רבֿקה מאַרגאָליס |
דעם פֿרילינג האָט אַ גרופּע סטודענטן פֿאַרבראַכט זעקס וואָכן אין אַן אָטאַווער ייִדישלאַנד. דער נײַער ייִדיש-קלאַס פֿאַר אָנהייבער אין דעם אָטאַווער־אוניווערסיטעט איז דאָס "ערשטע פֿייגעלע" צו לערנען זיך ייִדיש אין אַן אוניווערסיטעט דאָ, אין דער קאַנאַדער הויפּטשטאָט. דער קלאַס איז אַ טייל פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער ייִדישער ווערעד־פּראָגראַם, וווּ מע לערנט און מע פֿאָרשט די ייִדישע קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע פֿון קאַנאַדע.
אָטאַווע איז אַ שטעטעלע פֿון אַ 15,000 ייִדן וואָס האָט ניט קיין טיפֿע וואָרצלען אין ייִדיש. סע פֿירן זיך ייִדיש-קלאַסן און אַ טעאַטער-קרײַז בײַם דזשיי־סי־סי (JCC). אָבער עס פֿעלן די גרויסע ייִדיש־קרײַזן פֿון מאָנטרעאָל אָדער טאָראָנטאָ. נו, וואָס זשע טוט מען, אויב מע וויל אַרײַנפֿירן ייִדיש אין אַן אוניווערסיטעט מיט ווינציק ייִדן און וווּ די מערהייט סטודענטן ווייסן ניט מיט וואָס מע עסט דאָס "ייִדיש"? שאַפֿט מען אַן אייגן ייִדישלאַנד!
ווי די נײַע לערערין אין דער ווערעד־פּראָגראַם און אַ פֿאַרברענטע ייִדישיסטקע פֿון דער "יוגנטרוף"־שיטה, האָב איך געפּועלט מע זאָל אײַנפירן אַן אינטענסיווע פּראָגראַם לויטן מוסטער פֿון דער ייִוואָ־פּראָגראַם: אַ צוגאַנג צו ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, וואָס מע לערנט זי טאָג-טעגלעך און מע פּראַקטיקירט זי מיט אַלערליי צוגאָב־אַקטיוויטעטן. האָט דער קלאַס יעדן אינדערפֿרי געלערנט די גראַמאַטיק און געלייענט פֿאַרשיידענע טעקסטן, געשמועסט און געשפּילט; נאָכמיטאָג און אין אָוונט האָט מען געזען ייִדישע פֿילמען, אָנטיילגענומען אין געזאַנג און טאַנץ־וואַרשטאַטן, געהערט לעקציעס. די פּראָגראַם האָט אויך געלייגט דעם טראָפּ אויף דעם קאַנאַדער קאָנטעקסט מיט אַן אינהאַלט וואָס שפּיגלט אָפּ ייִדיש דאָ אין לאַנד. דער קלאַס האָט אויך פֿאַרטיפֿט זײַן קענטעניש פֿון ייִדיש אויף נסיעות אין דער היגער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אַרכיוון (National Library and Archives Canada); אין מאָנטרעאָל אויף אַ מוזיקאַלישער פּיעסע אינעם באַקאַנטן ייִדיש־טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דאָרע וואַסערמאַן.
די סטודענטן זײַנען געווען אַזוי פֿאַרשיידנאַרטיק, ווי די הײַנטיקע וועלט פֿון ייִדיש אַליין. צווישן דעם טוץ יחידים וואָס האָט געענדיקט די פּראָגראַם, זײַנען געווען ביזגראַדויִר און גראַדויִר סטודענטן; אַ בר־מיצווה צווילינג מיט דער מאַמען פֿון דער מתנגדישער קהילה; אַ פּראָפֿעסיאָנעלע סאָפּראַן־זינגערין; און אַ מאָנטרעאָלער קלעזמערקע פֿון די קאַפּעליעס "די ייִדענעס" און "באַלעבוסטע". זיי זײַנען ייִדן און ניט־ייִדן, פֿרום און פֿרײַ, זיי רעדן ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, דײַטש, שפּאַניש און עפֿיק (Efik).
די סטודענטישע סוף־פּראָיעקטן שפּיגלען אָפּ וואָס מע האָט אויפֿגעטאָן אין די אָנדערטהאַלבן חדשים. מען האָט איבערגעזעצט פֿון ענגליש אויף ייִדיש משפּחה־זכרונות וועגן חורבן, געשריבן אַ קאָכביכל פֿון משפּחה־רעצעפּטן, געשאַפֿן אַ ייִדישן קאַרטון וועגן דעם עין־הרע, געשריבן און געשפּילט ייִדישע סקיצעס, איבערגעזעצט פֿון דער ענגלישער קינדער־ליטעראַטור אויף ייִדיש און ייִדישע לידער און שפּריכווערטער אויף ענגליש, און אַליין געשריבן לידער אויף ייִדיש. די פּראָיעקטן געפֿינען זיך אויפֿן בלאָג www.yiddishottawa.wordpress.com
איין סטודענט, משה קענט, וואָס שטאַמט פֿון אַן אַלטער ענגליש־ייִדישער משפּחה, זאָגט: "ווען איך עס כּשר און גיי אין שיל, פֿיל איך זיך פֿרום; אָבער ווען איך רעד ייִדיש, פֿיל איך זיך ווי אַ ייִד". אַ חסיד פֿון דער הײַנטיקער "ראָק־און־מעטאַל" מוזיק, האַלט ער אין איבערזעצן און רעקאָרדירן זײַנע אייגענע ייִדישע נוסחאָות פֿון לידער. אָט זײַנען די ערשטע סטראָפֿעס פֿון אַ ליד פֿון "מעגאַדעט" (Megadeath):
צו דער גאַנצער וועלט (A Tout le Monde)
כ׳געדענק ניט וווּ איך בין
כ׳פֿאַרשטיי, ס׳לעבן איז אַ שפּאַס
וואָס מער כ׳האָב אויפֿגענומען ערנסט
אַלץ שווערער איז די לאַסט.
כ׳האָב ניט געוווּסט דעם פּרײַז
מײַן לעבן איז זיך צעגאַנגען
איך פֿאַרשטיי ווי ווייניק כ׳האָב געטאָן
אַלע פּלענער זיך צעפֿאַלן.
אַז איר לייענט, זײַט וויסן, חבֿרה,
איך וויל בלײַבן מיט אײַך אַלע
שמייכלט, ווען איר טראַכט פֿון מיר
מײַן גוף איז אַוועק, דאָס איז אַלץ.
A tout le monde
A tout les amis
Je vous aime
Je dois partir
דאָס זײַנען די לעצטע ווערטער
וואָס כ׳וועל אַ מאָל זאָגן
און זיי וועלן מיך באַפֿרײַען.
דער פּראָיעקט איז געבוירן געוואָרן, ווען משה האָט געזוכט לידער אויף ייִדיש, צוגעפּאַסט צו זײַן מוזיקאַלישן טעם, און ניט געקענט געפֿינען. האָט ער באַשלאָסן אַליין איבערזעצן אויף ייִדיש זײַנע באַליבטסטע "ראָק־און־מעטאַל" לידער. ער האָט בדעה צוצוגרייטן אַ זאַמלונג פֿון איבערגעזעצטע לידער פֿון קאַנאַדער "ראָק"־מוזיקער און מיט דער צײַט אַרויסגעבן אַ קאָמפּאַקטל.
שאול בערט, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קעלטישע לימודים, האָט אויסגעקליבן ייִדיש ווי "זײַן" גערמאַניש לשון. ווי אַ פֿאָרשער פֿון שפּראַכן, וואָס געפֿינען זיך אין אַ סכּנה, ווי אירלענדיש, האָט ייִדיש אים פֿאַראינטערעסירט ווי אַ ירושה־לשון. ער האָט צונויפֿגעפֿלאָכטן אין זײַנע לידער אויף ייִדיש די קעלטישע טראַדיציע פֿון דער עפּישער פּאָעזיע מיט דער ייִדישער טראַדיציע פֿון בדחנות. אָט איז זײַנס אַ ליד:
דער פּעדלער
דער פּעדלער קומט מיט זײַנע ווערטער
אַ בדחן מיט זײַנע באַלאַדן.
אַ מאָל, אַ מאָל האָבן מיר אים געקושט
אָבער הײַנט זײַנען די גרינע פֿעלדער שוואַרץ.
וואָס גייט מען טאָן נאָך די זעקס וואָכן אין ייִדישלאַנד? מע האָט געגרינדעט אַ ייִדיש־קלוב, וווּ מע וועט זיך טרעפֿן צו זען ייִדישע פֿילמען, שמועסן, און אָרגאַניזירן וואַרשטאַטן וועגן איבערזעצונג און אַנדערע טעמעס. די באַטייליקטע האָבן בדעה צו ניצן די נײַע שפּראַכקענטעניש אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים: לערנען און פֿאַרברענגען אין אַ פֿרומען זומער־לאַגער, רעדן מיט ייִדיש־רעדערס, זינגען און שפּילן מוזיק, איבערזעצן, פֿאָרשן, און שאַפֿן אַן אַלגעמיינעם שײַכות צו דער וועלט פֿון ייִדיש. איבער אַ יאָר פּלאַנירט מען ווידער צו אָרגאַניזירן אַ פּראָגראַם פֿאַר די, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש, בפֿרט פֿון אַ קאַנאַדער קוקווינקל. פֿאַר פּרטים:
www.canada.uottawa.ca/en/vered.htm
כאָטש ס׳איז ניט קיין ניו־יאָרק, לעבט ייִדיש אין אָטאַווע!