מוזיק
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיטשעל סמאָלקין

דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך אָנגעהויבן דער 13טער אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ מיט אַ גרויסן קאָנצערט אין אַמפֿיטעאַטער "פֿון אורדל ביילס פּאַרק" אין צפֿון־טייל פֿון שטאָט. פֿון דאָרטן איז דער פֿעסטיוואַל אַריבער אין האַרבאָר־פֿראָנט־צענטער בײַ דעם ברעג פֿון דער אָנטעריאָ־אָזערע, וווּ עס זײַנען אָנגעגאַנגען כּסדרדיקע קאָנצערטן און אויפֿטריטן פֿון זינגער און פֿאַרווײַלער פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, ישׂראל און אַרגענטינע און נאָך, ביז מאָנטיק, דעם ערשטן סעפּטעמבער, שפּעט אין אָוונט, ווען דער פֿעסטיוואַל האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ גרויסן פֿינאַל־קאָנצערט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדי­שער ליטעראַטור. ער איז געבוירן גע­וואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו.

קולטור
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טאָראָנטער ייִדישער פֿאָלקסכאָר

אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָט דער ייִדישער עולם אין טאָראָנטע געהאַט די געלעגנהייט בײַצוּוווינען און געניסן פֿון אַ גאַנצער ריי ליטעראַריש־קינסטלערישע אונטערנעמונגען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט.

דער קולטור־סעזאָן האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ גרויסן קאָנצערט געווידמעט הונדערט יאָר ייִדישע טעאַטער־מוזיק.

חורבן
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדן אין אָטוואָצק, אויגוסט 1942, פֿאַר זייער דעפּאָרטאַציע

צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנ­דיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿ­גע­בויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ.

שטעטלעך
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זונטיק, דעם 18טן מערץ, איז אין דער "בית־צדק" קאָנגרעגאַציע פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿישער אויסשטעלונג וועגן לעבן און אומקום פֿון די ייִדן אין שטשוטשין, אַ שטעטל אין מיזרח־צפֿון פֿון פּוילן, גראָדנער געגנט. די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון די אַרום דרײַ טויזנט שטשוטשינער ייִדן, זײַנען גענומען געוואָרן אין משך פֿון פֿיל יאָרן פֿון זלמן קאַפּלאַן, דעם ייִדישן פֿאָטאָגראַפֿיסט אין שטעטל.

חורבן
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואַסילי גראָסמאַן אין שווערין, דײַטשלאַנד, 1945
תּיכּף נאָכן אָנפֿאַל פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן עטלעכע צענדליק ייִדיש־סאָוועטישע שרײַבער וואָלונטירט אין דער רויטער אַרמיי און די מערסטע פֿון זיי זײַנען געפֿאַלן אין קאַמף מיט די דײַטשישע אַרײַנדרינגער. צווישן די וואָלונטירער איז אויך געווען וואַסילי גראָסמאַן, אַ רוסישער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. מחמת זײַן שוואַכן געזונט־צושטאַנד, איז ער אין דער אַרמיי ניט אָנגענומען געוואָרן;

װעלט פֿון ייִדיש
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לענקאַ ליכטענבערג
אין משך פֿון אַ גאַנצער וואָך, פֿון דינסטיק דעם 29סטן אויגוסט ביז מאָנטיק דעם 4טן סעפּטעמבער, איז אין טאָראָנטאָ אָפּגעהאַלטן געוואָרן דער זעקסטער, ביז גאָר אימפּאָזאַנטער, אַשכּנז־פֿעסטיוואַל, מיטן אָנטייל פֿון ייִדישע מוזיקער, אַרטיסטן און געלערנטע פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, ישׂראל, פֿראַנקרײַך, אוקראַיִנע און רוסלאַנד.

דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 29סטן אויגוסט, מיט אַ קאָנצערט אונטערן פֿרײַען הימל, אין צוקערמאַן־אַמפֿיטעאַטער אין אוירל ביילס־פּאַרק, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון איבער צוויי טויזנט צושויער. דעם קאָנצערט, אונטערן נאָמען "דער מיזרח קומט קיין מערבֿ", האָבן אויסגעפֿירט אַ גרופּע מוזיקער פֿון מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק, טאַלין און אַנדערע שטעט פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט לעבעדיקע קלעזמער־נומערן און געזאַנגען פֿון זעלטן־געהערטע ייִדישע פֿאָלקסלידער.

חורבן, זכרונות

מאָריס (משה) גרודה איז אַ טאָראָנטער תּושבֿ זינט 1948 און אין משך פֿון די קנאַפּע זעקס צענדליק יאָר האָט ער זיך דערוואָרבן אַן אָנגעזען אָרט אין היגן ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן ווי אַ געשעפֿטסמאַן און נדבֿן, און פֿאַר אַלעם — אַ וואַרעמער ייִד. פֿון זײַנע יונגע יאָרן אָן האָט ער אַרויסגעוויזן אַ נייגונג צו שרײַבן; זײַנע לידער און אַרטיקלען ווערן אָפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט אין ניו־יאָרקער "אַלגעמיינעם זשורנאַל". אַצינד, אין מיטן 2006, איז אַרויס אַ בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע אין פּוילן אין 1939 און די יאָרן פֿון וואָגל־און־וואַנדער איבער די ווײַטן פֿון סאָוועטן־רוסלאַנד. זײַן מעמואַר האָט משה גרודה געשריבן אין ייִדיש און עס איז איבערגעזעצט און רעדאַקטירט געוואָרן אין ענגליש דורך פּראָפֿ׳ אַדאַם פֿירסטענבערג, דעם געוועזענעם דירעקטאָר פֿון טאָראָנטער חורבן־צענטער. דאָס בוך פֿון 265 זײַטן, אין ווייכן אײַנבאַנד, טראָגט דעם נאָמען "שפּיצלעך פֿון גורל (אַנטלויף, אויסהאַלטונג און רעטונג, 1939—1945)" — "Tricks of Fate (Escape, Survival and Rescue 1939—1945)".