איך האָב ניט געוווּסט, אַז עס זײַנען דאָ לײַט וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש, ביז איך בין געווען 6 יאָר אַלט. איך האָב יאָ געוווּסט, אַז מיט געוויסע מענטשן רעדט מען ענגליש, אָבער איך האָב געמיינט, אַז זיי האָבן געדאַרפֿט אויך קענען ייִדיש. איך בין ניט געבוירן געוואָרן אין די 1920ער אָדער אַפֿילו אין די 1950ער יאָרן. איך בין געבוירן געוואָרן אין 1986 אין אויסטראַליע.