The Education of Jewish Girls
in Tsarist Russia. Detroit:
Wayne State University Press, 2011.
אין 1831 האָט אַ ווילנער ייִד מיטן נאָמען שאול פּעריל געעפֿנט אַ פּריוואַטע שול פֿאַר מיידלעך, וואָס איז, מסתּמא, געווען דער ערשטער אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין אין רוסלאַנד. דאָס איז געוואָרן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה אין דער ייִדישער דערציִונג, און אין משך פֿון די קומענדיקע פֿופֿציק יאָר זײַנען אין דעם רוסיש־ייִדישן תּחום־המושבֿ אויפֿגעקומען הונדערטער פּריוואַטע שולן פֿאַר מיידלעך, מערסטנס פֿון דער ערשטער מדרגה. די דאָזיקע שולן האָבן דערצויגן צענדליקער טויזנטער תּלמידות, וועלכע האָבן שפּעטער געהאַט אייגענע משפּחות מיט קינדער. דער מאַמעס דערציִונג האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם וועלטבאַנעם פֿונעם נײַעם דור פֿון רוסישע ייִדן.
עד־היום באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער דערציִונג, כּמעט אויסשליסלעך, דעם מענערישן געשלעכט. עס זײַנען דאָ הונדערטער זכרונות אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן וועגן חדר און ישיבֿה, און צענדליקער היסטאָרישע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. אין משך פֿון הונדערטער יאָרן פֿירט די ייִדישע פּרעסע הייסע וויכּוחים וועגן די צילן, מעטאָדן און אינהאַלט פֿון דער ייִדישער דערציִונג. אָבער ביזן 20סטן יאָרהונדערט איז די רייד געגאַנגען קודם־כּל וועגן ייִנגלעך.
דאָס בוך פֿון עליאַנאַ אַדלער מאַכט אַ רעקאָנסטרוקציע פֿונעם פֿאַרגעסענעם בלאַט פֿון דער ייִדישער קולטור־גישיכטע. דער יסוד פֿון איר אַרבעט זײַנען הונדערטער פֿאַרשידנאַרטיקע דאָקומענטן, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין צענטראַלע און פּראָווינציעלע אַרכיוון פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע׃ בקשות, באַריכטן, סטאַטיסטישע ידיעות, לערן־פּלענער. יעדעס שטיקל אינפֿאָרמאַציע דינט ווי אַ קליינער פּרט אינעם גרויסן אַלגעמיינעם בילד, וואָס ווערט אַלץ ברייטער און טיפֿער מיט יעדן קאַפּיטל.
די מאָטיוון פֿאַר עפֿענען פּריוואַטע ייִדישע שולן פֿאַר מיידלעך זײַנען געווען געמישטע. פֿון איין זײַט, זײַנען די דאָזיקע שולן געווען אַ פּועל־יוצא פֿון דער השׂכּלה, הגם דאָס רובֿ משׂכּילים האָבן געהאַט אַ קנאַפּן רעספּעקט פֿאַר פֿרויען. פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָס געווען אַ פּראַקטישע און ניצלעכע זאַך. מען האָט געלערנט מיידלעך חשבון, רוסיש און, צומאָל, אויך אַנדערע שפּראַכן, די יסודות פֿון ייִדישער אמונה און דערצו נאָך "ווײַבערישע מלאָכות", כּדי צוגרייטן זיי צו זייער ראָלע פֿון אַ ווײַב און אַ מאַמע.
אָבער אַפֿילו אַזאַ באַשיידענע פּראָגראַם איז געווען ראַדיקאַל מאָדערן אין פֿאַרגלײַך מיטן טראַדיציאָנעלן חדר און ישיבֿה. אַזוי אַרום האָבן זיך אַ סך ייִדישע פֿרויען געפֿילט מער היימיש מיט דער רוסישער קולטור איידער זייערע טראַדיציאָנעל־דערצויגענע מענער. עס איז שווער אָפּצושאַצן גענוי דעם בײַטראָג פֿון יענע פֿרויען אין דעם פּראָצעס פֿון אַקולטוראַציע און אַסימילאַציע פֿונעם רוסישן ייִדנטום אינעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער בלי־ספֿק איז ער געווען גאַנץ חשובֿ.
די ערשטע ייִדישע מיידלעך־שולן, אַזעלכע ווי פּערילס שול אין ווילנע אָדער אַן אָפּטייל פֿאַר מיידלעך אין דער ייִדישער שול אין אָדעס, זײַנען געווען באַשטימט, דער עיקר, פֿאַרן פֿאַרמעגלעכן שטאָטישן מיטלשטאַנד. אָבער מיט דער צײַט האָט מען געעפֿנט שולן פֿאַר אָרעמע מיידלעך, וואָס מען האָט געקאָנט אונטערשטיצן דורכן ליכט־שטײַער, וואָס די רוסישע רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט ספּעציעל פֿאַר באַצאָלן פֿאַר מלוכישע ייִדישע שולן. דערבײַ האָט די רעגירונג, פּונקט ווי די ייִדישע קהילה, זיך ניט אָפּגעגעבן מיט שולן פֿאַר מיידלעך און זיי זײַנען פֿאַרבליבן אין פּריוואַטע הענט.
אין 1855 האָט פּעריל אַרויסגעלאָזט אַן עפֿנטלעכע מעלדונג וועגן זײַן שול. ער האָט איבערגעציילט דעם לערן־פּלאַן פֿאַר דרײַ קלאַסן און די פּרײַזן. די מעלדונג איז געווען אויף צוויי שפּראַכן: רוסיש און אַ רוסיפֿיצירטן ייִדיש־דײַטש. עס בלײַבט ניט קלאָר, ווי ווײַט האָט פּערילס שול געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע שולן, אָבער די סטאַטיסטיק דערווײַזט, אַז אַזאַ מין ייִדישע פּריוואַטע שולן פֿאַר מיידלעך זײַנען געווען מער פֿאַרשפּרייט אין ליטע איידער אין אוקראַיִנע.
אַדלערס פֿאָרשונג דעקט די תּקופֿה צווישן 1831 און די 1880ער יאָרן, ווען עס זײַנען פֿאָרגעקומען וויכטיקע ענדערונגען אינעם לעבן פֿון רוסישן ייִדנטום. דאָס איז ניט געווען קיין סוף פֿון דער ייִדישער פּריוואַטער דערציִונג, אָבער זינט דעמאָלט איז דאָס ייִדישע שולוועזן געוואָרן אַ סך מער אידעאָלאָגיש, סײַ וואָס שײַך דער שפּראַך און סײַ וואָס שײַך דעם אינהאַלט. סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט זײַנען אַ סך מער ייִדישע מיידלעך געגאַנגען אין אַלגעמיינע רוסישע שולן, און די פּריוואַטע ייִדישע שולן האָבן פֿאַרלוירן זייער צענטראַלע ראָלע אין דער דערציִונג פֿון דער ייִדישער יוגנט.
אַדלערס בוך איז זייער אַ גרונדיקע און פּרטימדיקע פֿאָרשונג, וואָס ברענגט אַרײַן אַ נײַעם קוקווינקל אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. דערבײַ אָבער בלײַבן מחוץ זײַן גערעם גאָר אינטערעסאַנטע פֿראַגן. עס איז מסתּמא ניט צופֿעליק, וואָס די ערשטע פּריוואַטע שול פֿאַר ייִדישע מיידלעך, וווּ מען האָט געלערנט רוסיש, ייִדיש, דײַטשיש און פֿראַנצויזיש, איז געעפֿנט געוואָרן דווקא אין ווילנע און דווקא אין 1831 — דאָס יאָר פֿון דעם ערשטן פּוילישן אויפֿשטאַנד.
אין 1832 האָט די רוסישע רעגירונג פֿאַרמאַכט דעם פּוילישן אוניווערסיטעט אין ווילנע און זי האָט זיך ערנסט גענומען פֿאַר דער רוסיפֿיקאַציע פֿון די אַמאָליקע פּוילישע שטחים. אַזוי אַרום האָט אַ ייִדישע שול, וווּ מען האָט קיין פּויליש ניט געלערנט, זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער נײַער אימפּעריאַלער פּאָליטיק. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן, ווי ווײַט האָט די רוסישע מאַכט דעמאָלט אונטערגעשטיצט די דאָזיקע ייִדישע איניציאַטיוון, און וואָס פֿאַר אַ פּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די ייִדישע דערציִער אינעם רוסיש־פּוילישן שטרײַט.