|
לענקאַ ליכטענבערג |
|
אין משך פֿון אַ גאַנצער וואָך, פֿון דינסטיק דעם 29סטן אויגוסט ביז מאָנטיק דעם 4טן סעפּטעמבער, איז אין טאָראָנטאָ אָפּגעהאַלטן געוואָרן דער זעקסטער, ביז גאָר אימפּאָזאַנטער, אַשכּנז־פֿעסטיוואַל, מיטן אָנטייל פֿון ייִדישע מוזיקער, אַרטיסטן און געלערנטע פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, ישׂראל, פֿראַנקרײַך, אוקראַיִנע און רוסלאַנד.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 29סטן אויגוסט, מיט אַ קאָנצערט אונטערן פֿרײַען הימל, אין צוקערמאַן־אַמפֿיטעאַטער אין אוירל ביילס־פּאַרק, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון איבער צוויי טויזנט צושויער. דעם קאָנצערט, אונטערן נאָמען "דער מיזרח קומט קיין מערבֿ", האָבן אויסגעפֿירט אַ גרופּע מוזיקער פֿון מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק, טאַלין און אַנדערע שטעט פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט לעבעדיקע קלעזמער־נומערן און געזאַנגען פֿון זעלטן־געהערטע ייִדישע פֿאָלקסלידער.
צו מאָרגנס, מיטוואָך דעם 30סטן אויגוסט, האָט זיך דער פֿעסטיוואַל אַריבערגעטראָגן אין צענטער פֿון שטאָט, אין אַלען גרין־טעאַטער בײַם "מײַלס ניידאַל ייִדישן צענטער" אויף ספּאַדײַנאַ־סטריט. בעתן ערשטן טייל פֿון אָוונט איז געוויזן געוואָרן אַ ישׂראלדיקער דאָקומענטאַרער פֿילם "האַשכּנזים", וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען פֿון דער ישׂראלדיקער יוגנט צו ייִדיש־לשון און די קולטורעלע ווערטן און טראַדיציעס פֿון זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע עלטערן. נאָכן פֿילם האָבן די פּראָדוצירער, דליה מבורך און דני דותן, אויפֿגעקלערט די כּוונות פֿון פֿילם און געענטפֿערט אויף פֿראַגעס פֿון די אָנוועזנדיקע. אין אַנדערן טייל פֿון אָוונט האָט דער עולם באַוווּנדערט דעם אַרויסטריט פֿון דער "אַשכּנזים־קאַפּעליע", אַן אַנסאַמבל פֿון דרײַ פֿרויען און אַ מאַן, פֿון רוסלאַנד. אין אַ קלאָרן ייִדיש האָבן זיי אויסגעזונגען לידער פֿון אָשר שוואַרצמאַן, משה קולבאַק, ווי אויך אַ צאָל רוסיש־ייִדישע פֿאָלקסלידער. זייערע אַרויסטריטן זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויסע אַפּלאָדיסמענטן.
דאָנערשטיק, דעם 31סטן אויגוסט, איז דער פֿעסטיוואַל אַריבער אין האַרבאָרפֿראָנט־צענטער בײַם ברעג פֿון דער אָנטעריאָ־אָזערע. אין טעאַטער־זאַל פֿון צענטער האָט דער "לופֿט־טעאַטער" פֿון שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, אונטער דער דירעקציע פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, אויסגעזונגען און אויסגעשפּילט אַ גרעסערע צאָל געבירטיגס לידער אין ייִדיש, מיט דערקלערונגען אין פֿראַנצייזיש און מיט ענגלישע וואַנט־אויפֿשריפֿטן. נאָך דעם זײַנען אויף דער עסטראַדע פֿון האַרבאָרפֿראָנט־פּאַרק אויפֿגעטראָטן די צוויי באַרימטע בוענאָס־אײַרעסער קלעזמער, צעזאַרי לערנער און מאַרסעלאָ מאָגילעווסקי, מיט אַ געמיש פֿון קלעזמער־מוזיק און דרום־אַמעריקאַנער טענער. דער פֿאַרזאַמלטער עולם האָט באַוווּנדערט מאָגילעווסקיס מײַסטערישן באַנוצן זיך מיט אַלערליי אינסטרומענטן: טרומייט, פֿלייט, פֿײַפֿל, מויל־האַרמאָניקע און אימיטאַציע פֿון פֿייגל־געזאַנג; בײַ דער פּיאַנע און אַקאָרדיאָן־באַגלייטונג פֿון צעזאַרי לערנער. דעם צווייטן טייל פֿון קאָנצערט האָבן אויסגעפֿירט די פּאַריזער קלעזמער־גרופּע "שוואַרצע אויגן", וואָס זײַנען שוין דאָ אויפֿגעטראָטן אויפֿן אַשכּנז־פֿעסטיוואַל מיט צוויי יאָר צוריק. צווישן דער גרופּע האָבן זיך באַזונדערס אויסגעצייכנט מיט זייער פֿידל־ווירטואָזיטעט די ברידער עריק און אָליווער סלעפּאַק.
אין משך פֿון די אַנדערע טעג, פֿון שבת ביז מאָנטיק, זײַנען פֿאָרגעקומען אָן אַ שיעור אַרויסטריטן פֿון מוזיקער און מוזיקאַלישע גרופּעס: "ביִאָנד דהע פּייל", די קובאַנער גרופּע, דער טאָראָנטער פֿאָלקסכאָר, די אַמסטערדאַמער און שיקאַגער קלעזמער, ווי אויך שפּעט־בײַנאַכט — קאַבאַרעט־פּראָגראַמען מיט דייוויד גיילס, מערעלין לערנער און נאָך. אַ גרויס דערפֿאָלג האָט געהאַט דער אַרויסטריט, מאָנטיק נאָך מיטאָג, פֿון דער טאָראָנטער זינגערין לענקאַ ליכטענבערג, וואָס האָט, צוזאַמען מיטן מוזיקער ברײַען קאַץ, פּראָדוצירט אַ קאָמפּאַקטל מיט צוועלף לידער פֿון היגן דיכטער שׂמחה סימכאָוויטש, מיט אירע אייגענע קאָמפּאָזיציעס, אין דער באַגלייטונג פֿון ברײַען קאַץ. שׂמחה סימכאָוויטש איז אַרויסגערופֿן געוואָרן אויף דער בינע און פֿאָרגעלייענט אין ייִדיש איינס פֿון די לידער און לענקאַ, צוזאַמען מיט נאָך פֿינף מוזיקער, האָבן אויסגעשפּילט די מערסטע לידער פֿונעם קאָמפּאַקטל.
אויסער די מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען זײַנען אין סטודיאָ־טעאַטער פֿון האַרבאָרפֿראָנט־צענטער געוויזן געוואָרן אַ גאַנצע ריי אַלטע און נײַע פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט: "געלעכטער דורך טרערן" (רוסלאַנד, 1928), "אַ קיצל אונטערן האַרץ" (דײַטשלאַנד, 1996), "אַ ליבע־געשיכטע" (ניו־יאָרק, 2006), "דער לעבעדיקער יתום" (פֿ״ש, 1937), "אַ געשעפֿט" (פֿ״ש, 2006), "דער בית־עולם קלוב" (ישׂראל, 2006). עס האָבן אויך ניט געפֿעלט קיין ליטעראַרישע אַרויסטריטן, פֿאָרלייענונגען און לעקציעס פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער דיכטערין עדינה קאַראַסיק, דעם שרײַבער און הומאָריסט מײַקל וועקס, די פּראָפֿעסאָרין אַננאַ שטערנשיס א״אַ.
גאָר אימפּאָזאַנט איז אויסגעפֿאַלן די הבֿדלה־צערעמאָניע שבת־צו־נאַכט, אונטערן פֿרײַען הימל, מיט מוזיק, טענץ און געזאַנג בציבור, בײַם ליכט פֿון אָנגעצונדענע לאַמטערנס און שטורקאַצן. דאָסגלײַכן איז געווען דער אַשכּנז־פּאַראַד, מאָנטיק פֿאַר נאַכט, מיט פֿענער און אַלערליי מאַסקעס און קאָסטיומען צוגעגרייט אויפֿן אָרט אין אַ ספּעציעלן וואַרשטאַט. אין משך פֿון די דרײַ טעג אויפֿן האַרבאָרפֿראָנט האָבן טויזנטער טאָראָנטער ייִדן און ניט־ייִדן אויסגעפֿילט די זאַלן און דעם פּאַרק פֿון צענטער און הנאה געהאַט פֿון די פּראָגראַמען (מערסטנס אָן אַן אָפּצאָל) און באַוווּנדערט דעם אַשכּנז־מאַרק מיט די אויסגעשטעלטע בוידן מיט ביכער, מוזיק־טאַשמעס און צירונג.
בײַם פֿינאַל האָט מען אויך געזעגנט דעם יונגן אַרטיסטישן דירעקטאָר פֿון די דרײַ פֿעסטיוואַלן, דעם זינגער מיטשעל סמאָלקין. אין משך פֿון די לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרבעסערט זײַן ייִדיש־קענטעניש און אויסגעברייטערט זײַן רעפּערטואַר און ער האָפֿט זיך צו ווידמען אין גאַנצן זײַן אַרטיסטישער קאַריערע. דער נײַער אַרטיסטישער דירעקטאָר, עריק סטיין, און די אויספֿיר־דירעקטאָרין, קאַרען טיש, וועלן דאַרפֿן גרייטן דעם קומענדיקן פֿעסטיוואַל אין 2008.