- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" אַרויס פֿון דרוק מיטן צוגאַנג פֿון אַרומנעמיקייט, ווי אין דער ייִדיש־פֿראַנצייזישער אויסגאַבע, וועט מען דאָ געפֿינען סײַ נעאָלאָגיזמען ווי "אויפֿבלעכלער", (can opener) סײַ ווערטער ווי "שטיצע" אָדער "אומבאַדינגט" וואָס ווערן פֿאַרצייכנט אין אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן־ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" פֿון 1968 מיט אַ שוואַרץ פּינטל, וואָס איז טײַטש — "אַ ספֿק צי דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך". קיין שוואַרצע פּינטלעך אָדער שוואַרצע דרײַעקן ("ניט־דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך") וועט מען דאָ נישט געפֿינען. די פֿאַרקירצונג Germ, אַ פֿאַרקירצונג פֿון Germanism" ("דײַטשמעריזם") וועט מען יאָ אַמאָל געפֿינען, ווי בײַם וואָרט "באַצוג". דאָס ווערטערבוך נעמט אַרײַן אַפֿילו באָטאַנישע טערמינאָלאָגיע, ווי "חנהלעס אייגעלע" (Pansy). די נאָרמאַטיווע שיטה פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט געוואָלט רעקאָמענדירן שפּראַכלעכע ברירות, אָבער "אַיִעוו" שטעלט פֿאַר זיך אַנדערע צילן, ווי מע לייענט וועגן דעם אין דער הקדמה. ער וויל צו ניץ קומען "אַלע ענגליש־רעדערס וואָס לייענען און שרײַבן ייִדיש; אָבער אויך, אַז דאָס איז נאָר אַן אָנהייב, און אַז אונדזער אַרבעט וועט זײַן דער יסוד פֿאַר פֿאַרבעסערטע און פֿאַרברייטערטע אויסגאַבעס אין דער צוקונפֿט". ווער עס האָט געהאַלטן דעם באַנד אין די הענט ווייסט, אַז די געלע בלעטלעך צעקרישלען זיך אין גאַנצן, און באַלד וועט נישט בלײַבן קיין זכר פֿונעם וויכטיקן ווערק, אַ חוץ אין דער דיגיטאַלישער פֿאָרעם. דער רעדאַקטאָר מ. וואַנווילד, איינער פֿון עטלעכע פּען־נעמען פֿונעם שרײַבער און קריטיקער משה־יוסף דיקשטיין (1889—?194), האָט אין אַ היציקן טאָן פֿאַרטיידיקט אין זײַן אַרײַנפֿיר דעם ייִדישיזם און דאָס פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר. למשל, ער שרײַבט: "דאָס ליד 52 פֿון ש. לעהמאַנס זאַמלונג ׳אַרבעט און פרײַהייט׳ האָט געוויס אַ פֿיל גרעסערן ווערט פֿון אַלע אחד־העמס מאמרים צוזאַמענגענומען". צווישן די וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין "בײַ אונדז ייִדן", זענען געווען הערשעלע, פּינחס גראַובאַרד, נח פּרילוצקי און יהודה עלזעט. אָבער שמואל לעהמען האָט פֿאַרנומען דאָרט דעם אויבן־אָן. ער האָט אינעם באַנד אָפּגעדרוקט עטלעכע טיילן פֿון זײַנע ריזיקע קאָלעקציעס, און געוויזן דער וועלט, אַז ער זאַמלט אַלץ; אַפֿילו זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער נישט פֿאַררעכנט ווי פֿאָלקלאָר. דערפֿאַר איז טאַקע דער טיטל "בײַ אונדז ייִדן" אַזאַ פּאַסיקער; די וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסטן האָבן געזען שיינקייט און ווערט אינעם ייִדיש־לשון אין אַלע שיכטן פֿונעם פֿאָלק.
די ריגער גרופּע "פֿאָרשפּיל" האָט באַשלאָסן, אַז מע קען צופּאַסן די אַלטע ייִדישע לידער צו די נײַע קלאַנגען פֿון וועלט־מוזיק און ראָק־און־ראָל. די גרופּע איז נישט די ערשטע צו גיין אויף דעם דרך. אָבער, לויט מײַן מיינונג, איז זיי געראָטן צום בעסטן במשך פֿון די לעצטע יאָרן. די זינגערין פֿון דער גרופּע סאַשאַ לוריאַ איז ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע, אָבער איז אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד. אַ פּראָפֿיל פֿון איר האָב איך אָנגעשריבן אין אַ רובריק וועגן דער פּראָגראַם מיט צוויי יאָר צוריק. איצט אַ דאַנק דער נײַער, און ערשטער, רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס הייסט, ווי די גרופּע, "פֿאָרשפּיל" Forshpil, קאָן אַ גרעסערער עולם געניסן פֿון איר קול וואָס קען קלינגען סײַ צאַרט, סײַ ענערגיש און שטאַרק. צוזאַמען מיט איר לאַנדסמאַן איליאַ שנייווייס, האָבן זיי מיט דער קאַפּעליע, געשאַפֿן פֿרישע, נאָוואַטאָרישע ייִדישע מוזיק וואָס קאָמבינירט דאָס אַלטע מיטן נײַעם. "אַ חלום": קאָנצערט צום יאָרצײַט פֿון חנה קופּער אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט די זינגער: עלינאָר ריסאַ, בתיה שעכטער, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאַש וואַלעצקי, דזשאָען באָרץ, "סאָ־קאָלד", זלמן מלאָטעק, די "קלעזמאַטיקס", און איר טאָכטער שׂרה מינע גאָרדאָן, צווישן אַנדערע. דזשעני ראָמיין און טינע קינדעמאַן האָבן אויסגעשפּילט אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "גליקל פֿון האַמעל", וועלכע קופּער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן. עס האָבן גענומען אַ וואָרט פּראָפֿ׳ שמאול־אַבא שאַנדלער, מײַקל וועקס און מײַקל קופּער, דער ברודער פֿון גאָרדאָן, וועלכע האָבן באַטאָנט איר ברייטהאַרציקייט, עסטעטישן חוש, און צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם "אַרבעטער־רינג", אַן טאָבאַק, האָט אויך דערציילט וועגן חנה קופּער, און אירע יאָרן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל אין דער אָרגאַניזאַציע. צווישן דעם עולם און אויף דער בינע האָבן זיך געפֿונען געוועזענע סטודענטן פֿון דער "ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם" מיט וועלכע קופּער האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט. דער ייִדישער ראָק־און־ראָל זינגער וואָלף קראַקאָווסקי האָט זי דערמאָנט ווי זײַן שכדנטע, ווײַל אין דער זומער־פּראָגראַם האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי. אַנדערע האָבן זי געקענט ווי די מײַסטער־זינגערין און לערערין פֿון ייִדיש־געזאַנג. זיי האָבן זיך געלערנט בײַ איר אויף ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן איבער דער וועלט. זײַן ביאָגראַפֿיע שפּיגלט אָפּ די קאָמפּליצירטע געשיכטע און געזעלשאַפֿט אין האַוואַיִ. בשעת מײַן וויזיט דאָרטן, אָנהייב דעצעמבער, האָב איך כּסדר געדאַרפֿט זיך פֿרעגן, צי איך געפֿין זיך טאַקע אין אַמעריקע? די האַוואַיער שפּראַך פֿאַרמאָגט בלויז 13 אותיות. ס׳רובֿ אײַנוווינער און טוריסטן שטאַמען פֿון די אַזיאַטישע לענדער — יאַפּאַן, כינע, וויעטנאַם און קאָרעע. יאַפּאַניש איז דאָרטן די צווייטע שפּראַך, אַזוי ווי שפּאַניש אין ניו־יאָרק. אָבער דער עיקרדיקער אונטערשייד מיט די אַנדערע שטאַטן איז אַוודאי די לאַנדשאַפֿט — אַלטע וווּלקאַנען אין מיטן פֿון די אינדזלען, אַרומגערינגלט פֿון גרויסע, לויטערע פּלאַזשען בײַם ים. דערצו איז דער געוויינטלעכער האַוואַיער אַ רויִקער טיפּ, אָבער אינעווייניק ברענט אַ שטילע שׂינאה צום ווײַסן אַמעריקאַנער פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם גן־עדן מיט מער ווי אַ הונדערט יאָר צוריק. ווידער קלינגט אַ ייִדיש לידל, מאַמע־לשון — ס‘איז דאָך אַ מחיה. קלעזמער: הײַנטיקע חכמים שפּילן ייִדישע ניגונים צווישן אַלטע לידער שפּילט מען נײַע. מיט די שורות הייבט זיך אָן דאָס ליד "זינגט אויף ייִדיש" פֿון אַרקאַדי גענדלער. אַז דער זינגער, לערער און ייִדישער קולטור־טוער אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער פֿון אוקראַיִנע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן אוצר פֿאַר דער ייִדיש־וועלט האָבן מיר שוין געשריבן מער ווי איין מאָל. דער 91־יאָריקער כעמיקער פֿון זאַפּאָראָזשע, אוקראַיִנע, פֿאַרמאָגט נאָך אַנדערע מעלות וואָס מע דאַרף אַרויסהייבן, דער עיקר, ווי אַ פֿרוכטפּערדיקער שרײַבער פֿון ייִדישע זינגלידער; אַ טאַלאַנט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט שפּעט אין זײַן לעבן. אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל "ייִדישע לידער" הערט מען צום ערשטן מאָל אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע אייגענע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען. די רעקאָרדירונג האָט אַרויסגעגעבן די קאַליפֿאָרניער פֿירמע Golden Horn, וועלכע האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן פֿאַרנומען אַן אויבן אָן אין דער קלעזמער־וועלט מיט קאָמפּאַקטלטעך פֿון חנה קופּער, "ווערעצקי פּאַס", "בודאָוויץ" און לעצטנס, מײַקל ווינאָגראַד. אָבער פֿאַרן צוזאַמענשטעלן די רעקאָרדירונג טראָגט דאָס אַחריות אַ גרופּע פֿרײַנד פֿון גענדלערן, בראָש מיטן דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. דעם פּראָיעקט האָבן געשטיצט גענדלערס חסידים פֿון איבער דער וועלט, און זיי וועלן נישט אַנטוישט ווערן פֿונעם רעזולטאַט. אונדזער "פֿאָרווערטס"־לייענער אין האַוואַיִ דעם "פֿאָרווערטס" לייענט מען אין מער ווי דרײַסיק לענדער און אין אַלע שטאַטן פֿון אַמעריקע. אין טראָפּישן האַוואַיִ געפֿינט זיך אויך אַ לאַנג־יאָריקער אַבאָנענט פֿון אונדזער צײַטונג און איך האָב זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים, ווען איך בין די לעצטע וואָך געפֿאָרן אויף וואַקאַציע קיין האָנאָלולו, די קרוינשטאָט אויפֿן אינדזל אָוואַהו. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזאַ אַבאָנענט וואָלט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע ביאָגראַפֿיע צו דערציילן, און איך האָב זיך נישט אַנטוישט... איך בין אַ שוסטערל, גאָר אַן אַנטיק; איך אַרבעט און אַרבעט און האָב קיין גליק. איך אַרבעט בײַ טאָג, איך אַרבעט בײַ נאַכט. קיין שיך האָב איך פֿאַר מיר נישט געמאַכט. אוי, דו שוסטערל וואָס זשע ווילסטו? די געטאָ־קעמפֿערין און ייִדישע כּלל־טוערין וולאַדקע מיד געשטאָרבן וולאַדקע מיד איז געבוירן געוואָרן ווי פֿייגל פּעלטעל אין וואַרשע און האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. נאָך דעם ווי אירע טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען איז זי, אין 1942, געבליבן אַליין. זי איז צוגעשטאַנען צו דער ווידערשטאַנד־אָרגאַניזאַציע אין וואַרשעווער געטאָ און מיט אירע פֿאַלשע פּאַפּירן און אַ נײַעם פּוילישן נאָמען "וולאַדקאַ" פֿרײַ זיך געמישט מיט דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. זי האָט אַרויסגעשמוגלט ייִדישע קינדער און געהאָלפֿן זיי געפֿינען היימען און אַרײַנגעשמוגלט געווער און אַמוניציע אין געטאָ אין צוגרייטונג פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1943. ווי אַ קוריער האָט זי געפֿירט דאָקומענטן הין און צוריק, ווי אויך נײַעס פֿון ביידע זײַטן געטאָ. אין איר בוך און אין אירע לעקציעס האָט זי אויך דערמאָנט דעם אַנטיסעמיטיזם און די גלײַכגילטיקייט פֿון די פּאָליאַקן בשעת די ייִדן זענען אומגעקומען. זי איז געבליבן אין פּוילן ביז דער רוסישער באַפֿרײַונג און האָט חתונה געהאַט מיט בנימין מיעדזשיזשעק (שפּעטער געביטן אויף מיד), אויך אַ ווידערשטאַנד־קעמפֿער, און זיי האָבן זיך דערשלאָגן צו דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע אין דײַטשלאַנד. אין 1946 זענען זיי אָנגעקומען קיין אַמעריקע אַ דאַנק דער הילף פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט" און זי איז פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער אָרגאַניזאַציע ווי אַ לעקטאָרין און וויצע־פּרעזידענט, כּמעט ביזן סוף פֿון איר לעבן. אידלסאָן (1882 — 1938), זאָל זיך אָפּגעבן מיט געפֿינען "קוריאָזן" אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע. אידלסאָן, אַ געבוירענער אין פֿעלקיסבערג, לעטלאַנד, האָט געפֿאָרשט די מוזיק פֿון אַלע ייִדישע עדות איבער דער וועלט, און געשטרעבט צו געפֿינען די עכטע ייִדישע פֿאָלקסמוזיק, נישט קיין פּאָפּולערע מוזיק. זײַן 10־בענדיקע זאַמלונג פֿון די לידער און ניגונים פֿון די עדות איז צווישן די וויכטיקסטע ווערק פֿון דער ייִדישער עטנאָמוזיקאָלאָגיע. אָבער די "אידלסאָן געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" [Idelsohn Society for Musical Preservation], אַ נישט־פּראָפֿיט־וואָלונטיר אָרגאַניזאַציע, וועמענס פֿריִערדיקע רעקאָרדירונג — אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער "תּיקווה"־פּלאַטע־פֿירמע, — וואָס מיר האָבן רעצענזירט פֿאַראַיאָרן, האָט איצט אַרויסגעלאָזט אַ טאָפּל־קאָמפּאַקטל ״Twas the Night Before Hanukkah״ פֿון ווייניק באַקאַנטע חנוכּה־לידער אויף ענגליש אויף איין קאָמפּאַקטל, און ניטל־לידער, געזונגען אָדער אָנגעשריבן, פֿון ייִדן, אויפֿן צווייטן קאָמפּאַקטל. איך ווייס נישט, ווער עס געהערט צו דער חבֿרה אין דער געזעלשאַפֿט וואָס באַשליסט, וועלכע לידער מע זאָל אַרײַננעמען אין אַזאַ זאַמלונג. אָבער ס׳זעט אויס, אַז מיר האָבן נישט דעם זעלבן געשמאַק. אַ גרויסער טייל פֿון די רעקאָרדירונגען איז קיטש, און געוויסע "קיטש"־מוזיק איז כּדאַי צו הערן צוליב איר אייגנאַרטיקן כאַראַקטער אָדער היסטאָרישן ווערט. אָבער עס איז אויך פֿאַראַן קיטש, וואָס ציט נישט צו קיין שום אינטערעס לויט אַלע מאָסן, און לידער פֿון דער קאַטעגאָריע הערט מען צופֿיל אין די קאָמפּאַקטלעך. הײַנט מאַכן מיר חוזק פֿון אַזוינע לידער ווי גלאַדיס געווירצס ״A Chanukah Quiz״[ אַ חנוכּה־פֿאַרהערל] פֿון די 1950ער יאָרן, אין וועלכער, דאָס ליד בעט בײַם יונגן צוהערער, ער זאָל אויספֿילן די בלויזן אין ליד. "וווּ האָט די מעשׂה פֿון חנוכּה זיך אָנגעהויבן?
ייִדישע קולטור אין בראָנקס:
Yiddish Culture in the Bronx: ווען פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַנטוויקלט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די ערשטע דורות פֿאָטאָגראַפֿן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ פּראָפֿעסיע, וואָס קיינער האָט נישט געוווּסט, צי מע קען דערפֿון האָבן אַ לײַטישע פּרנסה. האָבן געציילטע ייִדן אין די שטעטלעך, וואָס זענען געקראָכן אויף די גלײַכע ווענט כּדי עפּעס צו פֿאַרדינען, זיך אײַנגעשטעלט, און געקויפֿט פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם האָבן די ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נײַער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, נישט בלויז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אומעטום וווּ ייִדן האָבן געלעבט. אין די צוויי גרעסטע שטעט פֿון רוסלאַנד, פּעטערבורג און מאָסקווע, האָבן די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן ווי יעווגעני כאַדלדיי, געאָרגי זעלמאַ (געבוירן זלמנאָוויטש), און דמיטרי באַלטערמאַנץ, זיך באַזעצט און געאַרבעט פֿאַר די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען. אָבער זייערע בילדער האָט מען אויך צו מאָל געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון דער תּקופֿה. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַ ביסל פֿאָרגעשיכטע פֿון סאָוועטישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ווײַזט די וואָרצלען פֿון דער סאָוועטישער קונסט־שיטה, דהײַנו, קאָנסטרוקטיוויזם און סאָציאַלער רעאַליזם. קאָנסטרוקטיוויזם האָט וויזועל אָנערקענט די נײַע פֿאַבריק־טעכנאָלאָגיע און מעכאַנישע אינדוסטריעס, און האָט אָפֿט געשטעלט דעם טראָפּ אויף קאַנטיקע פֿאָרמעס. דער סאָוועטישער סאָציאַלער רעאַליזם האָט אַרויסגעהויבן, אַז קונסט אָן אַ סאָציאַלן ציל פּאַסט נישט פֿאַר דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. |