|
אָשר שאַרף איז צוריקגעפֿאָרן קיין אוזבעקיסטאַן צו די ערטער, וווּ ער האָט זיך געראַטעוועט |
|
דער אַנומלטיקער דעביוט פֿון סלאַוואָמיר גרינבערג און ראָבערט פּאָדגורסקיס פֿילם "געראַטעוועט דורך דעפּאָרטירונג", וואָס האָט פֿריִער געשפּילט אין וואַשינגטאָן, אין דעצעמבער 2006, און לעצטנס אין ניו־יאָרק, איז וויכטיק אינעם קאָנטעקסט פֿון דער חורבן־געשיכטע און גבֿית־עדות פֿון דער זעלבער תּקופֿה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, לויט פּאָדגורסקי, וווּ מען באַרירט אין אַ פֿילם די טעמע פֿון פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
דעם 17טן סעפּטעמבער 1939, בלויז אַ פּאָר וואָכן נאָכן נאַצי־סאָוועטישן אָפּמאַך, וווּ די צוויי רעזשימען האָבן שטילערהייט באַשלאָסן, אַז זיי וועלן נישט אַטאַקירן איינער דעם צווייטן אינעם פֿאַל פֿון אַ מלחמה, האָבן די סאָוועטן פֿאַרכאַפּט דעם מיזרחדיקן טייל פֿון פּוילן. ביז 1940, איידער די נאַציס האָבן אָנגעהויבן פֿאַרשיקן ייִדן אין די טויט־לאַגערן, האָט סטאַלין דעפּאָרטירט 200,000 ייִדן — פֿון די אַן ערך 500,000 פּוילישע בירגער, וואָס האָבן דעמאָלט געלעבט אינעם סאָוועטיש־אָקופּירטן טייל פֿון פּוילן — טיף אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אויף שטראָף־אַרבעט. אָבער נישט געקוקט אויף דעם, וואָס סטאַלינס גזירה האָט דעמאָלט אויסגעזען ווי דאָס גרעסטע פֿאַרברעכן, זעען מיר הײַנט, אַז צוליב די דאָזיקע דעפּאָרטירונגען, זײַנען אַ סך פּוילישע ייִדן געבליבן לעבן נאָכן חורבן. ביז 1945, זײַנען בלויז 300,000 פּוילישע ייִדן געבליבן לעבן, און צווישן זיי זענען 80% געווען ייִדן, וועלכע זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן אונטער סטאַלין.
"געראַטעוועט דורך דעפּאָרטירונג" דערציילט די נישט־אָפֿט געהערטע מעשׂה, דורך דעם גבֿית־עדות פֿון זיבן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן — סילוויאַ בעקער, אָשר און שפֿרה שאַרף, ד״ר יוסף שענקער, אַלפֿרעד און רודאָלף ווײַס און יאַנעק פּאָלאַניעצקי. די נסיעה, וואָס אָשר און שפֿרה שאַרף האָבן געמאַכט אינעם גערעם פֿון דעם פֿילם, צוריקגייענדיק צו די פֿאַרשיידענע ערטער, וווּ זיי זײַנען געווען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ציט זיך דורכן פֿילם ווי אַ רויטער פֿאָדעם.
די שאַרפֿס־נסיעה הייבט זיך אָן אין לוואָוו, פּוילן — הײַנט לוויוו, אוקראַיִנע — פֿון וואַנען אָשר און שפֿרה זײַנען באַזונדער פֿאַרשיקט געוואָרן, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות, אין יוני, 1940. אין טשעליאַבינסק, רוסלאַנד (דרום־סיביר) באַזוכט אָשר די הײַנט־צעפֿאַלענע באַראַקן, וווּ זײַן משפּחה און די אַנדערע ייִדישע משפּחות האָבן געוווינט, און די הײַנט־פֿאַרלאָזענע קוילנגרובן, וווּ ער מיט זײַן טאַטן האָבן געטאָן שטראָף־אַרבעט, ביז זיי זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן, אין 1941.
דערנאָך קומען אָשר און שפֿרה קיין כוּיאַנד, וואָס האָט דעמאָלט געהייסן לענינאַבאַד, און געפֿינט זיך אין טאַדזשיקיסטאַן; דאָרט האָט אָשר געלעבט פֿון 1941 ביז 1945 צווישן פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס און רעליגיעס: מוסולמענער, רוסן, פּאָליאַקן און ייִדן. דאָרטן טרעפֿט ער אַ 90־יאָריקן מאַן, וואָס ביידע דערמאָנען זיך אין די אַמאָליקע מלחמהדיקע טעג.
די נסיעה ציט זיך ווײַטער קיין דזשיזאַק, אוזבעקיסטאַן, וווּ שפֿרה באַזוכט די גאַס, וווּ זי און איר משפּחה האָבן געוווינט פֿון 1941 ביז 1943. צום סוף, האָבן די שאַרפֿס זיך געפֿונען אין סאַמאַרקאַנד, אַ גאָר אַלטע שטאָט, וואָס פֿאַרמאָגט אַ מוסולמענישע מערהייט; הײַנט וווינען דאָרט אַן ערך 2,000 ייִדן. זיי געפֿינען דאָס הויז, וווּ זיי האָבן חתונה געהאַט אין 1945, און וווּ מע נעמט זיי וואַרעם אַרום, ווי נאָענטע קרובֿים און גוטע פֿרײַנד.
ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, ווי אין משך פֿונעם גאַנצן פֿילם קומען פֿאָר האַרציקע און פֿרײַנדלעכע באַגעגענישן; לויט אָשר שאַרף און עטלעכע אַנדערע פּערזענלעכקייטן, וואָס באַווײַזן זיך אינעם פֿילם, האָבן די פּוילישע ייִדן, וואָס זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן, נישט געפֿילט צו פֿיל אַנטיסעמיטיזם מצד די אָרטיקע מענטשן, מיט וועלכע זיי האָבן געלעבט צוזאַמען. שאַרף באַטאָנט, אַז די מוסולמענישע אײַנוווינער האָבן געהאַט רחמנות אויף די ייִדן, וועלכע זיי האָבן באַטראַכט ווי ברידער פֿון אַבֿרהם אָבֿינו.
בדרך־כּלל, זײַנען די איבערלעבונגען פֿון די פּערזענלעכקייטן אינעם פֿילם געווען האַרבע. אין די סיבירער באַראַקן האָבן גאַנצע משפּחות געמוזט וווינען צוזאַמען אונטער איין דאַך — דאָס וואָס מע רופֿט אינעם פֿילם אַ "כאַלופּע". דאָרטן האָט מען געמוזט קעמפֿן טאָג־טעגלעך מיט די אומצאָליקע וואַנצן. דערצו האָט מען געאַרבעט ווי האָלצהעקער און קוילן־גרעבער בײַ אַ טעמפּעראַטור, וואָס פֿלעגט אַראָפּפֿאַלן ביז מינוס 40 גראַד צעלסיוס. וועגן אַנטלויפֿן, איז נישט געווען וואָס צו רעדן; די סיבירער לאַגערן זײַנען געווען אַרומגערינגלט מיט וועלדער, אָן קיין קלאָרן וועג אַרויס.
אין 1941 האָט סטאַלין געגעבן אַ דערלויבעניש צו באַפֿרײַען די פּוילישע געפֿאַנגענע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און אַזוי האָבן די ייִדן געטראָפֿן אין אַזעלכע רעפּובליקן ווי אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן, וווּ זיי האָבן געלעבט ביז די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט. אין אוזבעקיסטאַן זײַנען די באַדינגונגען דעמאָלט אויך געווען שווערע; מע פֿלעגט באַקומען ראַציע־קאַרטלעך, כּדי צו קויפֿן ברויט. די שרעקלעכע קראַנקייטן, מאַלאַריע און טיפֿוס, זײַנען געוואָרן גאָר פֿאַרשפּרייט. מענטשן זײַנען געפֿאַלן ווי די פֿליגן. למשל, איין פּערסאָנאַזש אינעם פֿילם, סילוויאַ בעקער, האָט געהאַט אַן עופֿעלע, וואָס איז געשטאָרבן פֿון טיפֿוס אין אוזבעקיסטאַן.
פֿון דעסטוועגן, האָט איינער פֿון די פּערסאָנאַזשן אינעם פֿילם געקענט צוגעבן אַ "פּאָזיטיוו" וואָרט וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין די סיבירער לאַגערן — ד״ר אַלכּסנדער שענקער, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר האָט דערקלערט, אַז "נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳איז געווען זייער שווער, האָב איך נישט קיין חרטה, וואָס איך בין געווען אין סיביר... כאָטש עס קלינגט מאָדנע, איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל, ווען איך האָב זיך געפֿילט ווי אַ מענטש".
ווען די צווייטע וועלט־מלחמה איז אַריבער, זײַנען ס׳רובֿ פּוילישע געפֿאַנגענע צוריקגעקומען אין זייערע היים־שטעט און שטעטלעך. צום באַדויערן, איז דער "ברוך־הבא" פֿאַר אַ סך ייִדן נישט געווען קיין שיינער: אַ סך פֿון זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז זייערע קרובֿים, וואָס זײַנען געבליבן אין פּוילן בשעת דער מלחמה, זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן. זיי האָבן זיך געראַנגלט מיט געפֿילן פֿון שולד, אַז זיי זײַנען געבליבן לעבן, בעת אַזוי פֿיל אַנדערע זײַנען געשטאָרבן.
אַחוץ די אַלע היסטאָרישע פּרטים, דערזען מיט די אויגן פֿון די, וואָס האָבן עס אַליין אַדורכגעמאַכט, דינט דער פֿילם ווי אַ מין עדותשאַפֿט פֿון דעם, ווי אַזוי "פּערזענלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן קענען אָפּפֿרעגן די ראַסיסטישע און קולטורעלע סטערעאָטיפּן"
(www.savedbydeportation.com).