָט דער בריוון־אויסטויש געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון ייִדישע משפּחות. די זין פֿלעגן פֿאַרלאָזן זייער היים צוליב פֿאַרשידענע סיבות, ווי׃ צו באַקומען אַ וועלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע בילדונג, צו זוכן פּרנסה, אָדער, כּדי צו לעבן אויף קעסט מיט שווער און שוויגער אין אַן אַנדערער שטאָט — אָדער זיי האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון דער מיליטער־דינסט אין דער צאַרישער אַרמיי.