װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" אַרויס פֿון דרוק

אין אַ מזלדיקער שעה איז אַרויס פֿון דרוק פֿונעם פֿאַרלאַג Indiana University Press דאָס "אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" ("אַיִעוו"). די שעף־רעדאַקטאָרן חיים באָכנער און שלום ביינפֿעלד, צוזאַמען מיט די אַסאָציִיִרטע רעדאַקטאָרן בעריש גאָלדשטיין און יאַנקל סאַלאַנט, האָבן יאָרן לאַנג געאַרבעט אויף דעם וויכטיקן ווערק, וואָס איז געבויט אויפֿן יסוד פֿונעם "ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך" פֿון בערל ווײַסברויט און יצחק ניבאָרסקי, מיט דער הילף פֿון שמעון נויבערג, 2002. די "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" האָט צום טייל סובסידירט די אויסגאַבע, און איר פּובליקאַציע דאַרף מען פּראַווען ווי אַ יום־טובֿ אויף דער ייִדישער גאַס.
מיטן צוגאַנג פֿון אַרומנעמיקייט, ווי אין דער ייִדיש־פֿראַנצייזישער אויסגאַבע, וועט מען דאָ געפֿינען סײַ נעאָלאָגיזמען ווי "אויפֿבלעכלער", (can opener) סײַ ווערטער ווי "שטיצע" אָדער "אומבאַדינגט" וואָס ווערן פֿאַרצייכנט אין אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן־ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" פֿון 1968 מיט אַ שוואַרץ פּינטל, וואָס איז טײַטש — "אַ ספֿק צי דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך". קיין שוואַרצע פּינטלעך אָדער שוואַרצע דרײַעקן ("ניט־דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך") וועט מען דאָ נישט געפֿינען. די פֿאַרקירצונג Germ, אַ פֿאַרקירצונג פֿון Germanism" ("דײַטשמעריזם") וועט מען יאָ אַמאָל געפֿינען, ווי בײַם וואָרט "באַצוג". דאָס ווערטערבוך נעמט אַרײַן אַפֿילו באָטאַנישע טערמינאָלאָגיע, ווי "חנהלעס אייגעלע" (Pansy). די נאָרמאַטיווע שיטה פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט געוואָלט רעקאָמענדירן שפּראַכלעכע ברירות, אָבער "אַיִעוו" שטעלט פֿאַר זיך אַנדערע צילן, ווי מע לייענט וועגן דעם אין דער הקדמה. ער וויל צו ניץ קומען "אַלע ענגליש־רעדערס וואָס לייענען און שרײַבן ייִדיש; אָבער אויך, אַז דאָס איז נאָר אַן אָנהייב, און אַז אונדזער אַרבעט וועט זײַן דער יסוד פֿאַר פֿאַרבעסערטע און פֿאַרברייטערטע אויסגאַבעס אין דער צוקונפֿט".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"אַ חלום": קאָנצערט צום יאָרצײַט פֿון חנה קופּער

אינעם אויספֿאַרקויפֿטן קאָנצערט לזכּרון דער זינגערין חנה (אַדריאַן) קופּער, שבת־צו־נאַכטס דעם 22סטן דעצעמבער 2012 אינעם "האָנטער־קאָלעדזש", זענען זיך צונויפֿגעקומען מוזיקער און זינגער פֿון דער גאַנצער וועלט אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק: שורה ליפּאָווסקי פֿון האָלאַנד, טערעזע טובֿה פֿון טאָראָנטאָ, דן קאַהן פֿון בערלין, פּסוי קאָראָלענקאָ פֿון מאָסקווע. די דיריגענטן פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד מיטן ערשט־קלאַסיקן קלעזמער־אָרקעסטער האָבן זיי באַגלייט, ווי אויך זינגער פֿון אַלע עקן אַמעריקע; ספּעציעל די אַרטיסטן, וועלכע האָבן געהאַט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט חנה קופּער. אָבער אַזוי ווי קופּער איז געווען אַזאַ וויכטיקע פֿיגור במשך פֿון 30 יאָר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט בכלל, און אין דער קלעזמער־באַוועגונג בפֿרט, קענען כּמעט אַלע הײַנטיקע ייִדישע זינגערס מיט רעכט זאָגן, אַז זיי האָבן בײַ איר זיך געלערנט אָדער מיט איר מיטגעאַרבעט.
אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט די זינגער: עלינאָר ריסאַ, בתיה שעכטער, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאַש וואַלעצקי, דזשאָען באָרץ, "סאָ־קאָלד", זלמן מלאָטעק, די "קלעזמאַטיקס", און איר טאָכטער שׂרה מינע גאָרדאָן, צווישן אַנדערע. דזשעני ראָמיין און טינע קינדעמאַן האָבן אויסגעשפּילט אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "גליקל פֿון האַמעל", וועלכע קופּער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן. עס האָבן גענומען אַ וואָרט פּראָפֿ׳ שמאול־אַבא שאַנדלער, מײַקל וועקס און מײַקל קופּער, דער ברודער פֿון גאָרדאָן, וועלכע האָבן באַטאָנט איר ברייטהאַרציקייט, עסטעטישן חוש, און צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם "אַרבעטער־רינג", אַן טאָבאַק, האָט אויך דערציילט וועגן חנה קופּער, און אירע יאָרן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל אין דער אָרגאַניזאַציע.
צווישן דעם עולם און אויף דער בינע האָבן זיך געפֿונען געוועזענע סטודענטן פֿון דער "ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם" מיט וועלכע קופּער האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט. דער ייִדישער ראָק־און־ראָל זינגער וואָלף קראַקאָווסקי האָט זי דערמאָנט ווי זײַן שכדנטע, ווײַל אין דער זומער־פּראָגראַם האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי. אַנדערע האָבן זי געקענט ווי די מײַסטער־זינגערין און לערערין פֿון ייִדיש־געזאַנג. זיי האָבן זיך געלערנט בײַ איר אויף ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן איבער דער וועלט.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


אונדזער "פֿאָרווערטס"־לייענער אין האַוואַיִ

דעם "פֿאָרווערטס" לייענט מען אין מער ווי דרײַסיק לענדער און אין אַלע שטאַטן פֿון אַמעריקע. אין טראָפּישן האַוואַיִ געפֿינט זיך אויך אַ לאַנג־יאָריקער אַבאָנענט פֿון אונדזער צײַטונג און איך האָב זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים, ווען איך בין די לעצטע וואָך געפֿאָרן אויף וואַקאַציע קיין האָנאָלולו, די קרוינשטאָט אויפֿן אינדזל אָוואַהו. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזאַ אַבאָנענט וואָלט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע ביאָגראַפֿיע צו דערציילן, און איך האָב זיך נישט אַנטוישט...
מע זאָגט, אַז האַוואַיִ איז דאָס אָפּגעשניטנסטע אָרט אויף דער וועלט; טויזנטער ים־מײַלן טיילן אים אָפּ פֿון דער וועלט אין אַלע ריכטונגען. אפֿשר דערפֿאַר האָט זיך דאָרטן אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקע קולטור און וועלטבאַנעם. דערצו האָבן די אינדזלען פֿון האַוואַיִ מיטגעמאַכט אַ קאָלאָניאַלע געשיכטע, מיט וועלכער יעדער אַמעריקאַנער מעג זיך שעמען.
אַ שטריך פֿון דער האַוואַיער פּערזענלעכקייט איז צו זײַן אויסגעשפּאַנט, נישט־אָנגעשטרענגט. דעריבער קומען אַהער טויזנטער עלטערע לײַט וואָס ווילן אויסלעבן זייערע יאָרן אין אַזאַ סבֿיבֿה. באָב ניועל אָבאָנירט דעם "פֿאָרווערטס" מער ווי צוואַנציק יאָר און איז איינער פֿון די פּענסיאָנירטע, וואָס איז געקומען אַהער צו פֿירן אַ רויִק לעבן. אין האַוואַיִ וווינט ער בלויז דרײַ יאָר און איז דערווײַל זייער צופֿרידן מיט זײַן באַשלוס זיך צו באַזעצן דאָרט.
ניועל איז נישט אויפֿגעוואַקסן מיט ייִדיש, און לייענט גוט אויף דער שפּראַך, אָבער האָט נישט מיט קיינעם צו רעדן מאַמע־לשון. מסתּמא אינעם חב״ד־הויז אין דער שטאָט האָנאָלולו, שטעלט ער זיך פֿאָר, וואָלט ער געקענט כאַפּן אַ שמועס, אָבער ער גייט זעלטן אַהין אַרײַן. ווען איך האָב אים דערציילט, אַז ער איז דער איינציקער "פֿאָרווערטס"־לייענער אינעם גאַנצן שטאַט, האָט ער זיך געחידושט — אַן ערך 20,000 טויזנט ייִדן וווינען אויפֿן אינדזל. קיין ייִדיש־קלוב איז נישטאָ, אָבער דרײַ סינאַגאָגעס — רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו און חב״ד — האָבן גרויסע מנינים.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די געטאָ־קעמפֿערין און ייִדישע כּלל־טוערין וולאַדקע מיד געשטאָרבן

מיטוואָך, דעם 21סטן נאָוועמבער, אין פֿיניקס, אַריזאָנע, איז געשטאָרבן וולאַדקע מיד אין עלטער פֿון 90 יאָר. אַ דאַנק איר קענטעניש פֿון פּויליש און נישט־ייִדישן פּנים האָט זי געקענט אַריבערגיין אויף "דער אַרישער זײַט" אין וואַרשע במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז געוואָרן אַ וויכטיקע פֿאַרבינדלערין צווישן די קעמפֿער פֿון דער וואַרשעווער געטאָ און דער דרויסנדיקער וועלט. אירע זכרונות האָט זי צוערשט געדרוקט אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס" און דערנאָך זיי אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך אויף ייִדיש "אויף ביידע זײַטן מויער"; אַ ווערק וואָס איז שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש, דײַטש און שפּאַניש. ס‘איז געווען פֿון די ערשטע געדרוקטע גבֿית־עדותן פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.
וולאַדקע מיד איז געבוירן געוואָרן ווי פֿייגל פּעלטעל אין וואַרשע און האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. נאָך דעם ווי אירע טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען איז זי, אין 1942, געבליבן אַליין. זי איז צוגעשטאַנען צו דער ווידערשטאַנד־אָרגאַניזאַציע אין וואַרשעווער געטאָ און מיט אירע פֿאַלשע פּאַפּירן און אַ נײַעם פּוילישן נאָמען "וולאַדקאַ" פֿרײַ זיך געמישט מיט דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. זי האָט אַרויסגעשמוגלט ייִדישע קינדער און געהאָלפֿן זיי געפֿינען היימען און אַרײַנגעשמוגלט געווער און אַמוניציע אין געטאָ אין צוגרייטונג פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1943. ווי אַ קוריער האָט זי געפֿירט דאָקומענטן הין און צוריק, ווי אויך נײַעס פֿון ביידע זײַטן געטאָ. אין איר בוך און אין אירע לעקציעס האָט זי אויך דערמאָנט דעם אַנטיסעמיטיזם און די גלײַכגילטיקייט פֿון די פּאָליאַקן בשעת די ייִדן זענען אומגעקומען.
זי איז געבליבן אין פּוילן ביז דער רוסישער באַפֿרײַונג און האָט חתונה געהאַט מיט בנימין מיעדזשיזשעק (שפּעטער געביטן אויף מיד), אויך אַ ווידערשטאַנד־קעמפֿער, און זיי האָבן זיך דערשלאָגן צו דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע אין דײַטשלאַנד. אין 1946 זענען זיי אָנגעקומען קיין אַמעריקע אַ דאַנק דער הילף פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט" און זי איז פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער אָרגאַניזאַציע ווי אַ לעקטאָרין און וויצע־פּרעזידענט, כּמעט ביזן סוף פֿון איר לעבן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט די "פּריפּעטשיקניקעס“ אין באַלטימאָר

אין אונדזערע וועלטלעכע קרײַזן איז נישט גרינג אויפֿצוהאָדעווען קינדער אויף מאַמע־לשון, אַפֿילו ווען מ׳איז געבענטשט מיט חבֿרים, וואָס פּרוּוון טאָן דאָס זעלבע מיט זייערע קינדער. מע וויל ווײַזן דעם קליינוואַרג, אַז מיר לעבן זיך אויס אויף ייִדיש טאָג אײַן, טאָג אויס. ווי קען מען דאָס אַלץ באַווײַזן? דורך שפּילן, געלעכטער, געזאַנג — און אַ ביסל אַרבעט אויך.
די באַלטימאָר־ייִדישיסטן רעכענען אַרײַן, קיין עין־הרע, שוין אַ צוואָנציק מענטשן, כּן־ירבו. דער עלטסטער פֿון אונדזערע קינדער לערנט זיך אין פֿערטן קלאַס און דאָס ייִנגסטע איז אַ נײַ־געבוירן עופֿעלע. מיר אַלע רעדן ייִדיש כּסדר איינער מיטן צווייטן, קליין און גרויס (כאָטש די גרויסע מוזן אַמאָל אַרויפֿפֿירן די קליינע אויפֿן ריכטיקן וועג).
אָנגעהויבן האָט מען אונדזער שפּילגרופּע אין 2007, ווען די משפּחות קאַפּלאַן און מאָס האָבן זיך צום ערשטן מאָל געפֿונען אין דער זעלבער שטאָט. מע האָט גענומען זיך צונויפֿקומען זונטיק אין דער פֿרי צו פֿאַרברענגען מיט די קינדער מיט אַ טעם און מיט אַ גראַם. אין 2009 איז צוגעקומען די משפּחה בערגער־סאָלאָד. און מער־ווייניקער אין איין צײַט האָט טשאַרלי בעלער אָנגעהויבן רעדן ייִדיש מיט זײַנע צוויי (איצט שוין דרײַ) זין, מיטן שטיץ פֿון זײַן פֿרוי מעגאַן. אַניע קויפֿמאַן, גוט באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט, איז אַ חבֿר און אַ וויכטיקער מיטגליד פֿון אונדזער "פֿאַקולטעט."
אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער גרופּע "פּריפּעטשיק," נישט נאָר נאָכן באַקאַנטן ליד, נאָר אויך לכּבֿוד אַן ענלעכער שפּילגרופּע, וואָס האָט עקזיסטירט אין ניו־יאָרק אין די 80ער און 90ער יאָרן. די קינדער פֿון דער גרופּע זײַנען שוין אַרײַן אין די אוניווערסיטעטן און אָט־אָט וועט עס שוין געשען מיט זייערע אייגענע קינדער. ברוכה קאַפּלאַן איז געווען איינע פֿון זייערע לערערינס.

װעלט פֿון ייִדיש

דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, יונתן ברענט(רעכטס) און אַנדריי צודעק, דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן

יענע וואָך האָבן צוויי אינסטיטוציעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון פּוילישע ייִדן, געקומען צו אַ הסכּם וועגן ווײַטערדיקער מיטאַרבעט. אַן אָפּמאַך צווישן דעם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִוואָ" און דעם "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" אין וואַרשע וועט שטיצן און פֿאַרשפּרייטן אַן אַלגעמיין קענטעניש פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע און קולטור דורך נאָוואַטאָרישע אויסבײַט־ און עפֿנטלעכע דערציִונג־פּראָגראַמען.
געשאַפֿן אין 1925 אין ווילנע, האָט דער ייִוואָ אָנגעזאַמלט די גרעסטע אין דער וועלט היסטאָריש־וויכטיקטיסע מאַטעריאַלן אין שײַכות מיטן מיזרח־אייראָפּעיִשן און רוסיש־ייִדישן לעבן פֿאַר און בעתן חורבן. אין 1940 האָט דער ייִוואָ זיך אַריבערגעפֿלאַנצט אין ניו־יאָרק און זײַן עולם איז געוואָרן די אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. איצט וועט ייִוואָ דערמעגלעכן דעם צוטריט צו זײַנע אוצרות אין מיזרח־אייראָפּע דורך נײַע פּראָגאַמען און פּראָיעקטן צוזאַמען מיטן "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" אין וואַרשע. דער "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" וועט זיך עפֿענען אין 2013.
דער אָפּמאַך צווישן די צוויי אינסטיטוציעס איז דער ערשטער פֿון אַזאַ מין פֿאַר ביידע. דער מוזיי איז געגרינדעט געוואָרן פֿון דער "אַסאָציאַיע פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט פֿון פּוילן", דעם פּוילישן מיניסטעריום פֿון קולטור און נאַציאָנאַלער ירושה און דער שטאָט וואַרשע. מע דערוואַרט, אַז אַ האַלב מיליאָן באַזוכער וועלן קומען יעדעס יאָר צו זען די אויסשטעלונגען און זיך באַטייליקן אין די אַקטיוויטעטן וואָס דאַרפֿן "מוטיקן דרך־ארץ פֿאַר דער ייִדישער ציוויליזאַציע."

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

הײַנטיקס יאָר וועט דער יערלעכער "קלעזקעמפּ", אויך באַקאַנט ווי "די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט פּראָגראַם", פֿאָרקומען צום 28סטן מאָל. מע קען מיט רעכט זאָגן, אַז אַ דאַנק "קלעזקעמפּ" האָט זיך אַנטוויקלט די נײַע קלעזמער־באַוועגונג. ווער האָט געהערט פֿון אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿאַרן יאָר 1985? אָבער הײַנט קומען שוין פֿאָר אַזוינע פֿעסטיוואַלן אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר.
למשל, די וואָך ביזן 31סטן אָקטאָבער, קומט פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל "קלעזמערוועלטן" אין געלסענקירכען, דײַטשלאַנד, אָרגאַניזירט פֿון אַנדרעאַס שמיטגעס, אין וועלכן עס נעמען אָנטייל: די קאַפּעליעס "קלעזמאַטיקס", "שטראַוס־וואַרשאַוער דואָ", "ייִדישע פּרינצעסין" פֿון ניו־יאָרק, "פֿאָרשפּיל" פֿון ריגע, "ש׳כּוח" פֿון לאָנדאָן און אַנדערע. אין ווין וועט באַלד, פֿונעם 3טן ביזן 18טן נאָוועמבער, פֿאָרקומען דער 9טער "קלעזמאָר" [Klezmore]־פֿעסטיוואַל מיטן אָנטייל, צווישן אַנדערע, פֿונעם טראָמבאָניסט ברײַען בענדער און זײַן גרופּע, דער קלאַרנעטיסט דוד קראַקאַוער, דער זינגער קערסטען טרויקע פֿון דײַטשלאַנד, די "אַמסטערדאַמער קלעזמער־גרופּע" און יאַן הערמערשמידט, וואָס האָט ערשט אַרויסגעגעבן אַ רעקאָרדירונג פֿון ייִדישע טאַנגאָס.
בײַ די אַלע פֿעסטיוואַלן האָבן זיך אײַנגעוואָרצלט עטלעכע טראַדיציעס: מע ווײַזט שטום־פֿילמען וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות מיט דער ייִדישער וועלט, און מוזיקער שאַפֿן אָריגינעלע מוזיק וואָס באַגלייט דעם פֿילם; מע פֿאַרענדיקט דעם פֿעסטיוואַל מיט אַ ריזיקן קאָנצערט אין דרויסן אָדער אין אַ גרויסן זאַל, אין וועלכן אַלע מוזיקער באַטייליקן זיך; מע פֿירט אָן וואַרשטאַטן פֿאַר אָרטיקע מוזיקער, מע זאָל זיך באַקענען מיט דער קלעזמער־מוזיק. בײַ עטלעכע פֿעסטיוואַלן לערנט מען ייִדיש מיט קינדער און דערוואַקסענע.

װעלט פֿון ייִדיש

נײַער נומער "מעלבורנער בלעטער"

לכּבֿוד 100 יאָר "קדימה" אין אויסטראַליע איז אַרויס אַ נײַער צוויי־שפּראַכיקער נומער "מעלבורנער בלעטער/Melbourne Chronicle". דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן טייל איז משה אײַזענבוד. דאָס איז דער נומער 72 פֿונעם זשורנאַל — די איינציקע אויסגאַבע אויף ייִדיש אויף דעם אויסטראַליער קאָנטינענט. זי ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער "קדימה" אין מעלבורן.
אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט שרײַבט דער רעדאַקטאָר וועגן דער געשיכטע פֿון דער "קדימה"־אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געוואָרן "מיט דער צײַט דער צענטראַלער פּונקט פֿון קולטור־טעטיקייטן" אין לאַנד. אין 1937 איז דערשינען דאָס ערשטע בוך אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן פֿון "קדימה" — "דער אויסטראַליש ייִדישער אַלמאַנאַך". אַ ייִדישער טעאַטער און ייִדישע שולן האָבן זיך אַנטוויקלט אַ דאַנק דער גרופּע.
צווישן די מאַטעריאַלן אויף ייִדיש געפֿינט זיך די עסיי, "די חורבן־לידער פֿון יאָסל בירשטיין" פֿון ענדרו פֿײַערשטיין; אַן אַרבעט וואָס איז געשריבן געוואָרן צום 1טן פֿאָרש־סעמינאַר אויף ייִדיש בײַם "מאָנאַש"־אוניווערסיטעט אין מעלבורן. עטלעכע לידער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם אויסטראַליער כּלל־טוער און שרײַבער, אַבֿרהם ציקערט, ווערן אויך געדרוקט.

װעלט פֿון ייִדיש

אין קאַנאַדע טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, וואָס שייך דער ייִדישער קולטור דעם זומער. די וואָך הייבט זיך אָן דער אימפּאָזאַנטער "אַשכּנז"־־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ. אין דער שטאָט מאָנטרעאָל האָט יענע וואָך זיך פֿאַרענדיקט אַן אַרומנעמיקער ייִדישער מוזיק־פֿעסטיוואַל; און דער 17טער "קלעזקאַנאַדע"־פֿעסטיוואַל איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט 2012, ווי אַלע יאָר, אין די לאָרענשענער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. הײַנטיקס יאָר האָט אַפֿילו דער וועטער צוגעשפּילט און מען האָט געקענט גיין שווימען כּמעט יעדן טאָג אין דער וווּנדערלעכער שיינער אָזערע פֿון דער "בני־ברית־זומער־קאָלאָניע".
בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט מען דאָס יאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. איינע פֿון זיי האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער קולטור אין דרום־אַמעריקע. מען האָט פֿאַרבעטן אין "קלעזקאַנאַדע" צום ערשטן מאָל די זינגערין יאַסינטאַ (שוין 35 יאָר אין פּאַריז, אָבער אַן אַרגענטינער געבוירענע), די כּלי־זמרים "לערנער און מאָגילעווסקי", און דעם אַרגענטינער לעקטאָר און לערער אַבֿרהם ליכטענבוים. מע האָט אויך אײַנגעפֿירט, צום ערשטן מאָל, אַן אינטענסיוון פּאָעזיע־וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן דזשייק מאַרמאַר און עדינה קאַראַסיק. אַ דריטע טעמע האָט מען געווידמעט "קאַרנאַוואַל"; און סײַ אינעם קונסט־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו, סײַ אין טעאַטער־וואַרשטאַט, מיט דער רעזשיסאָרין שיינדל ראָמיין, סײַ אינעם טאַנץ־וואַרשטאַט מיט די לערערס סטיוו ווײַנטרויב און לילי פּערלמאַן — האָט מען זיך געגרייט צו אַ "קאַרנאַוואַל־באַל" מיט צענדליקער מוזיקער, טענצער און אַקטיאָרן. אַ פֿערטע טעמע בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט באַטאָנט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין מאָנטרעאָל.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן... ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל": אַ נײַע ווידעאָ־דיסק

דאָראָטעאַ גרעווע אינטערוויויִרט דעם ייִדישן שרײַבער צבֿי אײַזענמאַן
נאָך דעם ווי די דײַטשע ייִדיש־לערערין דאָראָטעאַ גרעווע מיט דער ייִדיש־טוערין אַניקאַ הילמאַן, ביידע אַקטיוו אין דער האַמבורגער "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש", זענען אַרומגעפֿאָרן איבער ישׂראל און אינטערוויויִרט און פֿילמירט ייִדיש־רעדערס אין אָקטאָבער 2009 און מאַרץ 2010, האָבן זייערע פֿרײַנד זיי געעצהט זיי זאָלן צונויפֿנעמען די מאַטעריאַלן און פּראָדוצירן אַ ווידעאָ־דיסק, אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. דער פֿילם "ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן...? ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל", באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע סצענעס, שמועסן אויף ייִדיש, וואָס זענען טעמאַטיש נישט פֿאַרבונדן צווישן זיך, אָבער זענען פֿון דעסטוועגן אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדיש, וועלכע זענען נישט אויפֿגעוואַקסן מיט מאַמע־לשון און האָבן נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט געבוירענע ייִדיש־רעדערס, און צו הערן אַ נאַטירלעכע שפּראַך. דער ציל פֿונעם פֿילם איז טאַקע מער פּעדאַגאָגיש ווי קינסטלעריש.
"ווער קען רעדן" הייבט זיך אָן מיט אַ פֿריילעך געזאַנג. די זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי פֿון רמת־גן זינגט אַ נוסח פֿון "האָבן מיר אַ מאַנטל" און שפּעטער אינעם פֿילם זינגט זי דאָס פֿאָלקסליד "גיי איך מיר אַרויס אויפֿן גאַניקל". דערנאָך באַקענט מען זיך מיטן פּויליש־ייִדישן זייגער־מאַכער פֿון רחבֿות, דבֿ עלנער. ער ווײַזט אונדז זײַן געצײַג און דערציילט וועגן זײַן לעבן אין אַ שיינעם פּוילישן ייִדיש. מע באַקענט זיך מיט זײַן משפּחה און מע זינגט און פֿאַרברענגט צוזאַמען. מע זעט אין דער סצענע, אַז אויך דער צווייטער דור האָט עפּעס געירשנט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַרײַנגערעכנט די באַטעמטע מאכלים.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"די בריקן פֿון אַשכּנז" בײַ "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"

דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אַלען בערן, מיט אָנטיילנעמער אינעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט
צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.
אַ וויכטיקער מקור וווּ צו געפֿינען די דײַטשע פֿאָלקסלידער, איז דער "דײַטשער פֿאָלקסליד־אַרכיוו", וואָס געפֿינט זיך אין דער דײַטשער שטאָט פֿרײַבורג. די ביבליאָטעקערין, באַרבאַראַ באַך, האָט מען אויך פֿאַרבעטן אויף "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", זי זאָל אויפֿטרעטן מיט עטלעכע לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דײַטשער פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג און זאַמלאַרבעט. אין דעם אַרכיוו ליגט אַן אוצר פֿון דײַטשן פֿאָלקלאָר, און באַך פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישן זכּרון און קען זינגען די דײַטשע באַלאַדעס פֿון אויסנווייניק.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער עלטסטער ייִדישער ליאַלקע־קינסטלער ווערט 100 יאָר אַלט

נאָרבערט בוכהאָלץ (לינקס) מיט זײַנע ליאַלקעס און מיטן מבֿין פֿון אַלטע שפּילעכלעך, אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "Antique Road Show"

מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער ליאַלקע־קינסטלער נאָרבערט (נחמיה) בוכהאָלץ, בעסער באַקאַנט ווי נאַט נאָרבערט, צוזאַמענגעקליבן זײַנע דרײַ טוץ ליאַלקעס, און זיי אַרײַנגעזעצט אין קליינע וועגעלעך, וואָס ער האָט געניצט פֿאַר זיי אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דערנאָך האָט ער זיי געשלעפּט צו דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אַנטיק ראָוד שאָו" (פּרעזענטאַציע פֿון אַנטיקן), וווּ הונדערטער מענטשן ברענגען אַלטע אוצרות פֿון דער היים — צירונג, מעבל, אַלטע דאָקומענטן, — האָפֿנדיק, אַז די "מציאות" וואָס זיי האָבן געקויפֿט פֿאַר עטלעכע טאָלער בײַ אַן אויספֿאַרקויף, וועלן זײַן ווערט טויזנטער.
בוכהאָלצעס זון און שנור האָבן אים געהאָלפֿן שלעפּן די קליינע וועגעלעך, און מענטשן האָבן געגאַפֿט אויף דעם בייזוווּנדער — צווישן די ליאַלקעס איז געווען "מיסטער וואָלסטריט", און ליאַלקעס פֿון באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטיאָרן. ווען דער אָפּשאַצער און מבֿין פֿון שפּילעכלעך אויף דער פּראָגראַם האָט אים אויסגעפֿרעגט (http://www.pbs.org/wgbh/roadshow/archive/201003A08.html), האָט בוכהאָלץ דערציילט, ווי זײַן מומע אין ווין פֿלעג אים אַלע מאָל ברענגען צו דער ליאַלקע־שפּיל, און פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך פֿאַרליבט אין זיי.