פֿון שניאור־זלמן אַלפּערט (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ביז זײַן פּטירה מיט אַ בערך 20 יאָר צוריק, איז הרבֿ סאָלאָווייטשיק געווען דער רבֿ מיטן "הא הידיעה", פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. ער האָט געדינט ניט נאָר ווי ראָש־הכּולל פֿון באָסטאָן, נאָר אויך ווי דער הויפּט־ראָש־ישיבֿה פֿון "ישיבֿת רבינו יצחק אלחנן" אין ניו־יאָרק. דאָרט האָט ער געזאָגט זײַנע לומדישע שיעורים אין ש״ס און פּוסקים פֿאַר טויזנטער תּלמידים — צוקונפֿטיקע רבנים אין אַמעריקע — פֿאַר איבער 40 יאָר. דעריבער איז דער "רבֿ", ווי זײַנע תּלמידים האָבן אים גערופֿן — געווען באַקאַנט ווי אַ ראָש־ישיבֿה און פּוסק. ער איז אויך געווען אַ מנהיג פֿונעם מער מאָדערנעם פֿליגל פֿון דער אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסיע.