‫פֿון רעדאַקציע
גלעד שליט קומט דינסטיק אַהיים צו זײַן משפּחה אינעם ייִשובֿ מצפּה־הילה, ישׂראל

דאָס וואָס די וואָך איז פֿאָרגעקומען אין מיטעלן מיזרח האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַלע עקזיסטירנדיקע מעדיאַ־מיטלען איבער דער וועלט. אַוודאי, זעט עס יעדער פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל און שאַצט עס אָפּ אויף זײַן אייגענעם אופֿן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז אויף איין געפֿאַנגענעם סאָלדאַט האָט אַ מלוכה אויסגעביטן 1027 אַרעסטאַנטן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען פֿאַרביסענע מערדער, האָט געמאַכט אַ רושם אויף אַלע. אַ פֿאַקט פֿון אַ תּנ״כישן פֿאַרנעם.

מיר האָבן זיך געוואָנדן צו פֿאַרשידענע ייִדישע פּערזענלעכקייטן מיט אַ ביטע זיך אַרויסצוזאָגן, וואָס מיינען זיי וועגן דעם "שליט־אויסטויש".

קונסט
מאָלערײַ פֿון מיס לאַסקאָ־גראָס ספּעציעל פֿאַר דער אויסשטעלונג

אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין מאַנהעטן ווערן איצט אויסגעשטעלט "גראַפֿישע דעטאַלן: פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען". די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ מיט אַ יאָר צוריק, און קומט קיין ניו־יאָרק פֿון טאָראָנטאָ. זי וועט ווײַטער געוויזן ווערן אין פּאָרטלאַנד, אַן־אַרבאָר און וואַנקוּווער. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע האָט געהאָלפֿן דאָס צונויפֿשטעלן די אויסשטעלונג און געשטיצט דעם טור אין פֿאַרשיידענע שטעט.

ס'איז פּאַסיק, וואָס "גראַפֿישע דעטאַלן" האָט איר בראשית געהאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווײַל אין יענער שטאָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1960ער יאָרן האָט זיך אָנגעהויבן דער זשאַנער פֿון "אַלטערנאַטיווע" בילדערשטרײַפֿן, קאָמיקס. צו יענער צײַט האָט מען זיי אָנגערופֿן "אונטערערדיש" — אַ טערמין, וואָס איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל נישט אונטער דער ערד געפֿינט מען זיי הײַנט, נאָר אין אַלע גרויסע ביכער־קראָמען ווי "באַרנס און נאָבעל". די קינסטלער און שרײַבער פֿון די אונטערערדישע און, שפּעטער, אַלטערנאַטיווע, בילדערשטרײַפֿן האָבן באַשריבן עראָטישע סצענעס, סצענעס מיט פּרטימדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אָפֿט, מעשׂיות וועלכע נאָר איינער, וואָס האָט גערייכערט מאַריכואַנע, וואָלט פֿאַרשטאַנען און ריכטיק אָפּגעשאַצט.

קונסט, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ס. אָ. כאַן־מאַגאָמעדאָוו.לאַזאַר ליסיצקי.מאָסקווע׃ "גאָרדייעוו", 2011

גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור.

נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע".

ייִדיש־וועלט, זכרונות

אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער...

עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג.

ישׂראל, פּובליציסטיק
רונית תּמרי, איינע פֿון די ישׂראלים, וואָס האָט אַפּעלירט צום העכסטן געריכט אָפּצושטעלן דעם אויסבײַט פֿון סאָלדאַטן; מאָנטיק, אין ירושלים

דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער.

נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים.

אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350...

פֿונעם אייביקן קוואַל

די פֿאָריקע צוויי וואָכן האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסצורייניקן די נשמה בעת דער יום־כּיפּורדיקער דערהויבענער עבֿודת־התּשובֿה און אַראָפּצוברענגען דעם דבֿקות־מצבֿ אינעם טאָגטעגלעכן לעבן בעת די סוכּות־טעג, ווען אונדזערע געוויינטלעכע מעשׂים בעת דעם זיצן אין דער סוכּה ווערן פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות.

זיצנדיק אונטער דעם סכך, אַרומגערינגלט מיט די סוכּה־ווענט, פֿילן מיר די נאָענטקייט פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס שײַנט אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ הייסט "סוכּות", אין מערצאָל, ווײַל ער סימבאָליזירט אונדזער שטרעבן גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַריערן און אַרויפֿצוקוקן אויפֿן "הימל" — אינעם ג־טלעכן עצם פֿון דער וועלט און דער מענטשלעכער נשמה.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק

גוט־יום־טובֿ, ייִדן! לכּבֿוד יום־טובֿ ברענגען מיר אַ קראַנץ לידער לכּבֿוד סוכּות און שׂימחת־תּורה — לידער — סײַ פֿריילעכע, סײַ ערנסטע, צוזאַמען מיט אונדזער וואַרעמען וווּנטש אויף אַ גוט און פֿרידלעך יאָר. לאָמיר האָפֿן, אַז מיר וועלן זיך אַלע פֿרייען אין נײַעם יאָר מיט אַלץ וואָס מע וויל זיך ווינטשן. מיר קוקן אַרויס אויף אַ פֿריילעכן, געמיינזאַם־גליקלעכן יום־טובֿ בכל־תּפֿוצות־ישׂראַל.


אַ סוכּות־מעשׂהלע (פֿראַגמענט)

פֿון ש. פֿרוג

יום־כּיפּור, דאַנקען גאָט, אַוועק,

דערלעבט, געטרײַע ברידער,

פּאָליטיק
פֿון עדי מהלאל (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חגי אלעד, דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל",בשעתן באַזוך אין ניו-יאָרק, מיט אַריאלה סידעלסקי און הילית צוויק פֿון דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF)

די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די ייִדן אין די תּפֿוצות. מע הערט כּסדר, ווי מענטשן זענען זיך מודה, אַז זיי האָבן טאָג-טעגלעך נאָכגעפֿאָלגט די נײַעס. דערווײַל איז מען נאָך נישט זיכער, וואָס ס’וועט געשען מיט דער באַוועגונג ווײַטער, און וואָס פֿאַר אַ מין השפּעה וועט זי האָבן אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל", חגי אלעד (לייענט: על-אַד). ער איז געקומען צו גאַסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו באַקומען דאָ דעם "2011 גרובער צדק פּריז", וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן זײַן אָרגאַניזאַציע ACRI. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF).

די טרעפֿונג האָט חגי אלעד אָנגעהויבן פֿון שילדערן די שווערע אַטמאָספֿער אין ישׂראל פֿאַר די פּראָטעסטן, קודם־כּל, וואָס שייך דעם דעמאָקראַטישן סטאַטוס אין לאַנד.

ליטעראַטור

ווען אין זײַן וויגעלע האָט אַ שמייכל געטאָן פֿונעם שלאָף דאָס קליינע עופֿעלע, פֿלעגט די ייִדישע באָבע זאָגן: "עס שפּילט זיך מיט אים דער מלאך..." און ווען דער קליינער איז, קיין עין־הרע, אונטערגעוואַקסן און האָט אַרויסגעוויזן עפּעס אַ חכמה, פֿלעגט די זעלבע באָבע אָנקוועלן: "עס האָט אים אַ קוש געטאָן דער מלאך!"

אַזאַ קינד איז, אַפּנים, אויך געווען דער גרויסער ייִדישער דיכטער שמואל האַלקין, וואָס אַלע אין שטעטל האָבן אים גערופֿן פּשוט — מוליע. וועגן איינעם אַ זעלטענעם קוש זײַנעם וויל איך דאָ ווײַטער דערציילן. נישט איין מאָל האָב איך געזען פֿאַר די אויגן דאָס בילד און נישט געקאָנט עס פֿאַרשטיין. צוריק גערעדט, וואָס דאַרף מען דאָ אַזוינס פֿאַרשטיין — אַ קוש... ס’איז גענוג אַרויסברענגען אויף דער צונג דאָס וואָרט, ווי איינער וועט אַ זיפֿץ טאָן, אַ צווייטער זיך צעשמייכלען, און בײַ אַ דריטן וועלן אַ בליץ טאָן די אויגן — אַ קוש!

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאַרגאַנגענער וואָך)

אַ נײַ יאָר און אַ נײַער סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ מיר אין די קלאַסן איז ייִדישלאַנד. ווי קען איך עס אײַך אויסטײַטשן? בײַ מיר אין די ייִדיש־קלאַסן פֿאַלט מען אַרײַן אין אַ ייִדישער מיקווה און מ׳טובֿלט זיך אין ייִדיש. חבֿרה פֿילן זיך אין דער היים, ווי זיי וואָלטן אַלע מאָל געלעבט צווישן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן זײַנען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די וועלטלעך־סעקולערע קענען נישט קיין ייִדישן אות און דאַרפֿן אָנהייבן בײַם אַלף. אין מיטעלן קלאַס האָב איך אַ סטודענט פֿון סערביע, נישט קיין ייִד דווקא; ער לערנט שוין מיט מיר דאָס צווייטער יאָר. פֿרעג איך אים:

רעצעפּטן

דאָס פֿילעכץ פֿון וווּרשט איז אַ גאָלדענער אופֿן צו באַטעמען אַ רעצעפּט ווײַל עס גיט צו אַ סך בשׂמים און טעם צו די אַנדערע באַשטאַנדטיילן. טוט פּשוט אויס דאָס פּלאַסטישע "מענטעלע" פֿונעם וווּרשט, און צעברעקלט דאָס פֿילעכץ.

אויב איר עסט לעצטנס ווייניק וווּרשט, כּדי אויסצומײַדן פֿעטס און כאָלעסטעראָל, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט, וואָס באַניצט זיך מיט דעם רעלאַטיוו ווייניק־פֿעטיקן אינדיק־וווּרשט.