"עסט געזונטערהייט!"
קאַרטאָפֿל־קוגל און פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט
אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאַכלים אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך
מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ
— פֿילמירט אויף דער "ייִדיש־וואָך"

Eat In Good Health!
Potato Kugel and Eggplant Salad (Part 1)
A Cooking Show in Yiddish with English subtitles
with Rukhl Schaechter and Eve Jochnowitz

‫פֿון רעדאַקציע

בעת די פּרעזידענט־וואַלן באַשטייט אין תּוך דער אונטערשייד צווישן דעם אַמטירנדיקן פּרעזידענט און דעם קאַנדידאַט צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט קודם־כּל אין דעם, וואָס דער פּרעזידענט גיט אָפּ דעם חשבון פֿון דעם וואָס ער האָט צוגעזאָגט און נישט אויסגעפֿירט; און דער קאַנדידאַט זאָגט ערשט צו דאָס, וואָס ער וועט געוויס נישט אויספֿירן, אויב מע וועט אים אויסקלײַבן צו זײַן דער פּרעזידענט. ס’איז אויך נישט קיין נאָווינע, אַז בײַ יעדן פּרעזידענט איז די פּראָפּאָרץ צווישן דעם צוגעזאָגטן און אויסגעפֿירטן כּמעט די זעלבע, צי ער געהערט צו די דעמאָקראַטן, צי צו די רעפּובליקאַנער.

בלויז איין בײַשפּיל: אין גאַנג פֿון די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר איז נאָך נישט געווען קיין פּרעזידענט־קאַנדידאַט ער זאָל נישט געווען צוזאָגן אַריבערצוטראָגן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים און דערמיט אָפֿיציעל אָנערקענען די הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל... ביז ער ווערט אויסגעוויילט פֿאַרן פּרעזידענט.

קהילה־לעבן, ייִדיש־וועלט
נפֿתּלי איידלמאַן (אויבן), מאירה גודמאַן (רעכטס) און ישׂראל באַס

דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן איבער 150 יונגע לײַט און משפּחות באַזוכט "ייִדיש־פֿאַרם" אין גושן, נ״י, אַ שטעטל אין די קעטסקיל־בערג, כּדי צו פֿײַערן דעם שלוס פֿון איר ערשטער פֿולשטענדיקער זומער־פּראָגראַם. די אונטערנעמונג האָט מען אָנגערופֿן מיטן האַלב־הומאָריסטישן נאָמען, "גלות־פֿעסטיוואַל".

אַ טייל פֿון די געסט האָבן פֿאַרבראַכט דאָרט אַ גאַנצן סוף־וואָך, און גענעכטיקט אין געצעלטן. ס׳רובֿ זענען אָבער געקומען זונטיק נאָך מיטאָג. מ׳האָט זיי געפֿירט אויף אַ טור פֿון דער רחבֿותדיקער פֿאַרם, זיי האָבן געהאָדעוועט די ציגעלעך, גענאַשט פֿונעם שניט, געהערט ווי קלעזמער און חסידישע מוזיקער שפּילן ייִדישע לידער, און אַפֿילו אַהיימגענומען רויע מילעך.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער תּלמוד, פּלאַטאָן, און דער גלאַנץ פֿון כּבֿוד. מאָסקווע׃ "קנישניקע", 2011.

ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן".

קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל.

ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עקספּעדיציע אין בעלץ, מאָלדאָווע

הינטן שטייען לייזער בורקאָ און אָסיאַ גאָרדאָן, אין פֿאָרנט שטייט לענאַ לוטשינאַ,
און לעבן דער אינפֿאָרמאַנטקע זיצט טאַניאַ פּאַנאָוואַ.

זינט ש. אַנ־סקי האָט געפֿירט די ערשטע גרויסע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט זיך די ייִדישע געאָגראַפֿיע אַ ביסל געביטן. דעמאָלט איז ער אַרומגעפֿאָרן אינעם תּחום־המושבֿ איבער די אומצאָליקע שטעטלעך, וווּ די ייִדן זענען אָפֿט געווען די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג. כּמעט אַלע האָבן גערעדט ייִדיש, און כּדי צו געפֿינען אַ פּאַסיקן "אינפֿאָרמאַנט", וואָס קען דערציילן וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אָדער מוזיק, האָט ער בלויז געדאַרפֿט אָפּשטעלן וועלכן ניט איז ייִד אויף דער גאַס און אים אויספֿרעגן. אַרײַנגעגאַנגען אין שיל דאַוונען, האָט ער דאָרט געפֿונען אַ שלל מיט אינפֿאָרמאַנטן. ווען אַנ־סקי און די אַנדערע פֿאָרשערס פֿלעגן אַנטפּלעקן זייער גראַמאָפֿאָן און רעקאָרדיר־אַפּאַראַט, האָבן מאַסן ייִדן זיי אַרומגערינגלט, כּדי אַ קוק צו טאָן אויפֿן בייזן וווּנדער.

רעליגיע, קהילה־לעבן

מיר זענען שוין אין מיטן פֿון חודש אלול. די הייסע זומערטעג זענען שוין כּמעט פֿאַרבײַ. די קילע ווינטן אין די אָוונטן זאָגן אָן דעם אָנקום פֿון דעם האַרבסט, און די קלאַנגען פֿון דעם שופֿר נאָך די סליחות אין די פֿרימאָרגנס, זאָגן אָן, אַז אָט, אָט וועלן מיר באַגעגענען ראָש־השנה פֿון דעם אָנקומענדיקן, נײַעם יאָר, תשע״ג.

הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, האָט לויט דעם באַשלוס פֿון דעם חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל, דער נײַער שוליאָר זיך אָנגעהויבן דעם 27סטן אויגוסט, מיט 5 טעג פֿריִער, ווי געוויינטלעך, כּדי די תּלמידים זאָלן באַווײַזן באַצײַטנס זיך צוצוגרייטן ווי געהעריק צו די ימים־נוראָים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאָריקע פּרשה הייסט "כּי תצא", וואָס מיינט "ווען דו גייסט אַרויס". זי הייבט זיך אָן מיט דער פּאַראַדאָקסישער מיצווה פֿון "יפֿת־תּואר" — דער טעאָרעטישער היתּר צו פֿאַרכאַפּן אַ פֿרעמדע ניט־ייִדישע פֿרוי בעת אַ מלחמה, אַפֿילו אַ חתונה־געהאַטע, און מיט איר חתונה צו האָבן.

די חז״ל דערקלערן, אַז הגם די דערלויבעניש דאָס צו טאָן איז טעאָרעטיש פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה, האָט די תּורה דערלויבט עס בלויז "כּנגד יצר הרע", ווי אַ הנחה צו מענטשלעכע שוואַכקייטן. די תּורה ווײַזט אונדז, אַז נישט אַלץ אינעם לעבן קאָן רעדוצירט ווערן בלויז צו געשריבענע הלכות. עס זענען פֿאַראַן זאַכן, וואָס זענען דערלויבט על־פּי־תּורה, אין פּרינציפּ, אָבער זענען לאַוו־דווקא שיינע און צומאָל בפֿירוש עקלדיקע.

רעליגיע, קולטור

אַפֿילו וועגן די "פֿאָרכטיקע" טעג פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור האָט דאָס פֿאָלק געשאַפֿן און דערציילט פֿאָלקס־מעשׂיות און אַנעקדאָטן, אָפֿט מיט אַ קאָמישן טאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם אויבן־אָן פֿון דעם מין מעשׂה פֿאַרנעמען אונדזערע וויצלער.

הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט געזאָגט: "דער על־חטא האָט אונדז געטאָן אַ גרויסע טובֿה. אַזוי, למשל, ווען עס וואָלט זיך פֿאַרוועלן טאָן אַן עבֿירה, וואָלט איך ניט געוווּסט פֿון וואָס אויסצוקלײַבן און וועלכע איז בעסער צו טאָן. אָבער איצט, אַז ס'איז דאָ אַ רשימה פֿון עבֿירות איז עס אַ מחיה — איך עפֿן אויף דעם מחזור און קלײַב אויס פֿון על־חטא, וועלכע עבֿירה מיר געפֿעלט."

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט — "דאַך". אָבער פֿון אים קען מען זיך אַ סך אָפּלערנען וועגן די וועגן און שטעגן פֿון מאַמע־לשון.

דאָס ייִדישע וואָרט "דאַך" נעמט זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דײַטש (Dach); פֿון דײַטש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין פּויליש און אוקראַיִניש. אַ דאַך איז דאָך אַ דעקונג, קער ער זיך טאַקע אָן מיטן ווערב "דעקן". וואָסערע ענגלישע ווערטער זענען דאָ שייך? נישט roof — זײַן אָפּשטאַם איז נישט באַוווּסט; cover איז אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש; deck, אַזוי ווי אַ סך ווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות מיט שיפֿן, איז אַ לײַוואָרט פֿון האָלענדיש. דער עטימאָלאָגישער עקוויוואַלענט פֿון ייִדישן "דאַך" — דער קאָגנאַט — איז גאָר thatch, לויט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך: "שטרויענער דאַך" אָדער "דאַכשטרוי". צי זענען די אָבֿות פֿון מאַרגאַרעט טאַטשער — אין דער אמתן, פֿון איר מאַן — געווען דאַכדעקערס?

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון מירע מניעווסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שוין דאָס ערשטע ליד אין ביילע שעכטער-גאָטעסמאַנס "אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צייכענונגען" גיט איבער דעם טאָן פֿון דער גאַנצער זאַמלונג. "אָוונט איז געווען (אַ בילד אין אַקוואַרעל)" שפּיגלט אָפּ די פֿליסיקייט סײַ פֿון אירע לידער, סײַ פֿון אירע בילדער. ביידע דריקן אויס אַ באַוועגונג פֿון עמאָציע און גײַסט. דאָס ליד מאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישן רושם, אַזוי ווי אַ פֿילם אין אַקוואַרעל׃ דער אַרויסקוק פֿון דער פּאָעטעסע וואָס שטייט בײַם פֿענצטער, איז "פֿאַרענגט" געוואָרן. זי סטאַרעט זיך צו זען דעם דרויסן. די הײַזער הייבן זיך און נידערן זיך. זייערע "ליכטלעך" ציִען זיך און רינען, אַזוי ווי וואַסער "אינעם ים פֿון שוואַרצקייט". מען פֿילט דעם אומעט פֿון דער דיכטערין דורך די באַוועגונגען וואָס זי מאָלט מיט אירע ווערטער. אָבער ס׳איז אַ "זיסער אומעט אין יונגן בענקען". אָט די שורה וואָס שליסט דאָס ליד שטעלט פֿאָר די אַטמאָספֿער פֿון דער גאַנצער זאַמלונג — די לידער און די סקיצעס.

די צייכענונגען אין בוך, פּונקט ווי אירע לידער, זענען פֿול מיט באַוועגונג. אירע לאַנדשאַפֿטן און ביימער גיסן זיך אויס אויפֿן בלאַט, און אין די צייכענונגען פֿון מענטשן באַוועגט מען זיך אויך; זיי האַלטן אין מיטן

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוסף בורג

די ווערטער "טשערנאָוויץ" און "ייִדיש" קומען צוזאַמען, בדרך-כּלל, ווען די רייד גייט וועגן דער היסטאָריש-וויכטיקער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אויגוסט 1908. הונדערטער מאָל האָט מען שוין דערציילט און איבערדערציילט, ווי אַזוי דעמאָלט, מיט 104 יאָר צוריק, האָט מען געהאַלטן רעדעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס און ווי מע האָט סוף-כּל-סוף זיך צונויפֿגערעדט, אַז ייִדיש האָט געוויזן קלאָרע סימנים פֿון אַ (חס-וחלילה ניט "דער") נאַציאָנאַלער שפּראַך.

אָבער מיט דער קאָנפֿערענץ האָט זיך די געשיכטע פֿון ייִדיש אין טשערנאָוויץ ניט פֿאַרענדיקט. אַ סך איז געשען דאָרטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אָבער דאָ וויל איך דערמאָנען נאָר וועגן דער צײַט נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען דווקא טשערנאָוויץ איז באַשטימט געוואָרן ווי דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע. אין דער שטאָט האָט מען ביזן יאָר 1948 דערלויבט צו האָבן אַ ייִדישע לערנשול (אָדער אַפֿילו צוויי שולן). דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז פֿאַר דער מלחמה געווען אין קיִעוו, האָט מען אויך "פֿאַרשיקט" אַהין. קיין טשערנאָוויץ האָבן אָנגעהויבן זיך ציִען ייִדישע פּען-מענטשן.

קהילה־לעבן, פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
פֿון שלום בערגער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבי אַסטייר, די מחברטע פֿון דרײַ דעטעקטיוו־ראָמאַנען, ווערט גערופֿן (פֿון זיך און אַנדערע) "די ייִדישע דזשיין אָסטין." הגם זי דאַרף אַריבערקומען שוועריקייטן, וואָס זײַנען נישט געוויינטלעך פֿאַר אַ שרײַבער אין דעם זשאַנער. אָט זײַנען די גרונט־כּללים אירע: 1. אויסמײַדן קיין מאָרדן אָדער אומזיסטע גוואַלד־מעשׂים. 2. נישטאָ קיין העלדן וואָס וועלן נישט תּשובֿה טאָן. 3. נישטאָ קיין גראָבע רייד אָדער אויסגעלאַסנקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי שרײַבט נישט פֿאַרן זעלבן עולם וואָס ס׳לייענט דזשאַן גרישאַם. זי איז אַ שרײַבערין פֿאַר חרדישע פֿרויען.

בשעת אַן אַנומלדיקן אינטערוויו האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, "קען דאָס זײַן גוטע ליטעראַטור? אַזוי מיין איך פּערזענלעך. צוליב דעם וואָס איך קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף סעקס אָדער רציחה צו פֿאַרקויפֿן מײַנע ביכער, מוז איך שרײַבן אויפֿן אַלטמאָדישן שטייגער, ווי שאַפֿן לעבעדיקע העלדן, אַרײַנפֿלעכטן הומאָר, אָדער שילדערן היסטאָרישע פּעריאָדן אויף אַן איבערצײַגעוודיקן אופֿן."