- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"דער אויספֿאָרשער". ראָמאַן. מאָסקווע, "אַסטרעל", 2012 פֿון איין זײַט, געהערן די ראָמאַנען פֿון מאַרגאַריטאַ כעמלין צו דעם הײַנטיקן הויפּטשטראָם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אונטערפֿירן די לעצטע סך־הכּלען פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. און איינצײַטיק שטעלט זי פֿאָר די נײַע כוואַליע אין דער רושיס־ייִדישער ליטעראַטור, אין איינעם מיט אַזעלכע באַקאַנטע שרײַבערינס ווי דינה רובינאַ און ליודמילאַ אוליצקאַיאַ. לויט איר סטיל און וועלטבאַנעם איז כעמלין נענטער צו אינאַ לעסאָוואַיאַ, די קיִעווער שרײַבערין, וואָס האַלט אין איין אויסמאָלן אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿונעם אוקראַיִנער ייִדנטום פֿון די צוויי פֿאַרגאַנגענע דורות. כעמלינס נײַער ראָמאַן איז איינער פֿון די וויכטיקסטע און וואָגיקסטע ייִדישע ראָמאַנען פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט ניט נאָר אין דער רוסישער ליטעראַטור. אָנגעשריבן ווי אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ סאָוועטישן פּאָליציי־אויספֿאָרשער, וואָס דאַרף אויספּלאָנטערן דעם מאָרד פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרוי אין דער אוקראַיִנער שטאָט טשערניגאָוו אין 1952, איז דאָס אַן אויסגעצייכנט רײַכע, געשפּאַנטע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דער גאַנצער תּקופֿה אינעם לעבן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ גלײַך נאָך דער מלחמה און נאָך דעם חורבן. די ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט פֿון דער מחברין זעט מען פֿון די סאַמע ערשטע שורות. כעמלין באַהערשט די סאָוועטישע שפּראַך ווי קיין אַנדער הײַנטיקער רוסישער שרײַבער. זי דערקלערט אין אַן אינטערוויו אין אַ רוסישער צײַטונג׃ "די שפּראַך, וואָס לעבט אין מײַנע ביכער — דאָס איז די שפּראַך פֿון מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. איך האָב זי ניט אויסגעטראַכט. מען קאָן ניט אויסטראַכטן דאָס, וואָס לעבט. דאָס איז שוין געשאַפֿן געוואָרן, פֿון דער לופֿט, פֿון גאָרנישט. איך האָב בלויז זיך געסטאַרעט צו פֿאַרהיטן די דאָזיקע שפּראַך, אויסצופֿילן זי מיט פֿלייש, צו פֿאַרחתמענען זי." דער ניסתּר האָט דעמאָלט געלעבט אין כאַרקאָוו, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אָבער מיט דעם אַריבערטראָגן פֿון דער הויפּטשטאָט קיין קיִעוו אין 1934 האָט זיך זײַן סיטואַציע געערגערט. מיט דעם אַרויספֿאָרן פֿון די צענטראַלע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער נײַער הויפּטשטאָט האָט דער ניסתּר אָנגעוווירן זײַן פּרנסה. דאָס האָט אים דערוועגט צו ווענדן זיך נאָך הילף צו דעם ברודער מאָטל אין פּאַריז, וועלכער איז דעמאָלט שוין געוואָרן אַן אײַנגעשטעלטער קונסטהענדלער׃ "בפֿרט איך וועל נישט קאָנען פֿאַרדינען, ווײַל מײַן אַרבעט בײַ די פֿאַרלאַגן איז אַ טעכנישע — איבערזעצונגען און רעדאַקטור פֿון שפּראַך און סטיל. דאָס איז אַזאַ אַרבעט, וואָס אויב מ׳געפֿינט זיך אויפֿן אָרט, באַקומט מען זי, אויב ניט, גיט מען זי אָפּ אַן אַנדערן; דעם, וועלכער וווינט אין דער זעלבער שטאָט." און ווײַטער דערקלערט דער ניסתּר די סיבה, פֿאַרוואָס ער קאָן טאָן נאָר אַ טעכנישע אַרבעט׃ "דאָס, וואָס איך האָב געשריבן ביז אַהער, איז בײַ אונדז איצט שטאַרק אָפּגעפֿרעגט, ס׳איז זייער אַ געשלאָגן אַרטיקל. סימבאָליזם האָט אין ראַטנפֿאַרבאַנד קיין אָרט ניט. און איך, ווי דיר איז באַוווּסט, בין פֿון אַלע יאָרן אַ סימבאָליסט — איבערגיין פֿון סימבאָליזם צו רעאַליזם איז פֿאַר אַ מענטשן, ווי איך, וועלכער האָט אַ סך געהאָרעוועט אויף צו פֿאַרפֿאָלקאָמען זײַן מעטאָד און אופֿן פֿון שרײַבן — זייער שווער. דאָס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון טעכניק, דאָ מוז מען ווי אויף ס׳נײַ געבוירן ווערן; דאָ מוז מען איבערקערן די נשמה אויף דער אַנדערער זײַט." Chilufim: Zeitschrift דער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל "חילופֿים", וואָס גייט אַרויס אין זאַלצבורג און איז געווידמעט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, באַטראַכט די ירושה פֿון דער גאַליציאַנער דײַטשיש־ייִדישער ליטעראַטור און, קודם־כּל, פֿון קאַרל עמיל פֿראַנצאָז (1847—1904), נתן סאַמועלי (1846—1921) און דעם פּוילישן מחבר ווילהעלם פֿעלדמאַן (1868—1919). דערצו קומט אויך די טעמע, וווּ עס ווערט אָפּגעשפּיגלט דער גאַליציאַנער ייִדישער עבֿר אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. די מחברינס פֿון די אַרטיקלען געהערן צו דעם נײַעם דור גערמאַניסטישע פֿאָרשער, וואָס באַהאַנדלען די דײַטשישע ליטעראַטור אונטער די קוקווינקלען פֿון פֿילשפּראַכיקייט און מולטי־קולטורעלקייט. David Roskies and Naomi Diamant. דוד ראָסקעס מיט נעמי דיאַמאַנט, די מחברים פֿונעם נײַעם וואָגיקן בוך וועגן דער חורבן־ליטעראַטור, האָבן געשטעלט פֿאַר זיך אַ דרײַיִקע אויפֿגעבע׃ צו געבן דעם ברייטערן אינטעליגענטן עולם אַ זאַכלעכן קיצור פֿון דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור פֿון 1938 ביזן הײַנטיקן טאָג; צונויפֿצושטעלטן אַ קאַנאָנישע רשימה פֿון איין הונדערט וויכטיקסטע ביכער־מוסטערווערק, וואָס זײַנען פֿאַראַן אויף ענגליש, און צו באַזאָרגן די לערער וועגן חורבן און זייערע תּלמידים מיט אַ פּעדאַגאָגישן וועגווײַזער. דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין גיכן, און דער לערנפּלאַן איז שוין צוטריטלעך אויפֿן וועב־זײַטל "מוזיי פֿון רעוואָלוציע". מאָסקווע׃ 2012 דער נײַער ראָמאַן פֿונעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער, זשורנאַליסט און היסטאָריקער אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אין דער רוסישער פּרעסע. דערבײַ גייט אָבער ניט אינעם בוך גופֿא, נאָר אין דעם אופֿן פֿון זײַן פּובליקאַציע. דער טעקסט פֿונעם ראָמאַן איז אָנגעקומען אין פֿאַרקויף, צו ערשט, אינעם אינטערנעץ־נוסח, און ערשט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן געדרוקטע ביכער. אויף דער דריטער שטופֿע פֿונעם עקספּערימענט האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאַרקירצטן אינטערנעץ־נוסח בחינם, און סוף־כּל־סוף, וועט מען קאָנען איבערלייענען דעם גאַנצן ראָמאַן אומזיסט (אָבער ניט אַראָפּלאָדן אויפֿן אייגענעם קאָמפּיוטער). דאָך, ניט געקוקט אויף די לעבעדיקע וויכּוחים אַרום דער צוקונפֿט פֿונעם בוכהאַנדל, האָט מען קוים באַרירט דעם אינהאַלט פֿונעם בוך, וואָס איז גאַנץ אינטערעסאַנט און באַלערנדיק פֿון עטלעכע שטאַנדפּונקטן. אַרכאַנגעלסקי איז זייער אַ געניטער שרײַבער, מיט אַ פֿײַנעם חוש סײַ פֿאַר דער געשיכטע און סײַ פֿאַרן אַקטועלן איצטיקן מאָמענט און מיט אַן אייגענעם קוקווינקל אויף דער רוסישער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. זײַנע ראָמאַנען לייענען זיך ווי לויפֿיקע קאָמענטאַרן צו די אַקטועלע געשעענישן אינעם רוסישן לעבן. דער העלד פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן איז אַ פּעטערבורגער היסטאָריקער, וואָס פֿאַרדינט זײַן געלט דורך שאַפֿן כּלערליי מוזייען פֿאַר רײַכע פּריוואַטע קליענטן. דער מעטאַפֿאָרישער באַגריף פֿונעם מוזיי דינט ווי דער שליסל צו דעם גאַנצן ראָמאַן. אַ מוזיי איז דאָ ניט סתּם אַ קאָלעקציע פֿון ווערטפֿולע אַלטע זאַכן אָדער קונסטווערק, נאָר אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ געוויסער היסטאָרישער קאָנצעפּציע, אַ מין כּמו־געשיכטע, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווירטועל דורך מאָדערנע עלעקטראָנישע און טעכנישע מכשירים. הײַנט־צוטאָג קאָן יעדער איינער באַשטעלן אַן אייגענעם נוסח פֿון דער געשיכטע, אַבי געלט איז פֿאַראַן. Annie Polland and Daniel Soyer,
די ברידער סטרוגאַצקיס ווערק זײַנען ניט וועגן אַ ווײַטער אָדער נאָענטער צוקונפֿט, נאָר וועגן דעם הײַנטיקן איצט. אין אַלע ווערק זייערע דערציילן זיי וועגן זיך און זייער דור, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז אַרײַן אין לעבן צום סאַמע סוף פֿון סטאַלינס שליטה. די לאַנגע און פֿרוכטבאַרע תּקופֿה פֿון שעפֿערישקייט בחבֿרותא האָט זיך געענדיקט אין 1991 מיטן טויט פֿונעם עלטערן ברודער אַרקאַדי. איינע פֿון די לעצטע ווערק זייערע, די פּיעסע "זשידן פֿון דער שטאָט פּיטער", איז געווען שוין ניט קיין "וויסנשאַפֿטלעכע", נאָר אַ ביז גאָר אַקטועלע סאָציאַל־פּאָליטישע פֿאַנטאַזיע. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין לענינגראַד אין דער צײַט פֿון דער לעצטער ירידה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. אין איין נאַכט באַקומען אַלע העלדן אַ רופֿצעטל מיט אַ פֿאָדערונג צו קומען אין דער פֿרי, מיט נייטיקע זאַכן, אין אַ געוויסן לאָקאַל אין לענינגראַד. דער טעקסט פֿונעם רופֿצעטל חזרט איבער דעם דײַטשישן אַפּעל פֿון 1941, וואָס האָט געהייסן אַלע ייִדן פֿון קיִעוו צו מעלדן זיך פֿאַר דער מאַסן־צעשיסונג אין באַבי יאַר. די סיטואַציע אין דער פּיעסע האָט אויסגעזען ווי אַ מין "סאָציאַל־וויסנשאַפֿטלעכער" עקספּערימענט׃ וואָס וועלן טאָן די סאָוועטישע בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווען יעדער איינער פֿון זיי באַקומט אַזאַ רופֿצעטל, וואָס איז אַדרעסירט צו אים ווי אַ מיטגליד פֿון אַ געוויסער גרופּע׃ איינער אַ "גבֿיר", אַן אַנדערער אַ "כאַבאַרניק", אַ דריטער אַ "נואף", און, אַוודאי, איינער אויך אַ "זשיד". אַזוי ווערט יעדער איינער געשטעלט אין אַ פּאָזיציע פֿון אַ "ייִד".
באַנד 7 (2), מינסק-ווילנע, 2012 דער צווייטער נומער פֿון דער מינסקער "צײַטשריפֿט" איז נאָך איין פּאָזיטיווער סיגנאַל פֿון דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז דער המשך פֿון דער אַלטער סאָוועטישער אויסגאַבע, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק און ווידער באַנײַט מיט אַ יאָר צוריק אונטער דער השגחה פֿונעם ווײַסרוסישן אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין "גלות"־ווילנע. און קודם־כּל דאַרף מען ווינטשן דער נײַער סעריע הצלחה און אַריכות־ימים. אָבער צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער נײַער נומער, אין אונטערשיד צו דעם פֿריִערדיקן, ניט קיין מאַטעריאַלן אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדישער קולטור. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער בלויז אויסגעפֿילט ווערן אין די קומענדיקע נומערן, בפֿרט, אַז די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פֿאָרשער אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל (ווי למשל, קלער לעפֿאָל, סאַשע סענדעראָוויטש, עליסאַ בעמפּאָראַד, ענדריו סלוין, אַרקאַדי זעלצער). דער נײַער נומער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון זיבן רובריקן. דאָס העפֿט עפֿנט זיך מיט צוויי היסטאָריש־פּאָליטישע אַרטיקלען וועגן ארץ־ישׂראל. מיכאַיִל אַגאַפּאָוו וואַרפֿט אַ נײַעם ליכט אויף די וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע קאָנטאַקטן צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער צײַט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַנאַסטאַסיאַ יאָקשאַ אַנאַליזירט די אינטערנאַציאָנאַלע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון מיזרח־ירושלים אין די יאָרן 1967—1988. די היסטאָרישע אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער רעליגיע אין האָמלער געגנט (אַנדריי לעבעדיעוו און וויקטאָר פּיטשוקאָוו) און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן פֿאַר 1862. גענאַדי קאָסטירטשענקאָ. די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוו׃ די מאַכט, די אינטעליגענץ און די ייִדישע פֿראַגע. מאָסקווע׃ "מעזשדונאַראָדניִע אָטנאָשעניאַ", 2012. 522 זײַטן. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דעם גרעסטן רוסישן מבֿין אויף דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק, איז געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דער "אָדליגע" צווישן די יאָרן 1953 און 1964, ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט באַשלאָסן צו רעווידירן די ירושה פֿון סטאַלינס שליטה. ווי אַלע פֿריִערדיקע ביכער פֿונעם דאָזיקן מחבר, באַזירט זיך די איצטיקע פֿאָרשונג אויף אַ ריזיקער צאָל אומבאַקאַנטע דאָקומענטן. די סאַמע אינטערעסאַנטע מקורים שטאַמען פֿון די אַרכיוון פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, פֿון פֿאַרשידענע סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין ישׂראל און די אַמאָליקע סאָוועטישע סאַטעליטן אין מיזרח־אייראָפּע. אַ היפּשע צאָל צווישן די אַמעריקאַנער עטנאָגראַפֿן זײַנען געווען ייִדן, אָבער אַפֿילו (און אפֿשר טאַקע דווקא) זיי האָבן ניט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַן אייגנאַרטיקער עטנישער גרופּע. פֿאַר דעם זײַנען געווען גאַנץ קלאָרע פּאָליטישע סיבות. מען האָט ניט געוואָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדן זײַנען אין וואָסער ניט איז זין אַנדערש פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אַזאַ מין השערה וואָלט געגעבן שטאָף פֿאַר אַ צוּוווּקס פֿון ראַסיסטישן אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע. לויט דער דאָזיקער טעאָריע, וואָס איז געווען קוראַנט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער אונטערשייד צווישן די ייִדן און אַנדערע ווײַסע אַמעריקאַנער געווען בלויז אין דער אמונה. יודאַיִזם איז געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער יודעאָ־קריסטלעכער ציוויליזאַציע, דער יסוד פֿון אַמעריקע. אַזאַ קוקווינקל האָט דערמעגלעכט פֿאָרצושטעלן דעם דײַטשישן נאַציזם ווי אַ שׂונא פֿון דער גאַנצער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און ניט נאָר פֿון ייִדן. חוץ דעם, וואָלט דער עטנישער באַגריף פֿון ייִדישקייט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די אָנגעהעריקייט פֿון ייִדן צו דער ווײַסער ראַסע בפֿרט און צו דער אַמעריקאַנער נאַציע בכּלל. "לעבן — איז מיטן פֿאָלק" איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער נײַער, נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען די אַלטע וועלט פֿונעם שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָס בוך איז געוואָרן אַ פּועל־יוצא פֿון אַ ברייטן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער מיליטערישן פֿלאָט. ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן"; וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט". מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011 דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע. אַרענדט און יחיל האָבן אויסגעלייגט זייערע פּאָזיציעס אין די סאַמע ערשטע בריוו. יחיל שרײַבט פֿון ירושלים׃ "די ייִדישע מלוכה אין איר איצטיקער פֿאָרם איז אויסגעוואַקסן פֿון דער רעאַלטיטעט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט היסטאָריש". זי האָט געהאַלטן, אַז אַ פּרוּוו אָפּצורײַסן מדינת־ישׂראל פֿון אירע היסטאָרישע "וואָרצלען" וואָלט גורם געווען אַ "קאַטאַסטראָפֿע", אַפֿילו ווען מען טוט עס לשם אַלמענטשלעכע פּרינציפּן פֿון רעכט און יושר. אָבער אַרענדט באַהאַנדלט די דאָזיקע פֿראַגע דווקא פֿונעם אַלגעמיין־פֿילאָסאָפֿישן שטאַנדפּונקט. זי צווייפֿלט, צי די ישׂראלים זײַנען בכּוח צו האַלטן זיך בײַ די היסטאָרישע ייִדישע וואָרצלען ביז אַ נײַער מין "עצמדיקייט" וועט זיך אויספֿורעמען פֿון דער "ווירקלעכקייט פֿון זייער לאַנד און פֿונעם אויפֿקום פֿונעם פֿאָלק". זי האָט אַפֿילו פֿאַרגליכן די "אמונה אינעם ייִדישן פֿאָלק" מיט עבֿודה־זרה, וואָס ייִדן האָבן מיטגעבראַכט פֿון מצרים. אין תּוך גענומען קומט אויף די קשיא, וואָס בלײַבט עד־היום דער עיקר פֿון אַלע וויכּוחים אַרום ישׂראל; וואָס איז וויכטיקער פֿאַר מדינת־ישׂראל׃ דער ייִדישער מהות אָדער דער אַלגעמיינער דעמאָקראַטישער פּרינציפּ? |