ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרגאַריטאַ כעמלין.

"דער אויספֿאָרשער". ראָמאַן. 

מאָסקווע, "אַסטרעל", 2012



פֿון איין זײַט, געהערן די ראָמאַנען פֿון מאַרגאַריטאַ כעמלין צו דעם הײַנטיקן הויפּטשטראָם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אונטערפֿירן די לעצטע סך־הכּלען פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. און איינצײַטיק שטעלט זי פֿאָר די נײַע כוואַליע אין דער רושיס־ייִדישער ליטעראַטור, אין איינעם מיט אַזעלכע באַקאַנטע שרײַבערינס ווי דינה רובינאַ און ליודמילאַ אוליצקאַיאַ. לויט איר סטיל און וועלטבאַנעם איז כעמלין נענטער צו אינאַ לעסאָוואַיאַ, די קיִעווער שרײַבערין, וואָס האַלט אין איין אויסמאָלן אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿונעם אוקראַיִנער ייִדנטום פֿון די צוויי פֿאַרגאַנגענע דורות.
כעמלינס נײַער ראָמאַן איז איינער פֿון די וויכטיקסטע און וואָגיקסטע ייִדישע ראָמאַנען פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט ניט נאָר אין דער רוסישער ליטעראַטור. אָנגעשריבן ווי אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ סאָוועטישן פּאָליציי־אויספֿאָרשער, וואָס דאַרף אויספּלאָנטערן דעם מאָרד פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרוי אין דער אוקראַיִנער שטאָט טשערניגאָוו אין 1952, איז דאָס אַן אויסגעצייכנט רײַכע, געשפּאַנטע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דער גאַנצער תּקופֿה אינעם לעבן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ גלײַך נאָך דער מלחמה און נאָך דעם חורבן.
די ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט פֿון דער מחברין זעט מען פֿון די סאַמע ערשטע שורות. כעמלין באַהערשט די סאָוועטישע שפּראַך ווי קיין אַנדער הײַנטיקער רוסישער שרײַבער. זי דערקלערט אין אַן אינטערוויו אין אַ רוסישער צײַטונג׃ "די שפּראַך, וואָס לעבט אין מײַנע ביכער — דאָס איז די שפּראַך פֿון מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. איך האָב זי ניט אויסגעטראַכט. מען קאָן ניט אויסטראַכטן דאָס, וואָס לעבט. דאָס איז שוין געשאַפֿן געוואָרן, פֿון דער לופֿט, פֿון גאָרנישט. איך האָב בלויז זיך געסטאַרעט צו פֿאַרהיטן די דאָזיקע שפּראַך, אויסצופֿילן זי מיט פֿלייש, צו פֿאַרחתמענען זי."

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע אויסגאַבע פֿונעם ראָמאַן די "משפּחה מאַשבער"
דער רוסלענדישער אַרכיוו פֿאַר ליטעראַטור און קונסט פֿאַרמאָגט אַ רעלאַטיוו קליינע, אָבער גאָר אינטערעסאַנטע, זאַמלונג פֿון דעם ניסתּרס מאַטעריאַלן; צווישן זיי, אַ פּאָר צענדליק בריוו צו זײַן ברודער מאָטל (מאַקס) קאַגאַנאָוויטש אין פּאַריז, צו די סאָוועטישע ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער אַהרן גורשטיין און נחום אויסלענדער, און צו דעם שרײַבער איציק קיפּניס. די דאָזיקע בריוו העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין דעם ניסתּרס מצבֿ אין די דרײַסיקער יאָרן, ווען ער האָט געאַרבעט איבער זײַן גרויסן ראָמאַן "משפּחה מאַשבער".
דער ניסתּר האָט דעמאָלט געלעבט אין כאַרקאָוו, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אָבער מיט דעם אַריבערטראָגן פֿון דער הויפּטשטאָט קיין קיִעוו אין 1934 האָט זיך זײַן סיטואַציע געערגערט. מיט דעם אַרויספֿאָרן פֿון די צענטראַלע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער נײַער הויפּטשטאָט האָט דער ניסתּר אָנגעוווירן זײַן פּרנסה. דאָס האָט אים דערוועגט צו ווענדן זיך נאָך הילף צו דעם ברודער מאָטל אין פּאַריז, וועלכער איז דעמאָלט שוין געוואָרן אַן אײַנגעשטעלטער קונסטהענדלער׃
"בפֿרט איך וועל נישט קאָנען פֿאַרדינען, ווײַל מײַן אַרבעט בײַ די פֿאַרלאַגן איז אַ טעכנישע — איבערזעצונגען און רעדאַקטור פֿון שפּראַך און סטיל. דאָס איז אַזאַ אַרבעט, וואָס אויב מ׳געפֿינט זיך אויפֿן אָרט, באַקומט מען זי, אויב ניט, גיט מען זי אָפּ אַן אַנדערן; דעם, וועלכער וווינט אין דער זעלבער שטאָט." און ווײַטער דערקלערט דער ניסתּר די סיבה, פֿאַרוואָס ער קאָן טאָן נאָר אַ טעכנישע אַרבעט׃
"דאָס, וואָס איך האָב געשריבן ביז אַהער, איז בײַ אונדז איצט שטאַרק אָפּגעפֿרעגט, ס׳איז זייער אַ געשלאָגן אַרטיקל. סימבאָליזם האָט אין ראַטנפֿאַרבאַנד קיין אָרט ניט. און איך, ווי דיר איז באַוווּסט, בין פֿון אַלע יאָרן אַ סימבאָליסט — איבערגיין פֿון סימבאָליזם צו רעאַליזם איז פֿאַר אַ מענטשן, ווי איך, וועלכער האָט אַ סך געהאָרעוועט אויף צו פֿאַרפֿאָלקאָמען זײַן מעטאָד און אופֿן פֿון שרײַבן — זייער שווער. דאָס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון טעכניק, דאָ מוז מען ווי אויף ס׳נײַ געבוירן ווערן; דאָ מוז מען איבערקערן די נשמה אויף דער אַנדערער זײַט."

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Chilufim: Zeitschrift
für 
Jüdische Kulturgeschichte.

13/2012

דער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל "חילופֿים", וואָס גייט אַרויס אין זאַלצבורג און איז געווידמעט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, באַטראַכט די ירושה פֿון דער גאַליציאַנער דײַטשיש־ייִדישער ליטעראַטור און, קודם־כּל, פֿון קאַרל עמיל פֿראַנצאָז (1847—1904), נתן סאַמועלי (1846—1921) און דעם פּוילישן מחבר ווילהעלם פֿעלדמאַן (1868—1919). דערצו קומט אויך די טעמע, וווּ עס ווערט אָפּגעשפּיגלט דער גאַליציאַנער ייִדישער עבֿר אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. די מחברינס פֿון די אַרטיקלען געהערן צו דעם נײַעם דור גערמאַניסטישע פֿאָרשער, וואָס באַהאַנדלען די דײַטשישע ליטעראַטור אונטער די קוקווינקלען פֿון פֿילשפּראַכיקייט און מולטי־קולטורעלקייט.
"אַ דײַטשער דיכטער — הייסט פֿראַנצאָז!" — אַזוי האָט דער באַרימטער מחבר פֿון ייִדישע מעשׂיות וועגן גאַליציאַנער "האַלב־אַזיע" כאַראַקטעריזירט זיך אַליין אין אַן עפּיגראַם, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט צווישן זײַנע פּאַפּירן. פּאַולאַ גירש לייענט פֿראַנצאָזעס פּריוואַטע בריוו און כּתבֿ־ידן און געפֿינט דאָרט אַן איראָנישן שפּיל מיט זײַן אייגענער זעלבסט־פֿאָרשטעלונג. זי טײַטשט אויס די דאָזיקע איראָניש־סאַרקאַסטישע פּאָזיציע לגבי זיך ווי אַן ענטפֿער אויף די אַנטי־סעמיטישע קלישעען, וואָס זײַנען געווען טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער דײַטשישער קולטור. אַזוי אַרום, טענהט די פֿאָרשערין, האָט פֿראַנצאָז אַנטבלויזט די "לעכערלעכקייט פֿון די הערשנדיקע סטערעאָטיפּן".
קאַטאַרינאַ קרטשאַל ציט ווײַטער די טעמע פֿון איראָניע און חוזק אין די ווערק פֿון קאַרל עמיל פֿראַנצאָז. זי אַנאַליזירט זײַן ראָמאַן "פּאָיאַץ", וואָס שילדערט דעם גורל פֿון אַ ייִדישן יונגערמאַן. דער העלד קומט פֿון אַ גאַליצישן שטעטל קיין טשערנאָוויץ און באַזוכט אַ דײַטשישן טעאַטער־שפּיל, וואָס מאַכט אויף אים אַ געוואַלדיקן רושם. אַן ענלעכן מאָטיוו טרעפֿט מען אויך אינעם ערשטן ייִדישן ראָמאַן, ישׂראל אַקסענפֿעלדס "דאָס שטערנטיכל".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי.

"מוזיי פֿון רעוואָלוציע".

מאָסקווע׃ 2012

דער נײַער ראָמאַן פֿונעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער, זשורנאַליסט און היסטאָריקער אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אין דער רוסישער פּרעסע. דערבײַ גייט אָבער ניט אינעם בוך גופֿא, נאָר אין דעם אופֿן פֿון זײַן פּובליקאַציע. דער טעקסט פֿונעם ראָמאַן איז אָנגעקומען אין פֿאַרקויף, צו ערשט, אינעם אינטערנעץ־נוסח, און ערשט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן געדרוקטע ביכער. אויף דער דריטער שטופֿע פֿונעם עקספּערימענט האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאַרקירצטן אינטערנעץ־נוסח בחינם, און סוף־כּל־סוף, וועט מען קאָנען איבערלייענען דעם גאַנצן ראָמאַן אומזיסט (אָבער ניט אַראָפּלאָדן אויפֿן אייגענעם קאָמפּיוטער).
דאָך, ניט געקוקט אויף די לעבעדיקע וויכּוחים אַרום דער צוקונפֿט פֿונעם בוכהאַנדל, האָט מען קוים באַרירט דעם אינהאַלט פֿונעם בוך, וואָס איז גאַנץ אינטערעסאַנט און באַלערנדיק פֿון עטלעכע שטאַנדפּונקטן. אַרכאַנגעלסקי איז זייער אַ געניטער שרײַבער, מיט אַ פֿײַנעם חוש סײַ פֿאַר דער געשיכטע און סײַ פֿאַרן אַקטועלן איצטיקן מאָמענט און מיט אַן אייגענעם קוקווינקל אויף דער רוסישער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. זײַנע ראָמאַנען לייענען זיך ווי לויפֿיקע קאָמענטאַרן צו די אַקטועלע געשעענישן אינעם רוסישן לעבן.
דער העלד פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן איז אַ פּעטערבורגער היסטאָריקער, וואָס פֿאַרדינט זײַן געלט דורך שאַפֿן כּלערליי מוזייען פֿאַר רײַכע פּריוואַטע קליענטן. דער מעטאַפֿאָרישער באַגריף פֿונעם מוזיי דינט ווי דער שליסל צו דעם גאַנצן ראָמאַן. אַ מוזיי איז דאָ ניט סתּם אַ קאָלעקציע פֿון ווערטפֿולע אַלטע זאַכן אָדער קונסטווערק, נאָר אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ געוויסער היסטאָרישער קאָנצעפּציע, אַ מין כּמו־געשיכטע, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווירטועל דורך מאָדערנע עלעקטראָנישע און טעכנישע מכשירים. הײַנט־צוטאָג קאָן יעדער איינער באַשטעלן אַן אייגענעם נוסח פֿון דער געשיכטע, אַבי געלט איז פֿאַראַן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Annie Polland and Daniel Soyer,
Emerging Metropolis:
New York in the Age of Immigration,
1840—1920 (City of Promises: A History
of the Jews in New York, vol. 2).

New York: New York University Press, 2012. 364 pp.



דער צווייטער באַנד פֿון דער נײַער פֿונדאַמענטאַלער געשיכטע פֿון ייִדן אין ניו־יאָרק באַהאַנדלט די סאַמע דינאַמישע תּקופֿה, וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די שטאָט אינעם צענטער פֿון דער ייִדישער וועלט. דאָס איז געשען צוליב צוויי אימיגראַציע־כוואַליעס פֿון אייראָפּע. צוערשט, אין דעם מיט־19טן יאָרהונדערט, זײַנען געקומען בערך הונדערט טויזנט ייִדן פֿון די דײַטשיש־רעדנדיקע, מיטל־אייראָפּעיִשע געגנטן, און דערנאָך, זינט די 1870ער יאָרן און ביזן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן זיך אין אַמעריקע באַזעצט בערך צוויי מיליאָן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
צו יענער צײַט איז ניו־יאָרק געוואָרן דער הויפּט־טויער פֿאַר דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון אייראָפּע. עס איז נאַטירלעך, אַז דאָס רובֿ אימיגראַנטן האָבן זיך לכתּחילה באַזעצט אין דער שטאָט, און דווקא אין דער געגנט, וואָס איז געווען נאָענט צו אָט דעם "טויער" אויף קעסל־אײַלאַנד און שפּעטער אויף עליס־אײַלאַנד. אַזוי אַרום דערציילט דאָס דאָזיקע בוך, קודם־כּל, די געשיכטע פֿון דער לאָוער־איסט־סײַד, וואָס זינט דעם אָנהייב פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און ביז הײַנט דינט די געגנט ווי די ערשטע אַמעריקאַנער סטאַנציע פֿאַר די פֿריש־געקומענע אימיגראַנטן.
די דאָזיקע אָרטיקע געשיכטע ווערט פֿולגעפּאַקט מיט אַ סך אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און פּרטים. מען הערט לעבעדיקע שטימען פֿון מענער און פֿרויען, וואָס דערציילן וועגן זייער דערפֿאַרונג. דער אַלגעמיינער טאָן פֿון דער דאָזיקער געשיכטע איז פּאָזיטיוו. די ייִדישע אימיגראַנטן, סײַ די דײַטשישע "יאַהודים" און סײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע "ייִדן" האָבן געהאָרעוועט שווער, געהאָלפֿן איינער דעם אַנדערן, און זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער סיסטעם. סוף־כּל־סוף, האָבן זיי זיך אַלע אַרויפֿגעאַרבעט און זיך אַריבערגעצויגן אין בעסערע געגנטן.

פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סטרוגאַצקי
די ברידער אַרקאַדי (1925—1991) און באָריס (1933—2012) סטרוגאַצקי זײַנען בלי־ספֿק די סאַמע באַקאַנטע רוסישע שרײַבער אינעם זשאַנער פֿון "וויסנשאַפֿטלעכער" פֿאַנטאַסטיק. אין זייערע ווערק טרעפֿט מען וואַנדערונגען איבערן קאָסמישן רוים, כּלערליי כּישופֿדיקע מכשירים, מענטשן מיט אומנאַטירלעכע פֿעיִקייטן, און אַנדערע בולטע סימנים פֿונעם פֿאַנטאַסטישן זשאַנער. אָבער ניט דאָס איז דער עיקר אין זייער רײַכער ליטעראַרישער ירושה.
די ברידער סטרוגאַצקיס ווערק זײַנען ניט וועגן אַ ווײַטער אָדער נאָענטער צוקונפֿט, נאָר וועגן דעם הײַנטיקן איצט. אין אַלע ווערק זייערע דערציילן זיי וועגן זיך און זייער דור, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז אַרײַן אין לעבן צום סאַמע סוף פֿון סטאַלינס שליטה. די לאַנגע און פֿרוכטבאַרע תּקופֿה פֿון שעפֿערישקייט בחבֿרותא האָט זיך געענדיקט אין 1991 מיטן טויט פֿונעם עלטערן ברודער אַרקאַדי. איינע פֿון די לעצטע ווערק זייערע, די פּיעסע "זשידן פֿון דער שטאָט פּיטער", איז געווען שוין ניט קיין "וויסנשאַפֿטלעכע", נאָר אַ ביז גאָר אַקטועלע סאָציאַל־פּאָליטישע פֿאַנטאַזיע.
די האַנדלונג קומט פֿאָר אין לענינגראַד אין דער צײַט פֿון דער לעצטער ירידה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. אין איין נאַכט באַקומען אַלע העלדן אַ רופֿצעטל מיט אַ פֿאָדערונג צו קומען אין דער פֿרי, מיט נייטיקע זאַכן, אין אַ געוויסן לאָקאַל אין לענינגראַד. דער טעקסט פֿונעם רופֿצעטל חזרט איבער דעם דײַטשישן אַפּעל פֿון 1941, וואָס האָט געהייסן אַלע ייִדן פֿון קיִעוו צו מעלדן זיך פֿאַר דער מאַסן־צעשיסונג אין באַבי יאַר.
די סיטואַציע אין דער פּיעסע האָט אויסגעזען ווי אַ מין "סאָציאַל־וויסנשאַפֿטלעכער" עקספּערימענט׃ וואָס וועלן טאָן די סאָוועטישע בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווען יעדער איינער פֿון זיי באַקומט אַזאַ רופֿצעטל, וואָס איז אַדרעסירט צו אים ווי אַ מיטגליד פֿון אַ געוויסער גרופּע׃ איינער אַ "גבֿיר", אַן אַנדערער אַ "כאַבאַרניק", אַ דריטער אַ "נואף", און, אַוודאי, איינער אויך אַ "זשיד". אַזוי ווערט יעדער איינער געשטעלט אין אַ פּאָזיציע פֿון אַ "ייִד".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צײַטשריפֿט פֿאַר ייִדישער געשיכטע, דעמאָגראַפֿיע, עקאָנאָמיע,
ליטעראַטור־פֿאָרשונג,
שפּראַכוויסנשאַפֿט און עטנאָגראַפֿיע.
באַנד 7 (2), מינסק-ווילנע, 2012


דער צווייטער נומער פֿון דער מינסקער "צײַטשריפֿט" איז נאָך איין פּאָזיטיווער סיגנאַל פֿון דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז דער המשך פֿון דער אַלטער סאָוועטישער אויסגאַבע, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק און ווידער באַנײַט מיט אַ יאָר צוריק אונטער דער השגחה פֿונעם ווײַסרוסישן אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין "גלות"־ווילנע. און קודם־כּל דאַרף מען ווינטשן דער נײַער סעריע הצלחה און אַריכות־ימים.
אָבער צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער נײַער נומער, אין אונטערשיד צו דעם פֿריִערדיקן, ניט קיין מאַטעריאַלן אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדישער קולטור. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער בלויז אויסגעפֿילט ווערן אין די קומענדיקע נומערן, בפֿרט, אַז די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פֿאָרשער אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל (ווי למשל, קלער לעפֿאָל, סאַשע סענדעראָוויטש, עליסאַ בעמפּאָראַד, ענדריו סלוין, אַרקאַדי זעלצער).
דער נײַער נומער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון זיבן רובריקן. דאָס העפֿט עפֿנט זיך מיט צוויי היסטאָריש־פּאָליטישע אַרטיקלען וועגן ארץ־ישׂראל. מיכאַיִל אַגאַפּאָוו וואַרפֿט אַ נײַעם ליכט אויף די וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע קאָנטאַקטן צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער צײַט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַנאַסטאַסיאַ יאָקשאַ אַנאַליזירט די אינטערנאַציאָנאַלע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון מיזרח־ירושלים אין די יאָרן 1967—1988. די היסטאָרישע אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער רעליגיע אין האָמלער געגנט (אַנדריי לעבעדיעוו און וויקטאָר פּיטשוקאָוו) און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן פֿאַר 1862.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


גענאַדי קאָסטירטשענקאָ.
די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוו׃
די מאַכט, די אינטעליגענץ און די ייִדישע פֿראַגע.
מאָסקווע׃ "מעזשדונאַראָדניִע אָטנאָשעניאַ", 2012.
522 זײַטן.

דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דעם גרעסטן רוסישן מבֿין אויף דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק, איז געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דער "אָדליגע" צווישן די יאָרן 1953 און 1964, ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט באַשלאָסן צו רעווידירן די ירושה פֿון סטאַלינס שליטה. ווי אַלע פֿריִערדיקע ביכער פֿונעם דאָזיקן מחבר, באַזירט זיך די איצטיקע פֿאָרשונג אויף אַ ריזיקער צאָל אומבאַקאַנטע דאָקומענטן. די סאַמע אינטערעסאַנטע מקורים שטאַמען פֿון די אַרכיוון פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, פֿון פֿאַרשידענע סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין ישׂראל און די אַמאָליקע סאָוועטישע סאַטעליטן אין מיזרח־אייראָפּע.
"דער הויפּט־אָביעקט פֿון מײַן פֿאָרשונג איז די סאָוועטישע אינטעליגענץ פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם", דערלקערט קאָסטירטשענקאָ דעם צוועק פֿון זײַן חיבור. ער איז אויסן צו דערווײַזן, אַז דווקא די דאָזיקע, גאַנץ קליינצאָליקע גרופּע, האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם גאַנצן סאָוועטישן לאַנד. דווקא די ייִדישע אינטעליגענץ איז געווען דער אַקטיווסטער כּוח־הפּועל פֿון דער ליבעראַליזאַציע פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט נאָך סטאַלינס טויט. קאָסטירטשענקאָ האַלט, אַז די דאָזיקע גרופּע האָט אין אַ געוויסער מאָס קאָמפּענסירט דאָס פֿעלן פֿון דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס און ליבעראַלע פֿרײַהייטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּובליקאַציע פֿונעם בוך "לעבן — איז מיטן פֿאָלק: די קליינע ייִדישע שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע" פֿון מאַרק זבאָראָווסקי און עליזאַבעט הערצאָג האָט אָפּגעצייכנט אַ נײַע תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. ביז דעמאָלט האָבן די אַמעריקאַנער ייִדישע דענקער און שרײַבער געפּרוּווט צופּאַסן ייִדישקייט צו די השׂגות פֿון דער אַרומיקער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה. מען האָט גערעדט וועגן אַ "ייִדישער ציוויליזאַציע", וועגן "יודאַיִזם" ווי אַ קולטור־היסטאָרישער פֿענאָמען, אָבער מען האָט אויסגעמיטן צו רעדן וועגן ייִדן ווי אַ פֿאָלק מיט אַן אייגענעם עטנישן מהות.
אַ היפּשע צאָל צווישן די אַמעריקאַנער עטנאָגראַפֿן זײַנען געווען ייִדן, אָבער אַפֿילו (און אפֿשר טאַקע דווקא) זיי האָבן ניט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַן אייגנאַרטיקער עטנישער גרופּע. פֿאַר דעם זײַנען געווען גאַנץ קלאָרע פּאָליטישע סיבות. מען האָט ניט געוואָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדן זײַנען אין וואָסער ניט איז זין אַנדערש פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אַזאַ מין השערה וואָלט געגעבן שטאָף פֿאַר אַ צוּוווּקס פֿון ראַסיסטישן אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע.
לויט דער דאָזיקער טעאָריע, וואָס איז געווען קוראַנט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער אונטערשייד צווישן די ייִדן און אַנדערע ווײַסע אַמעריקאַנער געווען בלויז אין דער אמונה. יודאַיִזם איז געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער יודעאָ־קריסטלעכער ציוויליזאַציע, דער יסוד פֿון אַמעריקע. אַזאַ קוקווינקל האָט דערמעגלעכט פֿאָרצושטעלן דעם דײַטשישן נאַציזם ווי אַ שׂונא פֿון דער גאַנצער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און ניט נאָר פֿון ייִדן. חוץ דעם, וואָלט דער עטנישער באַגריף פֿון ייִדישקייט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די אָנגעהעריקייט פֿון ייִדן צו דער ווײַסער ראַסע בפֿרט און צו דער אַמעריקאַנער נאַציע בכּלל.
"לעבן — איז מיטן פֿאָלק" איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער נײַער, נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען די אַלטע וועלט פֿונעם שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָס בוך איז געוואָרן אַ פּועל־יוצא פֿון אַ ברייטן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער מיליטערישן פֿלאָט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן";
וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט".
מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011

דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע.
ישׂראל אַגאָל האָט באַוויזן צו פֿאַרעפֿנטעלכן זײַן ביכל זכרונות אין 1936, עטלעכע חדשים פֿאַר זײַן אַרעסט. ווער ווייסט, אפֿשר וואָלט ער געוואָרן אַ באַדײַטנדיקער רוסיש־ייִדישער שרײַבער, ווען נישט די טראַגעדיע. די טעמע פֿון ייִדישער קינדהייט איז פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען גאַנץ פּאָפּולער אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור סײַ אויף רוסיש, סײַ אויף ייִדיש.
ווי עס האָט באַוויזן די פֿאָרשערין פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור מאַרינאַ באַלינאַ, האָבן ס’רובֿ סאָוועטישע שרײַבער באַשריבן זייערע קינדער־יאָרן לויט אַ געוויסער מאָדעל, נוסח מאַקסים גאָרקיס אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע — "קינדהייט", "יוגנט" און "מײַנע אוניווערסיטעטן". אין הסכּם מיט דער דאָזיקער סכעמע, האָט מען געדאַרפֿט באַשרײַבן די אייגענע קינדהייט ווי די צײַט פֿון ביטערער נויט, שווערער האָרעוואַניע, און כּלערליי לײַדן, וואָס האָבן אויפֿגעוועקט דאָס ריכטיקע פּראָלעטאַרישע באַוווּסטזײַן און, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט דעם העלד צום רעוואָלוציאָנערן קאַמף. דער סאַמע באַקאַנטער ייִדישער מוסטער פֿון אַזאַ מין אויטאָביאָגראַפֿיע איז דוד בערגעלסאָנס לעצטער ראָמאַן "בײַם דניעפּר".
אין אונטערשיד צו בערגעלסאָנען, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, האָט אַגאָל ניט געדאַרפֿט גאָרניט אויסטראַכטן. זײַן קינדהייט פּאַסט זיך זייער גוט אַרײַן אין גאָרקיס סכעמע. ער איז געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אויף דער "שיכּורער סלאָבאָדקע", אין דער אָרעמער געגנט פֿון באָברויסק, צווישן גנבֿים, גאַסן־פֿרויען און שיכּורים. זײַנע בילדער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן זײַנען שאַרף, ביטער און האַרט, ווײַט פֿון וואָסער ניט איז נאָסטאַלגיע און סענטימענטאַלקייט. ער אַליין האָט ממש על־פּי־נס אויסגעמיטן צו ווערן אַ גנבֿ — ווי אַ ייִנגל האָט ער זיך שוין באַטייליקט אין אייניקע "אָפּעראַציעס" פֿון דערוואַקסענע גנבֿים.

פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חנה אַרענדט
דער בריוון־אויסטויש צווישן חנה אַרענדט און לעני יחיל, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער היסטאָריקערין פֿונעם חורבן, וואָס איז לעצנטס דערשינען אין דרוק (יד־ישם שטודיעס, 2, 2009), איז אַ שפּאַנענדיקער דאָקומענט פֿון דער צײַט אַרום אײַכמאַנס מישפּט. די בריוו באַרירן ענינים, וואָס זײַנען געווען אַקטועל דעמאָלט און בלײַבן אַקטועל איצט. אַרענדט און יחיל האָבן זיך באַקענט און געוואָרן פֿרײַנד אין ירושלים, און דערנאָך האָבן זיי זיך איבערגעשריבן אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר. אָבער די אידעיִשע חילוקי־דעות זײַנען געוואָרן צו שאַרף, און זייער פֿרײַנדשאַפֿט און קאָרעספּאָנדענץ איז געקומען צום סוף.
אַרענדט און יחיל האָבן אויסגעלייגט זייערע פּאָזיציעס אין די סאַמע ערשטע בריוו. יחיל שרײַבט פֿון ירושלים׃ "די ייִדישע מלוכה אין איר איצטיקער פֿאָרם איז אויסגעוואַקסן פֿון דער רעאַלטיטעט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט היסטאָריש". זי האָט געהאַלטן, אַז אַ פּרוּוו אָפּצורײַסן מדינת־ישׂראל פֿון אירע היסטאָרישע "וואָרצלען" וואָלט גורם געווען אַ "קאַטאַסטראָפֿע", אַפֿילו ווען מען טוט עס לשם אַלמענטשלעכע פּרינציפּן פֿון רעכט און יושר.
אָבער אַרענדט באַהאַנדלט די דאָזיקע פֿראַגע דווקא פֿונעם אַלגעמיין־פֿילאָסאָפֿישן שטאַנדפּונקט. זי צווייפֿלט, צי די ישׂראלים זײַנען בכּוח צו האַלטן זיך בײַ די היסטאָרישע ייִדישע וואָרצלען ביז אַ נײַער מין "עצמדיקייט" וועט זיך אויספֿורעמען פֿון דער "ווירקלעכקייט פֿון זייער לאַנד און פֿונעם אויפֿקום פֿונעם פֿאָלק". זי האָט אַפֿילו פֿאַרגליכן די "אמונה אינעם ייִדישן פֿאָלק" מיט עבֿודה־זרה, וואָס ייִדן האָבן מיטגעבראַכט פֿון מצרים. אין תּוך גענומען קומט אויף די קשיא, וואָס בלײַבט עד־היום דער עיקר פֿון אַלע וויכּוחים אַרום ישׂראל; וואָס איז וויכטיקער פֿאַר מדינת־ישׂראל׃ דער ייִדישער מהות אָדער דער אַלגעמיינער דעמאָקראַטישער פּרינציפּ?

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Eliyana R. Adler. In Her Hands:
The Education of Jewish Girls
in Tsarist Russia. Detroit:
Wayne State University Press, 2011.

אין 1831 האָט אַ ווילנער ייִד מיטן נאָמען שאול פּעריל געעפֿנט אַ פּריוואַטע שול פֿאַר מיידלעך, וואָס איז, מסתּמא, געווען דער ערשטער אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין אין רוסלאַנד. דאָס איז געוואָרן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה אין דער ייִדישער דערציִונג, און אין משך פֿון די קומענדיקע פֿופֿציק יאָר זײַנען אין דעם רוסיש־ייִדישן תּחום־המושבֿ אויפֿגעקומען הונדערטער פּריוואַטע שולן פֿאַר מיידלעך, מערסטנס פֿון דער ערשטער מדרגה. די דאָזיקע שולן האָבן דערצויגן צענדליקער טויזנטער תּלמידות, וועלכע האָבן שפּעטער געהאַט אייגענע משפּחות מיט קינדער. דער מאַמעס דערציִונג האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם וועלטבאַנעם פֿונעם נײַעם דור פֿון רוסישע ייִדן.
עד־היום באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער דערציִונג, כּמעט אויסשליסלעך, דעם מענערישן געשלעכט. עס זײַנען דאָ הונדערטער זכרונות אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן וועגן חדר און ישיבֿה, און צענדליקער היסטאָרישע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. אין משך פֿון הונדערטער יאָרן פֿירט די ייִדישע פּרעסע הייסע וויכּוחים וועגן די צילן, מעטאָדן און אינהאַלט פֿון דער ייִדישער דערציִונג. אָבער ביזן 20סטן יאָרהונדערט איז די רייד געגאַנגען קודם־כּל וועגן ייִנגלעך.
דאָס בוך פֿון עליאַנאַ אַדלער מאַכט אַ רעקאָנסטרוקציע פֿונעם פֿאַרגעסענעם בלאַט פֿון דער ייִדישער קולטור־גישיכטע. דער יסוד פֿון איר אַרבעט זײַנען הונדערטער פֿאַרשידנאַרטיקע דאָקומענטן, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין צענטראַלע און פּראָווינציעלע אַרכיוון פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע׃ בקשות, באַריכטן, סטאַטיסטישע ידיעות, לערן־פּלענער. יעדעס שטיקל אינפֿאָרמאַציע דינט ווי אַ קליינער פּרט אינעם גרויסן אַלגעמיינעם בילד, וואָס ווערט אַלץ ברייטער און טיפֿער מיט יעדן קאַפּיטל.