ווי אַזוי קען דער ייִנגערער דור קלעזמאָרים און ייִדישע זינגערס זיך אונטערשיידן פֿון זייערע פֿירגייער? מע קען שאַפֿן אַ נײַעם רעפּערטואַר, אינעם אַלטן פֿאָלקס־סטיל. און אַזוי טוען טאַקע אַ וואַקסנדיקע צאָל קינסטלער — סײַ קלעזמאָרים, סײַ זינגער. אָדער מע קען נעמען די פֿאָלקס־שאַפֿונגען און זיי באַאַרבעטן; צוגעבן אַ נײַעם קנייטש, אפֿשר אַן אַנדער ריטעם, אַ שפּאָגל נײַע — אומגעריכטע — אַראַנזשירונג. אויב די "באַאַרבעטונג" פֿאַראינטערעסירט אַן עולם וואָס דער טראַדיציאָנעלער צוגאַנג האָט נישט מסוגל געווען צוצוציִען, דאַרף מען דאָס באַטראַכטן ווי אַ סוקצעס. דניאל קאַהן, למשל, דער אַמעריקאַנער אין בערלין, פֿלעכט אַרײַן מיט הצלחה הײַנטצײַטיקע איבערזעצונגען, זײַט בײַ זײַט מיטן ייִדישן טעקסט. דער היפּ־האָפּ־זינגער דזשאַש דאָלגין, באַקאַנט ווי "סאָקאָלד", ניצט ייִדישע טעאַטער־ און פֿאָלקסלידער אין זײַן צעמישונג פֿון קלאַנגען, און דער הײַנטיקער דור וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט היפּ־האָפּ האָט הנאה דערפֿון.
די ריגער גרופּע "פֿאָרשפּיל" האָט באַשלאָסן, אַז מע קען צופּאַסן די אַלטע ייִדישע לידער צו די נײַע קלאַנגען פֿון וועלט־מוזיק און ראָק־און־ראָל. די גרופּע איז נישט די ערשטע צו גיין אויף דעם דרך.
אָבער, לויט מײַן מיינונג, איז זיי געראָטן צום בעסטן במשך פֿון די לעצטע יאָרן. די זינגערין פֿון דער גרופּע סאַשאַ לוריאַ איז ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע, אָבער איז אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד. אַ פּראָפֿיל פֿון איר האָב איך אָנגעשריבן אין אַ רובריק וועגן דער פּראָגראַם מיט צוויי יאָר צוריק. איצט אַ דאַנק דער נײַער, און ערשטער, רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס הייסט, ווי די גרופּע, "פֿאָרשפּיל" Forshpil, קאָן אַ גרעסערער עולם געניסן פֿון איר קול וואָס קען קלינגען סײַ צאַרט, סײַ ענערגיש און שטאַרק. צוזאַמען מיט איר לאַנדסמאַן איליאַ שנייווייס, האָבן זיי מיט דער קאַפּעליע, געשאַפֿן פֿרישע, נאָוואַטאָרישע ייִדישע מוזיק וואָס קאָמבינירט דאָס אַלטע מיטן נײַעם.
די קאַפּעליע נאַשט איר מוזיקאַלישן וואָקאַבולאַר פֿון פֿאַרשיידענע קוואַלן, אָבער תּמיד האָט מען אין זינען דעם טראַדיציאָנעלן מקור. אינעם ערשטן נומער "וואָלעכל", אַ ניגון פֿון משה בערעגאָווסקיס זאַמלונג, הערט מען קודם־כּל די עלעקטראָנישע גיטאַר און פּיאַנע: אַזאַ מין קול־קורא מיטן מיין, — "איצט, וועט איר, טײַערער צוהערער, הערן עפּעס אַנדערש ווי געוויינטלעך". די אימפּראָוויזאַציע, לויט מײַן אויער, איז געבויט אויפֿן מוסטער פֿון די שפּעט 1960ער ראָק־און־ראָל־קאַפּעליעס פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ. זיי געדויערן לאַנג און וואַנדערן ווײַט אַוועק אין די קאָסמאָס, ביז מע קומט צוריק צו דער ערד, צו דעם אוקראַיִניש־ייִדישן ניגון. די פּײַקלעך און אַנדערע שלאָג־אינסטרומענטן, געשפּילט פֿון זשעקאַ ליזין, שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן. בקיצור, דאָס איז אַ גרופּע וואָס וויל הנאה האָבן פֿון דער ייִדישער נגינה, צופּאַסנדיק דערבײַ אַלץ וואָס געפֿעלט זיי פֿון דער וועלט־מוזיק.
פֿונעם רעפּערטואַר פֿון דער אוקראַיִנישער זינגערין, בראָניע סאַקינאַ ע״ה, ווי איבערגעגעבן פֿונעם זינגער מיישקע אַלפּערט, זינגט סאַשאַ לוריאַ דאָס ליד "פּריוו טרינק אויס":
פּרוּוו, טרינק אויס אַ פּראָסט גלעזעלע וואַסער —
צי האָט דאָס דען דעם טעם, אַזעלעכע וואָס ביר?
זאָג זשע מיר מײַן לעבן, טײַער לעבן מײַנס —
ווער ס׳האָט דיך אָפּגערעדט פֿון מיר?
דער ריטעם איז אינעם רעגיי־טעמפּאָ, און אַזאַ טעמפּאָ בעט ממש מע זאָל טאַנצן דערבײַ, אָבער. דאָך, דערלאָזט די אַראַנזשירונג אַ פֿרײַע, נישט געפּרעסטע, אויסטײַטשונג פֿון די ווערטער. סאַקינאַ און אַלפּערט זינגען דאָס אָן באַגלייטונג און לוריאַס קנייטשן האַלטן זיך בײַ זייער ייִדיש־סלאַווישן סטיל.
די עלעקטרישע גיטאַר איז דער בולטסטער סימבאָל פֿון ראָק־און־ראָל, און דער גיטאַר־שפּילער פֿון "פֿאָרשפּיל", אַלעקסאַנדער אַלעקסאַנדראָוו, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אינעם קלאַנג פֿון דער גרופּע. אין נאָך אַ ליד פֿון סאַקינאַס/אַלפּערטס רעפּערטואַר — "די פֿײַערדיקע ליבע" — זינגט לוריאַ שוין גיכער מיט דער גיטאַר־באַגלייטונג. אָבער, פֿון דעסטוועגן, געפֿינט זי אַ וועג פֿאָרצושטעלן דאָס ליד מיט דער אַלטער ייִדישער וואָקאַלער אָרנאַמענטאַציע. די לעצטע צוויי סטראָפֿעס זענען פֿון די שענסטע צווישן אונדזערע פֿאָלקסלידער —
אין אַ פֿרעמדער שטאָט,
צווישן פֿרעמדע מענטשן,
ווער וועט אונדז צו דער חופּה פֿירן?
און ווער וועט אונדז בענטשן?
אין אַ פֿרעמדער שטאָט,
צווישן פֿרעמדע מענטשן,
מלאכים וועלן אונדז צו דער חופּה פֿירן,
און דער זיסער גאָט וועט אונדז בענטשן.
אין זייער נוסח פֿון "פּאַפּיר איז דאָך ווײַס", פֿאַרנעמט שנייווייס׳ פּיאַנע דעם אויבן אָן אין דער פּאַמעלעכער אַראַנזשירונג, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ עמאָציאָנעל ליד. ס׳רובֿ קאַפּעליעס הײַנט, בפֿרט אין אַמעריקע, ווילן שפּילן און זינגען וואָס גיכער אויף זייערע רעקאָרדירונגען, קומט "פֿאָרשפּיל" אַ יישר־כּוח פֿאַר זייער נישט אײַלן זיך אין זייערע אויסטײַטשונגען.
עס זענען אויך פֿאַראַן אינסטרומענטאַלע שטיקלעך, און "דער ייִד", נפֿתּלי בראַנדווײַנס אַ מעלאָדיע, דערמאָנט אונדז אין דעם "סורפֿער־קלאַנג" (פֿון די קאַליפֿאָרניער אינדלערס אין די 1960ער יאָרן).
די רעקאָרדירונג פֿון "פֿאָרשפּיל" שליסט זיך מיט "דאָבראַנאָטש" וואָס ברענגט צוזאַמען — "אין דרויסן איז פֿינצטער" פֿון רות רובינס אַרכיוו, מיט נאָך אַ מעלאָדיע פֿון משה בערעגאָווסקיס זאַמלונג. אין דער זעקס־מינוטיקער פֿאָרשטעלונג זינגט סאַשאַ לוריאַ כּמעט אָן באַגלייטונג בײַם אָנהייב, און דאָס שטעלט דעם טראָפּ, פֿאַרשטייט זיך, אויף דער שיינער פֿאָלקס־פּאָעזיע —
אוי, דײַן שיין פּנים
און מיט דײַנע שוואַרצינקע אָטשקעלעך
און דײַן מויל מיט דײַנע שיינע ווײַסינקע ציין.
טאָ קום זשע אַרויס,
כ׳וויל מיט דיר צוויי ווערטער רעדן.
קום זשע אַרויס,
כ׳וויל מיט דיר צו זאַמען זײַן.
אַ קאַפּעליע ווי "פֿאָרשפּיל", וואָס פֿאַרשטייט, און גיט אָפּ כּבֿוד דער שיינקייט פֿון דער אַלטער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע אין אַ נײַעם לבֿוש איז כּדאַי צו הערן.