- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די עליה איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעזאָלוציע, דורכגעפֿירט פֿון פּרעמיער בנימין נתניהוס קאַבינעט אין אָקטאָבער, צו דערלויבן 275 מיטגלידער פֿון דער בני־מנשה, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל במשך פֿון די קומענדיקע צוויי חדשים. די וואָך איז געקומען די ערשטע גרופּע פֿון 53 מענטשן. די בני־מנשה וווינען הײַנט אין די אינדישע שטאַטן מיזאָראַם און מאַניפּוּר, און זאָגן, אַז זייערע אָבֿות האָבן זיך דאָרט באַזעצט, נאָך דעם ווי די אַשורים האָבן זיי פֿאַרטריבן, אינעם 8טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן בריטישע מיסיאָנערן זיי געשמדט צו דער קריסטלעכער רעליגיע, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר, האָבן זיי זיך אומגעקערט צו ייִדישקייט. מײַקל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון "שבֿי־ישׂראל" — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די "פֿאַרלוירענע" און "באַהאַלטענע" ייִדן איבער דער וועלט — איז מיטגעפֿאָרן מיט זיי אויפֿן עראָפּלאַן, און האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די שטימונג איז געווען זייער אַ רירנדיקע. "די בני־מנשה ווײַזן בטבֿע נישט אַרויס זייערע געפֿילן אין דער עפֿנטלעכקייט," האָט פֿרוינד געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווען מיר האָבן געלאַנדעט אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, האָבן זיי אויסגעשאָסן אין אַ געשריי און אַפּלאָדירט. בײַם טויער האָבן זיי אויף אַ קול געמאַכט אַ שהחיינו, און געזונגען די ׳התּקווה׳. אַ צאָל פֿאַרבײַגייער, ישׂראלים און טוריסטן, זענען צוגעקומען און מיטגעזונגען מיט זיי." "זיי האָבן געוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן פֿאַר דעם מאָמענט; איז עס, אַוודאי, געווען זייער עמאָציאָנעל," האָט געזאָגט צבֿי כאַוטע, אַ מיטגליד פֿון דער בני־מנשה, וואָס האָט עולה געווען מיט צען יאָר צוריק, און איז געקומען באַגריסן די נײַע אימיגראַנטן אויפֿן פֿליפֿעלד. "אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וואָס וווינען דאָ, זענען אויך געקומען; מענטשן, וואָס זיי האָבן נישט געזען יאָרן לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעכאַפּט און געוויינט." וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין תּחת אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט "בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן" דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן "גאָר וויכטיקן פּאַנעל", אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש פֿון די פֿיס. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע "אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!" באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן "היימאַרקעט סקווער", און פֿאָדערן אַן אַכט שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ. אָבער דאָס איז נאָר מײַן פּערזענלעכע מיינונג... דעם אמת געזאָגט, רעדט זיך וועגן זייער אַ וויכטיקער אונטערנעמונג און דער סימן דערצו ליגט אין די גאָר אינטערעסאַנטע פּאַנעלן וואָס איך האָב באַזוכט און אין זיי זיך באַטייליקט. בײַם ערשטן פּאַנעל, אונטער דעם טיטל "ייִדישע אָפּקלאַנגען צום ראַסיזם נאָכן חורבן", דוד סלוצקי (מאָנאַש־אוניווערסיטעט), דן דזשיי. פּאַקעט (טרוי אוניווערסיטעט), און שירלי גילבערט (אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן) — האָבן באַהאַנדלט די טעמע אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע ערטער. בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען. דער ניסתּר האָט דעמאָלט געלעבט אין כאַרקאָוו, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אָבער מיט דעם אַריבערטראָגן פֿון דער הויפּטשטאָט קיין קיִעוו אין 1934 האָט זיך זײַן סיטואַציע געערגערט. מיט דעם אַרויספֿאָרן פֿון די צענטראַלע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער נײַער הויפּטשטאָט האָט דער ניסתּר אָנגעוווירן זײַן פּרנסה. דאָס האָט אים דערוועגט צו ווענדן זיך נאָך הילף צו דעם ברודער מאָטל אין פּאַריז, וועלכער איז דעמאָלט שוין געוואָרן אַן אײַנגעשטעלטער קונסטהענדלער׃ "בפֿרט איך וועל נישט קאָנען פֿאַרדינען, ווײַל מײַן אַרבעט בײַ די פֿאַרלאַגן איז אַ טעכנישע — איבערזעצונגען און רעדאַקטור פֿון שפּראַך און סטיל. דאָס איז אַזאַ אַרבעט, וואָס אויב מ׳געפֿינט זיך אויפֿן אָרט, באַקומט מען זי, אויב ניט, גיט מען זי אָפּ אַן אַנדערן; דעם, וועלכער וווינט אין דער זעלבער שטאָט." און ווײַטער דערקלערט דער ניסתּר די סיבה, פֿאַרוואָס ער קאָן טאָן נאָר אַ טעכנישע אַרבעט׃ "דאָס, וואָס איך האָב געשריבן ביז אַהער, איז בײַ אונדז איצט שטאַרק אָפּגעפֿרעגט, ס׳איז זייער אַ געשלאָגן אַרטיקל. סימבאָליזם האָט אין ראַטנפֿאַרבאַנד קיין אָרט ניט. און איך, ווי דיר איז באַוווּסט, בין פֿון אַלע יאָרן אַ סימבאָליסט — איבערגיין פֿון סימבאָליזם צו רעאַליזם איז פֿאַר אַ מענטשן, ווי איך, וועלכער האָט אַ סך געהאָרעוועט אויף צו פֿאַרפֿאָלקאָמען זײַן מעטאָד און אופֿן פֿון שרײַבן — זייער שווער. דאָס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון טעכניק, דאָ מוז מען ווי אויף ס׳נײַ געבוירן ווערן; דאָ מוז מען איבערקערן די נשמה אויף דער אַנדערער זײַט." אַזוי צי אַזוי, אָבער דער ניטל שאַפֿט עפּעס אַן אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. וואָס זאָל אַ ייִד טאָן אין אַזאַ טאָג? דאָ, אין ענגלאַנד, האָב איך געקענט אַ ייִדישע משפּחה, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם ניטל — זיי האָבן דעם מינהג געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. און איך קען אַ האַלב-ישׂראלדיקע משפּחה, וועלכע מאַכט פֿון דעם אַ יום-טובֿ. דאָס הייסט, אַז אין קלויסטער גייט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אָבער מע זיצט בײַ אַ טיש אָנגעשטעלט מיט טראַדיציאָנעלע ניטל-מאכלים, און מע קויפֿט מתּנות איינער דעם אַנדערן. איך ווייס, אַז אין ניו-יאָרק האָבן ייִדן געפֿונען אַ צולהכעיסדיקע סגולה פֿאַרן ניטל — מע גייט אין קינאָ. איך וואָלט, אַ פּנים, געטאָן דאָס זעלבע, אָבער מיר איז קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו זײַן אין ניו-יאָרק אין דער דאָזיקער צײַט. האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אַן אייגענע סגולה — מיר פֿאָרן ערגעץ אַוועק פֿון ענגלאַנד. הײַיאָר האָט דער ניטל אונדז פֿאַרטראָגן קיין איטאַליע, אין אַן אָרט, וואָס הייסט אַבאַנאָ טערמע — אַ טערמאַלער קוראָרט ניט ווײַט פֿון דער באַרימטער שטאָט פּאַדוע. האָטעלן פֿון אַבאַנאָ טערמע האָבן באַסיינען מיט וואַרעם וואַסער, אַזוי אַז מע קען שווימען אין דרויסן אַפֿילו ווינטערצײַט. אַ סך סיבות מאַכן פּאַדוע באַרימט. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דער אוניווערסיטעט איז דאָרטן איינער פֿון די עלטסטע אין דער גאָרער וועלט — אין יאָר 1222 האָט ער שוין זיכער פֿונקציאָנירט. אין דעם דאָזיקן אוניווערסיטעט, וועלכער איז ניט געווען אונטער דער השגחה פֿונעם פּויפּסט, האָבן זיך געלערנט אויך ייִדן, בפֿרט אין דער מעדיצינישער שול. הונדערטער דאָקטוירים, וואָס זײַנען פֿון דאָרטן אַרויס, האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אינטעלעקטועלן לעבן פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן. דער צווייטער טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, “שמות", וועלכן מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי יעקבֿס משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מצרים. מיט דער צײַט, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד געשטיגן און געוואָרן שטאַרקער; דער נײַער מיצרישער קיניג, וועלכער האָט נישט אָנערקענט יוספֿס פֿאַרדינסטן פֿאַר זײַן מלוכה, האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿרעמדע סכּנותדיקע גרופּע.
די ריגער גרופּע "פֿאָרשפּיל" האָט באַשלאָסן, אַז מע קען צופּאַסן די אַלטע ייִדישע לידער צו די נײַע קלאַנגען פֿון וועלט־מוזיק און ראָק־און־ראָל. די גרופּע איז נישט די ערשטע צו גיין אויף דעם דרך. אָבער, לויט מײַן מיינונג, איז זיי געראָטן צום בעסטן במשך פֿון די לעצטע יאָרן. די זינגערין פֿון דער גרופּע סאַשאַ לוריאַ איז ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע, אָבער איז אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד. אַ פּראָפֿיל פֿון איר האָב איך אָנגעשריבן אין אַ רובריק וועגן דער פּראָגראַם מיט צוויי יאָר צוריק. איצט אַ דאַנק דער נײַער, און ערשטער, רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס הייסט, ווי די גרופּע, "פֿאָרשפּיל" Forshpil, קאָן אַ גרעסערער עולם געניסן פֿון איר קול וואָס קען קלינגען סײַ צאַרט, סײַ ענערגיש און שטאַרק. צוזאַמען מיט איר לאַנדסמאַן איליאַ שנייווייס, האָבן זיי מיט דער קאַפּעליע, געשאַפֿן פֿרישע, נאָוואַטאָרישע ייִדישע מוזיק וואָס קאָמבינירט דאָס אַלטע מיטן נײַעם. "אויף יענער וועלט האָט מען דײַן שווײַגן ניט באַלוינט, נאָר דאָרט איז דער עולם השקר, דאָ אויפֿן עולם האמת וועסטו דײַן לוין באַקומען! ...נעם דיר וואָס דו ווילסט! אַלץ איז דײַנס! ...אַלץ אין הימל געהערט צו דיר! קלײַב און נעם וואָס דו ווילסט!... נו, אויב אַזוי, — שמייכלט באָנטשע, — וויל איך טאַקע אַלע טאָג אין דער פֿרי אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער! דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט; דער קטיגור האָט זיך צעלאַכט..." עס קומען אויף בײַ מיר פֿיר קשיות: פֿאַר וואָס האָט געשמייכלט באָנטשע? פֿאַר וואָס די דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט? פֿאַר וואָס האָט זיך צעלאַכט דער קטיגור, דער פּראָקוראָר, הייסט עס? לעבן וועמען פֿון זיי שטייט י. ל. פּרץ, צי ער שטייט בײַ אַ זײַט? * * * די דערציילונג "באָנטשע שווײַג" איז געוואָרן באַוווּסט, יעדן פֿאַלס אין דער ייִדישער וועלט, דערפֿאַר וואָס זי האָט גורם געווען אַ פֿראַגע, וועלכע קאָן געגלײַכט ווערן צו האַמלעטס פֿראַגע: "זײַן צי ניט זײַן?", דאָס איז: "שווײַגן צי ניט שווײַגן?" די ערשטע העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען אָנגעזעטיקט מיט סאָציאַלע רעוואָלוציעס, איבערקערענישן, מלחמות... איז די דאָזיקע פֿראַגע געווען זייער אַקטועל! אויב מע בלעטערט איבער די ייִדישע צײַטונגען פֿון וואַרשע, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ געפֿינט מען אַזוינע אַרטיקלען: "באָנטשע שווײַג רעדט", "באָנטשע שווײַג אָדער באָנטשע שרײַ?", "ווען ׳באָנטשע שווײַג׳ הערט אויף צו שווײַגן", "די טשענסטאָכאָווער קינדער מישפּטן "באָנטשע שווײַג", "דער ייִדישער וויילער אין דער ראָלע פֿון ׳באָנטשע שווײַג׳" אאַ״וו. ווי אַזוי קומט אַ פֿילאָסאָפֿין פֿון לבֿנון צו ייִדיש? אין דער מיטל־עלטער, פֿלעגן אַ סך ייִדישע פֿילאָסאָפֿן שרײַבן זייערע ווערק אויף אַראַביש, ווײַל פֿאַר זיי איז געווען גרינגער אויסצודריקן זייערע געדאַנקען אויף אַ שמועס־שפּראַך, וועלכע פֿאַרמאָגט שוין אַ רײַכן גרייטן וואָקאַבולאַר פֿון וויסנשאַפֿטלעכע און פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. ווען יהודה אבֿן־תּיבון און אַנדערע איבערזעצער האָבן איבערגעטײַטשט אַזעלכע קלאַסישע ייִדיש־אַראַבישע ספֿרים, ווי דעם רמבמ״ס "מורה נבֿוכים" אויף העברעיִש, האָבן זיי געמוזט זיך געבן אַן עצה און אויסטראַכטן אַ סך נײַע ווערטער און פֿראַזעס. אין אַ גרויסער מאָס, שטעלט מיט זיך פֿאָר די מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע אַ דירעקטע קאַלקע פֿון אַראַביש. אין מײַנע אַרטיקלען אינעם "פֿאָרווערטס", דערמאָן איך נישט זעלטן פֿאַרשיידענע ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿילאָסאָפֿיע. צוליב דער רײַכער און לאַנגער היסטאָרישער ירושה, קאָן אַ ייִדישער שרײַבער זיך באַנוצן אָדער מיט די אַלטע העברעיִשע טערמינען, אָדער מיט די באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע גריכיש־ און לאַטײַניש־שטאַמיקע ווערטער. אַזעלכע מחברים, ווי הלל צייטלין און חיים זשיטלאָווסקי, האָבן אָפֿט אַדאַפּטירט אויף אַ מער ייִדישן שטייגער די טערמינאָלאָגיע פֿון די דײַטשישע און רוסישע פֿילאָסאָפֿן. למשל, אַנשטאָט "עקסיסנטענץ" קאָן מען אויף ייִדיש אויסנוצן אַזאַ טראַדיציאָנעל וואָרט ווי "מציאות". דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער בעצם אַן אַלטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם אַראַבישן טערמין "וווּדזשוד". עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו הײַנט שפּירט זיך אין דער ייִדישער קולטור אַ השפּעה פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער פֿילאָסאָפֿיע. נישט יעדן טאָג טרעפֿט מען אָבער אַן אַראַבישן פֿילאָסאָף, וואָס טראַכט, אַז דווקא ייִדיש האָט אַן אוניקאַלן פֿילאָסאָפֿישן טעם.
אַלע אַכט ביכער, וואָס ד״ר אליהו סלע-סאַלדינגער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, נעמען אַרום אַ פֿולן לעבנס-ציקל מיט ס׳רובֿ עטאַפּן און סטאַנציעס אויף זײַן וועג און שאַפֿונגסשטעג, וואָס זענען געקניפּט און געבונדן מיט זײַנע איבערלעבונגען בעתן אומקום; איבערלעבונגען וואָס שלײַכן זיך אַדורך ווי שבת-שטעך פֿון אָנהייב ביז איצט. אויך זײַן דאָקטאָראַט און זײַנע נאָכפֿאָלגן, געדרוקט אין דרײַ בענד, וועגן יעקבֿ פֿרידמאַנס שריפֿטן, איז נישט קיין יוצא-מן-הכּלל הזה, ווײַל אליהו סלע-סאַלדינגער איז אַן איבערבלײַב און אַ געראַטעוועטער פֿון דעם זעלבן בערשאַדער לאַגער, וווּ דער פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן האָט געלעבט און געשאַפֿן. ביידע זענען זיי געבליבן לעבן, עולה געווען, און ווײַטער געשאַפֿן אין מדינת-ישׂראל אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש. אליהו סלע-סאַלדינגערס אייגנאַרטיק שרײַבן טיילט זיך אָפּ פֿון די שריפֿטן, געשאַפֿן פֿון די דערמאָנטע שרײַבער (אויך זיי זײַנען מיטגלידער פֿון דער שארית-הפּליטה), מיט דעם וואָס אליהו סלע פֿאַרפֿלעכט זײַנע מלחמה- און ארץ-ישׂראלדיקע איבערלעבונגען אין אַלע זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן: אין זײַן ראָמאַן וועגן תּל-ירוחם, דער ערשטער ייִשובֿ אין נגבֿ; אין זײַן פֿאָרש־אַרבעט וועגן ייִדישן פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן (אויפֿן גרונט פֿון אליהו סלעס דירעקטער באַקאַנטשאַפֿט מיט די אומשטאַנדן פֿון פּאָעטס לעבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען זיי ביידע זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן אין בערשאַדער געטאָ און לאַגער); ווי אויך אין זײַנע זכרונות און אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז דערשינען לעצטנס אין סעפּטעמבער 2012, די ווערטער פֿאַר ׳זון׳ זענען ענלעכער ווי די פֿאַר ׳לבֿנה׳, פֿ״גל דאָס ייִדישע "זון", דאָס דײַטשישע Sonne און דאָס ענגלישע sun. פֿאַר וואָס איז ייִדיש דאָ אַנדערש פֿון דײַטשיש? וואָרן דאָס הײַנטיקע דײַטשישע וואָרט קומט בירושה פֿון מיטל־דײַטשיש, בשעת דאָס ייִדישע — פֿון בײַעריש (sunne). אָט די גערמאַנישע ווערטער קערן זיך אָן מיט די ווערטער פֿון כּמעט אַלע קרובֿישע לשונות: לאַטײַניש sol, פֿראַנצויזיש soleil (ס׳איז צווייטראַפֿיק ווײַל ס׳שטאַמט פֿון אַ לאַטײַנישן דימינוטיוו), פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש sol, איטאַליעניש sole, רומעניש soare (אויף רומעניש ווערט אָפֿט r פֿון l); טשעכיש slunce, פּויליש słońce, רוסיש solntse (דעם l רעדט מען נישט אַרויס, אָבער אין דער אָרטאָגראַפֿיע בלײַבט ער. זעען מיר, ווי די סלאַווישע ווערטער פֿאַרמאָגן סײַ דעם n וואָס אין גערמאַניש, סײַ דעם l וואָס אין ראָמאַניש). אַפֿילו אַזאַ וואָרט ווי דאָס אַלט־גרעקישע helios, נײַ־גרעקישע ilios איז פֿונעם זעלביקן אָפּשטאַם. ווי אַזוי? גאָר פּשוט: דאָרטן וווּ ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן געירשנט s איז בײַ די גרעקן דער קלאַנג קודם אַריבער צו h און דערנאָכדעם צו נול. אַז פֿון h ווערט נול איז נישט קיין זעלטנקייט: די ראָמאַנישע לשונות האָבן דאָך געירשנט פֿון דער מאַמע לאַטײַן אַ פֿריש צאַפּלדיקן h, וואָס ר׳איז בײַ זיי אַלע געוואָרן נול; רומעניש האָט h, אָבער נישט געירשנט פֿון לאַטײַן, נאָר געליגן פֿון דער פֿרעמד. אויף שפּאַניש זענען צוגעקומען נאָך ווערטער מיט h, פֿון לאַטײַנישן f — אַ שטייגער, hacer ‘טאָן מאַכן’ (פּאָרטוגאַליש fazer) — נאָר אויך דער h איז שוין לאַנג געוואָרן נול. אַפֿילו טייל ענגלענדער, די לאָנדאָנער קאָקניס, קענען קיין h נישט אַרויסברענגען, און טייל ייִדן — אָפּשטאַמיקע פֿון פּאָדאָליע, באַסאַראַביע, וואָלין און צפֿון־מיזרח־פּוילן — האָבן דאָך אויך "צרות מיטן הא". אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה. קראַנקן־פֿאַרזיכערונג פֿון 1927 אָן, די לערניאָרן 1927—1930, האָב איך געלעבט אין ריגע. אין די דאָזיקע יאָרן, כּמעט די גאַנצע צײַט, [איז] מײַן ווײַב נישט געווען אין דער היים. זי פֿלעגט קומען אויף אַ קורצער צײַט, פֿלעגט אַוועקפֿאָרן. מיר האָבן באַוויזן זיך אײַנצואָרדענען מער־ווייניק אויף אַ לײַטישן אופֿן אין ריגע, ווי נאָך דעם זי האָט געדאַרפֿט פֿאָרן (און מע האָט געהייסן זאָל פֿאָרן) אין דער שווייץ. זי איז געווען, דער עיקר, ניט אין דער [אמתער] שווייץ, [נאָר] אין עסטרײַך, אין די בערג אין דעם עסטרײַכישן טייל פֿון שווייץ. נאָך דעם איז זי געווען אין איטאַליע, דער עיקר, אין אַן אָרט וואָס האָט געהייסן ([און] הייסט נאָך איצט אויך) מעראַן — מעראַנאָ. ייִדיש-פֿאָרשונג אין ריגע האָב איך, דער עיקר, זיך ווײַטער פֿאַרנומען מיט ייִדיש, מיטן אייגענעם ווײַטערדיקן פֿאָרשן ייִדיש. עס איז שוין דעמאָלט געווען דער ייִוואָ — אין 1925 איז ער געשאַפֿן געוואָרן. (איך בין געווען איינער פֿון די שאַפֿערס פֿון ייִוואָ, [אָבער] וועגן דעם רייד איך נישט, דאָס איז אַן אַנדער עפּיזאָד.) אין ריגע האָב איך געהאַט גענוג צײַט זייער אַ סך צו שטודירן וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישער גראַמאַטיק. איך האָב אָנגעהויבן שטודירן זאַכן מיט וועלכע ביז מיר האָט זיך בכלל קיינער ניט פֿאַרנומען. [למשל,] וועגן דעם ניצן פּרעפּאָזיציעס אין דער ייִדישער שפּראַך. אין דעם פּרט איז ייִדיש ענלעך צו ענגליש. ענגליש, קיין ענדונגען זײַנען ניטאָ, קען מען דאָך מיינען: ס׳איז דאָך אַזוי פּשוט. אָבער בשעת מע דאַרף ניצן אַ פּרעפּאָזיציע, גיי ווייס צי מע דאַרף on צי מע דאַרף at צי מע דאַרף אַן אַנדער פּרעפּאָזיציע האָבן? דאָס איז פּונקט די זעלביקע זאַך ווי אַן ענדונג פֿון אַ בייגפֿאַל וואָס איז ניטאָ. איך האָב געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשיידענע ייִדישע ענינים. איך פֿלעג קומען אין ווילנע, פֿלעג זיך אויך באַטייליקן אויף זיצונגען, אויך אַדמיניסטראַטיווע, פֿון דעם וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. [איך האָב] זייער אַ סך געלערנט זיך אין די דאָזיקע יאָרן אין ריגע. |