למשל, די וואָך ביזן 31סטן אָקטאָבער, קומט פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל "קלעזמערוועלטן" אין געלסענקירכען, דײַטשלאַנד, אָרגאַניזירט פֿון אַנדרעאַס שמיטגעס, אין וועלכן עס נעמען אָנטייל: די קאַפּעליעס "קלעזמאַטיקס", "שטראַוס־וואַרשאַוער דואָ", "ייִדישע פּרינצעסין" פֿון ניו־יאָרק, "פֿאָרשפּיל" פֿון ריגע, "ש׳כּוח" פֿון לאָנדאָן און אַנדערע. אין ווין וועט באַלד, פֿונעם 3טן ביזן 18טן נאָוועמבער, פֿאָרקומען דער 9טער "קלעזמאָר" [Klezmore]־פֿעסטיוואַל מיטן אָנטייל, צווישן אַנדערע, פֿונעם טראָמבאָניסט ברײַען בענדער און זײַן גרופּע, דער קלאַרנעטיסט דוד קראַקאַוער, דער זינגער קערסטען טרויקע פֿון דײַטשלאַנד, די "אַמסטערדאַמער קלעזמער־גרופּע" און יאַן הערמערשמידט, וואָס האָט ערשט אַרויסגעגעבן אַ רעקאָרדירונג פֿון ייִדישע טאַנגאָס.
בײַ די אַלע פֿעסטיוואַלן האָבן זיך אײַנגעוואָרצלט עטלעכע טראַדיציעס: מע ווײַזט שטום־פֿילמען וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות מיט דער ייִדישער וועלט, און מוזיקער שאַפֿן אָריגינעלע מוזיק וואָס באַגלייט דעם פֿילם; מע פֿאַרענדיקט דעם פֿעסטיוואַל מיט אַ ריזיקן קאָנצערט אין דרויסן אָדער אין אַ גרויסן זאַל, אין וועלכן אַלע מוזיקער באַטייליקן זיך; מע פֿירט אָן וואַרשטאַטן פֿאַר אָרטיקע מוזיקער, מע זאָל זיך באַקענען מיט דער קלעזמער־מוזיק. בײַ עטלעכע פֿעסטיוואַלן לערנט מען ייִדיש מיט קינדער און דערוואַקסענע.
דער גרינדער פֿון "קלעזקעמפּ" און אָנפֿירער ביזן הײַנטיקן טאָג איז הענעך סאַפּאָזשניק, וועמען מען האָט ערשט אָפּגעגעבן כּבֿוד אין וואַשינגטאָן צוליב דער שאַפֿונג פֿון אַ זאַמלונג פֿון זײַנע וויכטיקע ייִדישע ראַדיאָ־מאַטעריאַלן. דאָס יאָר האָט ער באַשלאָסן צו שטעלן דעם טראָפּ בײַם "קלעזקעמפּ" אויפֿן ייִדישן הומאָר. סאַפּאָזשניק אַליין איז צווישן די איינציקע וואָס האָט אויפֿגעזוכט קאָמישע טעאַטער־לידער בפֿרט פֿונעם אַמעריקאַנער רעפּערטואַר און זיי אויפֿגעלעבט און רעקאָרדירט. ער האָט, למשל, צוגעגעבן נאָך אַ סטראָפֿע וועגן דעם וועגעטאַרישן עסן טאָפֿו צו ראובֿן דאָקטערס ליד "טשיקען" און טרעט אויף מיטן קלאַסישן הומאָריסטישן ליד "איך בין אַ באָרדער בײַ מײַן ווײַב". אַ שאָד וואָס מער זינגערס ניצן נישט אויס די אַמאָליקע קאָמישע לידער פֿון "סעקאָנד־עוועניו" מיט אַזוינע טיטלען ווי: "אויף דער ׳האָנימון׳" [קישוואָך] (פֿון דער פּיעסע "נישט פֿאַר אײַך געדאַכט"), "וואָס ווייסט אַ מתנגד", "פּראָהיבישאָן בײַם רבין", "קראַקערס", "זײַן אַ באָרדער אָדער ניט", "הלוואַי וואָלט איך געפֿאָלגט מײַן ווײַב". עס זענען פֿאַראַן הומאָריסטישע ייִדישע לידער וועגן די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, דעם לעבן אויף דער איסט־סײַד, פֿרויען־רעכט, און נאָך וועגן "פּראָהיבישאָן" (די יאָרן ווען דאָס טרינקען אַלקאָהאָל אין אַמעריקע איז געווען פֿאַרווערט). איך האָף, אַז מע וועט לערנען די לידער אויף איינעם פֿון די וואַרשטאַטן אין "קלעזקעמפּ". דער פּיאַניסט פּיט סאָקאָלאָוו, אַ קלעזמער וואָס דינט ווי אַ בריק פֿונעם עלטערן דור קלעזמאָרים צו די ייִנגערע מוזיקער, קען זיכער זינגען אַ טייל פֿון זיי.
די לערערשאַפֿט און פּערסאָנאַל פֿון די צוויי גרויסע צפֿון־אַמעריקאַנער קלעזמער־פּראָגראַמען, "קלעזקעמפּ" און "קלעז־קאַנאַדע" דערגאַנצן איינע די אַנדערע, און נאָר אַ קליינע צאָל מוזיקער־לערער קומען אויף ביידע. עס זענען אויך דאָ אַנדערע אונטערשיידן צווישן די צוויי — "קלעזקאַנאַדע" קומט פֿאָר זומער אין אַ קעמפּ אין דרויסן, אָבער "קלעזקעמפּ" קומט פֿאָר אין אַ האָטעל אין די קאַלטע קעטסקיל־בערג אין מיטן ווינטער, בלײַבט מען אינעווייניק די גאַנצע וואָך. דאָס זײַן פֿאַרשטעקט אין איין בנין האָט מעלות און חסרונות. איין מעלה איז, וואָס די מוזיקער שפּילן און פּראַקטיצירן צוזאַמען אויף זייערע אינסטרומענטן אַ גאַנצן מעת־לעת — אין האָטעל־צימערן, אין קאָרידאָרן, אין באַהאַלטענע ווינקלעך. דער חסרון פֿון בלײַבן אין האָטעל איז, וואָס מע קען זייער לײַכט זיך אָנשטעקן מיט אַ ווירוס פֿון אַנדערע מענטשן במשך פֿון דער וואָך, און עס געשעט גאַנץ אָפֿט, אַז מע פֿאָרט אַהיים מיט אַ פֿאַרקילונג; אַפֿילו, חלילה, אַ גריפּע.
אויף דער טעמע "ייִדישער הומאָר" וועלן האַלטן לעקציעס דער באַקאַנטער הומאָריסט און שרײַבער מײַקל (מיכל) וועקס, מרים אײַזיקס, ראָן ראַבוי, הענעך סאַפּאָזשניק, דזשיל געלערמאַן און פּיט סאָקאָלאָוו. משה וואַלדאָקס, באַקאַנט פֿאַר זײַנע גרויסע אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישן הומאָר וועט זיך באַטייליקן צום ערשטן מאָל. אַ סך מענטשן קומען אויף "קלעזקעמפּ" נישט צוליב דער מוזיק, נאָר הנאה צו האָבן פֿון די קולטור־ און קונסט־קלאַסן.
צו לייענען די גאַנצע פּראָגראַם פֿון "קלעזקעמפּ" 2012, גיט אַ קוועטש אויף זייער וועבזײַטל: http://www.klezkamp.org אָדער קלינגט: 8202־532־212. דער נײַער "מיירענט אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור" אין מאַדיסאָן, וויסקאָנסין, איז אַרויסגעוואַקסן פֿון "קלעזקעמפּ" און האָט לאַנצירט אַ קלענערן נוסח פֿון דער אונטערנעמונג — "אַ ביסעלע קלעזקעמפּ". אין 2013 וועט די פּראָגראַם פֿאָרקומען דעם 21סטן יולי אין מאַדיסאָן.