- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קלעזקאַנאַדע 2012
Klezkanada 2012
אַ גרוס פֿון "קלעזקאַנאַדע 2011"
Klezkanada 2011
דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט ניט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער ניט זײַן דאָס לעצטע. דעם פֿרילינג האָט אַ גרופּע סטודענטן פֿאַרבראַכט זעקס וואָכן אין אַן אָטאַווער ייִדישלאַנד. דער נײַער ייִדיש-קלאַס פֿאַר אָנהייבער אין דעם אָטאַווער־אוניווערסיטעט איז דאָס "ערשטע פֿייגעלע" צו לערנען זיך ייִדיש אין אַן אוניווערסיטעט דאָ, אין דער קאַנאַדער הויפּטשטאָט. דער קלאַס איז אַ טייל פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער ייִדישער ווערעד־פּראָגראַם, וווּ מע לערנט און מע פֿאָרשט די ייִדישע קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע פֿון קאַנאַדע. אָטאַווע איז אַ שטעטעלע פֿון אַ 15,000 ייִדן וואָס האָט ניט קיין טיפֿע וואָרצלען אין ייִדיש. סע פֿירן זיך ייִדיש-קלאַסן און אַ טעאַטער-קרײַז בײַם דזשיי־סי־סי (JCC). אָבער עס פֿעלן די גרויסע ייִדיש־קרײַזן פֿון מאָנטרעאָל אָדער טאָראָנטאָ. פֿאַר וואָס לערנט מען איצט ייִדיש? לערער און אַקטיוויסטן פֿון ייִדיש זײַנען מסכּים, אַז עס איז ניטאָ קיין אַנדער פֿראַגע, וועלכע מע זאָל זיי שטעלן אַזוי אָפֿט ווי אָט די "אָנגעווייטיקטע" שאלה. די דאָזיקע פֿראַגע רעגט אויף. פֿאַר וואָס זאָל מען ניט לערנען ייִדיש? פֿאַר וואָס פֿרעגט מען בײַ קיינעם ניט, פֿאַר וואָס זיי לערנען זיך העברעיִש אָדער פֿראַנצויזיש? צוליב וואָס דאַרף מען, בכלל, אומבאַדינגט האָבן אַ סיבה? אין משך פֿון אַ סך יאָרן פֿלעג איך אויך אַזוי ענטפֿערן.
|