ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו


David Roskies and Naomi Diamant.

Holocaust Literature:
A History and Guide.
Waltham, Mass.: Brandeis University Press, 2012

דוד ראָסקעס מיט נעמי דיאַמאַנט, די מחברים פֿונעם נײַעם וואָגיקן בוך וועגן דער חורבן־ליטעראַטור, האָבן געשטעלט פֿאַר זיך אַ דרײַיִקע אויפֿגעבע׃ צו געבן דעם ברייטערן אינטעליגענטן עולם אַ זאַכלעכן קיצור פֿון דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור פֿון 1938 ביזן הײַנטיקן טאָג; צונויפֿצושטעלטן אַ קאַנאָנישע רשימה פֿון איין הונדערט וויכטיקסטע ביכער־מוסטערווערק, וואָס זײַנען פֿאַראַן אויף ענגליש, און צו באַזאָרגן די לערער וועגן חורבן און זייערע תּלמידים מיט אַ פּעדאַגאָגישן וועגווײַזער. דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין גיכן, און דער לערנפּלאַן איז שוין צוטריטלעך אויפֿן וועב־זײַטל
http://www.brandeis.edu/tauber/publications/roskies/roskies_curriculum_guide.pdf
דעם שטויס צו אַזאַ אַמביציעזן פּראָיעקט האָט געגעבן די פּובליקאַציע פֿון דער צוויי־בענדיקער "ענציקלאָפּעדיע פֿון דער חורבן–ליטעראַטור" אין 2003—2004. ראָסקעס האָט זי אויפֿגענומען זייער קריטיש׃ "כ׳בין געווען אויסער זיך. אַנשטאָט צו ציִען אַ ניכטערן, היסטאָרישן סך-הכּל פֿון דער פֿילשפּראַכיקער און פֿיל-זשאַנערנדיקער חורבן-ליטעראַטור, האָבן די צוויי דיקע בענד אָפּגעשפּיגלט די עסטעטיק און די קולטור-פּאָליטיק פֿון דער הײַנטיקער, מערבֿדיקער אַקאַדעמיע. וועמען האָט מען אַוועקגעזעצט בײַ דער מיזרח-וואַנט? שרײַבער וואָס זענען הײַנט אין דער מאָדע — וואָס ייִנגער, אַלץ בעסער; פֿרויען — וואָס שענער, אַלץ בעסער; — און שרײַבער וואָס פֿאַרבינדן דעם היטלער-חורבן מיט אַנדערע אומגליקן — וואָס מער פּסיכיש און געאָפּאָליטיש, אַלץ בעסער. דער הײַנטיקער קאַנאָן פֿון דער חורבן-ליטעראַטור, בין איך געקומען צום אויספֿיר, איז אַ רשימה טעקסטן, וואָס קיין היסטאָרישע באַרעכטיקונג, חשיבֿות, האָט זי ניט, אָבער געפֿינען געפֿינט זי זיך אונטער דער האַנט, און זי לאָזט זיך לײַכט קנעלן מיט סטודענטן.״
פֿון דער לאַנגער קריטישער רעצענזיע וועגן אָט דער "ענציקלאָפּעדיע" איז געבוירן געוואָרן אַ געדאַנק אָנצושרײַבן אַ כראָנאָלאָגישע געשיכטע פֿון דער חורבן־ליטעראַטור, וואָס זאָל אַרומנעמען אַלע שפּראַכן און אַלע זשאַנערס׃ "איך האָב אויסגעניצט די פֿאָרשונג מײַנע איבערן יאָר 1943, ווען, לויט מײַן מיינונג, האָט זיך דער באַגריף "חורבן" אָנגעהויבן אויסצוקריסטאַליזירן, דער באַגריף "חורבן", סײַ אונטער דער דײַטשישיער אָקופּאַציע, סײַ אין דער פֿרײַער וועלט. ס׳האָט זיך אַנטפּלעקט פאַר מיר אַ נײַע, ביז גאָר באַדײַטנדיקע כראָנאָלאָגיע, אײַנגעטיילט אין פֿיר בולטע תּקופֿות: 1938—1945, 1945—1960, 1960—1985, און 1985 ביז היינט."
די היסטאָרישע כראָנאָלאָגיע איז געוואָרן דער יסוד אי פֿון דער קאָנצעפּציע, אי פֿון דער קאָמפּאָזיציע פֿונעם בוך. אָבער דער כראָנאָלאָגישער פּרינציפּ איז דאָ ניט סתּם אַ באַקוועמער און קלאָרער אופֿן פֿון אָרגאַניזירן דעם ליטעראַרישן מאַטעריאַל. די פּעריאָדישע סטרוקטור, האַלט ראָסקעס, שפּיגלט אָפּ דעם אייגנאַרטיקן מהות פֿונעם קאָלעקטיוון זכּרון וועגן דעם חורבן, סײַ בײַ די ייִדן, סײַ בײַ די אומות־העולם׃
"געוויינטלעך, ווען מע פֿאַרטראַכט אַ פּעריאָדיזאַציע, גיסט איין תּקופֿה זיך אַרײַן אין אַ צווייטער, און ס׳איז בכלל שווער צו באַשטימען, ווען סע ענדיקט זיך איין תּקופֿה און סע הייבט זיך אָן די צווייטע. דאָ איז געשען פֿאַרקערט. די געשיכטע פֿון דער חורבן-ליטעראַטור האַלט זיך אין איין איבעררײַסן. דור הולך ודור לא בא. איין דור ווייסט ניט פֿונעם צווייטן. און אַזוי דערקלערט זיך פֿאַר וואָס אַ וויסנשאַפֿטלעכע ענציקלאָפּעדיע, וואָס איז אַרויס אין 2003, ווייסט גאָרניט, "געדענקט" גאָרניט, פֿאַררופֿט זיך גאָרניט, אויפן אָנהייב פֿון דער סאַגע אין 1943. אַלע פֿריִערדיקע שפּורן זענען נעלם געוואָרן, כּלא היה: ניטאָ די געטאָ-אַרכיוון, ניטאָ די געטאָ-רעפּאָרטאַזשן, ניטאָ דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, ניטאָ ייִדישלאַנד.
און אַזוי איז געשען ניט איין מאָל, נאָר דרײַ מאָל! באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג, איבער גאָר דער וועלט, נעמען פּליטים, לעבן־געבליבענע, קינדער, פֿרויען, היסטאָריקער, כראָניקער, פֿאָלקזינגער, און סתּם עמך, פֿאַרשרײַבן און אַרויסגעבן צײַטונגען, זשורנאַלן, ביכער, בראָשורן, אַנטאָלאָגיעס, פֿילמען, אפֿילו הגדות, לזכר דעם חורבן. די בלי-תּקופֿה, קען מען זאָגן, פֿון דער אַלוועלטלעכער חורבן-ליטעראַטור פֿאַלט אויס אויף די יאָרן 1945—1948. ווער האָט זיך דאָס געקענט פֿאָרשטעלן?
סע שאַפֿט זיך אַ נײַע כראָנאָלאָגיע, וואָס זי באַווײַזט אונדז, אַז בכל דור ודור, אַז איטלעכער נײַער דור מוז גלייבן, אַז ער איז דער ערשטער צו זאָגן עדות וועגן חורבן, ווײַל די פֿריִערדיקע דורות האָבן כּלומרשט אים פֿאַרשוויגן. פֿאַראַן אַזאַ טרײַב-כּוח, וואָס איך רוף אים "סקאַנדאַליעזער זכּרון". דער עצם פֿאַקט, וואָס מ׳האַלט דעם חורבן בסוד, רופֿט אַרויס אַ פּראָטעסט, אַ שלל מיט נײַע פֿראַגעס, פֿאָרמען, קולטור-העלדן. למאַי, למשל, האָט מען פֿאַרשוויגן דעם גורל פֿון ייִדישע פֿרויען? פֿון קינדער פֿון דער שארית-הפּליטה ("דור שני לשואה")? פֿון אומשולדיקע דײַטשן? מײַן רעוויזיע הייבט זיך אָן מיט אָט דער נײַער, דיאַלעקטישער סכעמע."
און ווען מען רעדט הײַנט וועגן דעם קאָלעקטיוון ייִדישן זכּרון, ווער זײַנען די געטרײַע שומרים זײַנע? אַמאָל האָט די דאָזיקע ראָלע געשפּילט די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור, איצט, דאַכט זיך, ווילן דעם דאָזיקען אַחריות איבערנעמען די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער, וואָס פֿירן הייסע וויכּוחים אַרום פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער חורבן־געשיכטע און לערנען זי אין אוניווערסיטעטן. אָבער ראָסקעס איז ניט מסכּים:
"ניט היסטאָריקער, ניט שרײַבער היטן אָפּ דעם זכּרון פֿונעם חורבן בײַם הײַנטיקן טאָג. עס היטן אים אָפּ די זעכציק־זיבעציק טויזנט פֿילמירטע אינטערוויוען מיט דער שארית-הפּליטה און מיט אַנדערע לעבעדיקע עדות. ס׳היטן אים אָפּ די דאָקומענטאַרע און קינסטלערישע פֿילמען, וואָס מע ווײַזט זיי יעדן אַפּריל אויף דער ניט־קאָמערציעלער טעלעוויזיע לזכּרון דעם חורבן; עס היטן אים אָפּ די מוזייען אין אַלע הויפּטשטעט איבער דער מערבֿדיקער וועלט. כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַז עס היטן אים אָפּ די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן, מיט איראַן בראָש, דורך דעם וואָס זיי לייקענען שטיין און ביין וועגן חורבן, און סטראַשען מיט אַ נײַעם.
בלויז דאָ און דאָרט באַווײַזט זיך אַ היסטאָריקער, וואָס רודערט אויף דעם קאָלעקטיוון זכּרון. דער פּויליש-אַמעריקאַנער סאָציאָלאָג יאַן גראָס איז אַזאַ איינער, און טאַקע אין דעם זכות האָבן מיר אַרײַנגענומען "שכנים", דעם ערשטן באַנד פֿון זײַן טרילאָגיע וועגן די פּויליש-ייִדישע באַציִונגען, צווישן די הונדערט מוסטערווערק.
די מוסטערווערק־רשימה, וואָס דערמאָנט "דאָס פּוילישע ייִדנטום", דעם מאָנומענטאַלן אַרגענטינער פּראָיעקט פֿון די 1950ער־1960ער יאָרן, איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער מיטאַרבטעט צווישן ראָסקעס און נעמי דיאַמאַנט׃ "די הונדערט מוסטערווערק זענען אויסגעסדרט כראָנאָלאָגיש, לויט די יאָרן פֿון באַשאַף, ניט לויט די דאַטעס ווען מע האָט זיי פּובליקירט, איבערגעזעצט, אָדער אינסצעניזירט. יעדעס ווערק, זאָל עס זײַן פֿונעם חשובֿסטן מחבר, פֿאַרדינט ניט מער ווי 500—550 ווערטער — ווי רש״י האָט געבאָטן. אַחוץ דער געשיכטע, אין איינעם מיטן לויפֿיקן "פּירוש", גייען צוואַנציק שער-בלעטער, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ די עסטעטיק פֿונעם חורבן-בוך, ווי זי אַנטוויקלט זיך פֿון 1946—1995, און פֿון צווישן די צוואַנציק שער-בלעטער, האָב איך אויסגעקליבן יעקב שטיינהאַרדטס שער-בלאַט פֿון 1951 צו דער גרויסער נאַציאָנאַלער קינה, אורי-צבֿי גרינבערגס "רחובות הנהר", זאָל ער אונדז דינען, פּונקט ווי ער האָט געדינט דעם דיכטער, צו שאַפן אַ ספֿר: עפּעס בלײַביק, אַלצײַטיש. אויב אַ קאַנאָן, זאָל ער זיך געפֿינען אין אַ געהעריקן לבֿוש."
די ערשטע ווערק פֿון דער חורבן־ליטעראַטור זײַנען געשאַפֿן געוואָרן, דער עיקר, אויף ייִדיש, העברעיִש און מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, און הײַנט איז ענגליש געוואָרן די ייִדישע וועלטשפּראַך. אָבער ווײַט ניט אַלע וויכטיקע ווערק זײַנען פֿאַראַן אויף ענגליש. וואָס פֿעלט פֿון די סאַמע קאַנאָנישע טעקסטן?

דוד ראָסקעס
דוד ראָסקעס
"אויפֿן ערשטן אָרט, לייב ראָכמאַנס מאָדערניסטישער ראָמאַן ‘מיט בלינדע טריט איבער דער ערד’ (1968), וואָס איז דאָ ניט לאַנג אַרויס אויף פֿראַנצויזיש. אויפֿן צווייטן אָרט, אורי-צבי גרינבערגס קינה ‘רחובות הנהר’ (1951), וואָס פֿאָדערט אי אַן איבערזעצונג, אי אַ פּירוש רש״י און תּוספֿות. אויפֿן דריטן אָרט, אַלע אָפּגעראַטעוועטע נומערן פֿונעם אונטערערדישן פּויליש-שפּראַכיקן זשורנאַל ‘החלוץ הלוחם’ (1943), געדרוקט, פֿאַרשפּרייט, רעדאַקטירט, און מערסטנס אָנגעשריבן פֿונעם געטאָ-קעמפֿער שימעק דרענגער. און אויפֿן פֿערטן אָרט: אַלע לידער פֿונעם חורבן און וועגן חורבן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער — מיט אַלע ‘ליד־וואַריאַנטן’. ווען משיח וועט קומען, וועט זיך אָנהייבן די נײַע ענציקלאָפּעדיע פֿון דער חורבן-ליטעראַטור לויטן אלף-בית. אלף: רחל אויעבראַך (1903—1976). בית: מיכל באָרוויטש (1911—1987). גימל: זלמן גראַדאָווסקי (1910— 1944). און ווער סע גלייבט מיר ניט, אַז אַזוי דאַרף זײַן, זאָל לייענען דאָס בוך."
אָבער ווען מען רעדט וועגן אַ וואָסער־ניט־איז קאַנאָן, ווערט גלײַך געשטעלט אַ פֿראַגע: ווי ברייט און טיף איז דער אָדער יענער אָפּקלײַב? ווי פֿולקום, רעפּרעזענטאַטיוו און אַדעקוואַט שפּיגלט ער אָפּ דעם רײַכן און צומאָל סתּירותדיקן מאַטעריאַל פֿון דער חורבן־ליטעראַטור? איין זאַך, וואָס וואַפֿרט זיך אין די אויגן אינעם חורבן־קאַנאָן נוסח פֿון ראָסקעס און דיאַמאַנט, איז דאָס ביז גאָר חשובֿע אָרט פֿון פּוילן בכלל און וואַרשעווער און ווילנער געטאָס בפֿרט. דערבײַ ווערט די גאַנצע סאָוועטישע ליטעראַטור פֿאָרגעשטעלט בלויז מיט קנאַפּע דרײַ ביכער׃ דער נסתּרס "ווידערוווּקס", וואַסילי גראָסמאַנס "לעבן און גורל", און אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס "באַבי יאַר".
ראָסקעס דערקלערט זײַן באַשלוס׃ "די סאָוועטיש-ייִדישע ליטעראַטור דאַוונט פֿון אַן אייגענעם סידור. דער רוף צו נקמה, ווי איך דערקלער אינעם צווייטן קאַפּיטל, הייבט זיך אָן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, שוין אינעם 1942סטן יאָר. אָבער נאָך 1946, ווען סטאַלין הייסט אָפּווישן אַלע שפּורן פֿונעם סאָוועטיש-ייִדישן ‘שוואַרץ-בוך’, מוז דער אָפּרוף אויפֿן חורבן געפֿינען אַנדערע וועגן און אומוועגן. די וועגן זענען דעם מערבֿדיקן לייענער אָפֿטמאָל פֿרעמד. און ווי באַלד זיי בלײַבן לרובֿ אומבאַקאַנט דעם סאָוועטישן לייענער אויך, צוליב דער אומעטומיקער, שטענדיקער צענזור, איז זייער שווער צו דערגיין דעם ווידעראַנאַנד צווישן דעם קינסטלערישן וואָרט און דעם קאָלעקטיוון זכּרון, וואָס דאָס איז מײַן פֿאַקטישע טעמע.
איך באַדויער, אָבער וואָס כ׳האָב ניט געפֿונען קיין אופֿן צו באַקענען דעם לייענער מיטן גרויסן רוסיש-ייִדישן פּאָעט באָריס סלוצקי, וואָס מײַן תּלמיד מאַראַט גרינבערג האָט אים לעצטנס אויסגעלייזט. סע פֿעלן אויך אַנדערע אותיות פֿונעם אלף-בית. איז לאָמיר זיך כאָטש טרייסטן דערמיט: אַז כּל-זמן סע פֿעלן נאָך אַזוי פֿיל נעמען, האָט די חורבן-ליטעראַטור סײַ אַ נעכטן, סײַ אַ מאָרגן."
דער סאַמע לעצטער זאַץ קאָן אַרויסרופֿן אַ חידוש: וואָס הייסט "אַ מאָרגן" פֿון דער חורבן־ליטעראַטור? צי קאָן די חורבן־ליטעראַטור האָבן אַ המשך אין דער צוקונפֿט? וואָס וועלן קענען זאָגן וועגן דעם חורבן שרײַבער פֿון די קומענדיקע דורות, וואָס האָבן ניט נאָר אַליין דעמאָלט ניט געלעבט, נאָר אַפֿילו קיין לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן האָבן זיי ניט געטראָפֿן?
ראָסקעס איז ווידער ניט מסכּים: ‘אַוודאי האָט זי אַ צוקונפֿט. איטלעכער דור מוז זאָגן עדות וועגן חורבן פֿון דאָס נײַ. בלית ברירה, וועט די ליטעראַטור זיך באַנײַען דורך נײַע שטימען און נײַע אויסדרוק-מיטלען. די לעצטע תּקופֿה פֿון דער חורבן-ליטעראַטור שטייט אויך אונטערן סימן פֿונעם נאָך-קאָמוניזם. סע קומט די ריי פֿון יענע פֿעלקער, וואָס האָבן ביז אַהער געלעבט מיט לויטער ליגנס, צענזור, קינאה-שׂינאה, פּוסטע חלומות. איצט, אַז ס׳איז שוין באַלד ניטאָ וועמען צו באַשולדיקן, מוזן זיי זיך ספּראַווען מיטן אייגענעם פֿאַרראַט, מיטן יחידישן און קאָלעקטיוון קאָשמאַר.
פֿון אַלע פֿעלקער האָט דאָס פּוילישע פֿאָלק באַוויזן די גרעסטע גבֿורה און האַלט אין איין אַרויסגעבן די סאַמע אינטערעסאַנטסטע ווערק. אפֿשר וועט דער פּאָסט-קאָמוניסטישער לייענער זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר-השׂכל פֿון דער פּוילישער חורבן-ליטעראַטור. ועל-כּולם האָט זי אַ מאָרגן, ווײַל די גאַנצע אויסגעשאָכטענע לאַנדשאַפֿט ליגט איצט אָפֿן. אַלץ מער און מער, איז מען עולה-רגל אויף די מאַסן-קבֿרים, און אויף דעם באָדן שאַפֿט זיך אַ שפּאָגל־נײַע ליטעראַטור, אויף אַלע שפּראַכן.
די חורבן-ליטעראַטור באַנײַט זיך אויך אויף צוריק. ווי באַלד מ׳האָט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן אירע אָנהייבן, ווי באַלד זי עקזיסטירט אויף אַזוי פֿיל ‘פֿרעמדע’ שפּראַכן, אַנטפּלעקן זיך כּסדר די פֿאַרגעסענע, באַגראָבענע ווערק. אָט האָט אַבֿרהם סוצקעווער געוואַרט קנאַפּע 35 יאָר ביז ער׳ט אַרויסגעגעבן ‘די ערשטע נאַכט אין געטאָ’: לידער, ליד־וואַריאַנטן, פֿראַגמענטן, געשריבן אין די חורבן-יאָרן 1941—1944. אין גיכן וועט אַרויס אַ באַנד חורבן-רעפּאָרטאַזשן פֿון וואַרשעווער און לאָדזשער געטאָ, רעדאַקטירט פֿון שמואל קאַסאָוו, וואָס וועט אַוועקשטעלן צוויי אומבאַקאַנטע שרײַבער אין די סאַמע ערשטע רייען: פּרץ אָפּאָטשינסקי און יוסף זעלקאָוויטש. א גרויסער טייל פֿון די פֿריִיִקע מוסטערווערק אין אונדזער רשימה זענען אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצוננג ערשט אין משך פֿונעם לעצטן יאָרצענדלינג.״
דער סדר־היום פֿונעם פּראָיעקט פֿון ראָסקעס און דיאַמאַנט איז געווען אַ דרײַיִקער: אַ פּעדאַגאָגישער, אַ היסטאָרישער, און אַן עסטעטישער. די ערשטע דימענסיע וואַקסט פֿון דער קריטיק פֿונעם פֿאַרשפּרייטן אַקאַדעמישן קוקווינקל, וואָס באַטראַכט די חורבן־ליטעראַטור ווי אַ ניצלעכן כּלי פֿאַר פֿאַרשידענע פּעדאַגאָגישע און אידעאָלאָגישע צוועקן. די היסטאָרישע פּעריאָדיזאַציע דאַרף ניט נאָר אַרויסברענגען די פֿאַרגעסענע ליטעראַרישע ירושה פֿאַרן הײַנטיקן לייענער, אָבער אויך באַשיצן זי פֿון כּלערליי מאַניפּולאַציעס.
אָבער וואָס פֿאַר אַן אייגנאַרטיקן עסטעטישן ווערט קאָן האָבן די ליטעראַטור, וואָס דערציילט וועגן לײַדן, מאָרד, הונגער, שרעק? וואָס פֿאַר אַן אָרט קאָן די חורבן־ליטעראַטור פֿאַרנעמען אין דער אַלוועלטלעכער ליטעראַטור, וואָס איר יסוד איז די עסטעטיק פֿון שיינקייט?
זאָגט ראָסקעס׃ "די בעסטע ווערק פֿון דער חורבן-ליטעראַטור פֿאַרדינען אַ חשובֿ אָרט אין יעדער וועלט-ליטעראַרישער סכעמע, זאָל דאָס זײַן אין תּחום פֿון בילדונגס־ראָמאַן, פֿון עפּאָס און ליריק, פֿון זכרונות, פֿון פּאָסט-מאָדערניזם, ווי אויך אין תּחומען וואָס ערשט לעצטנס לייענט מען זיי ווי ‘ליטעראַטור’, ווי למשל, טאָגביכער, רעפּאָרטאַזשן, לעצטע בריוו. ווען מע וועט זיך נעמען אַ מאָל צו דער טעמע אַנטאָלאָגיעס, וועט מען דעמאָלט אַנטפּלעקן דעם גוואַלדיקן פֿאַרנעם און חשיבֿות פֿונעם זשאַנער, במשך דעם חורבן, באַלד נאָכן חורבן, און אויך אין אונזערע טעג.
סע ווענדט זיך, וווּ מע שטעלט אַוועק דעם טראָפּ. אין ערשטן קאַפּיטל פֿון בוך צי אין אַ קורצן פֿאַרגלײַך צווישן דער חורבן-ליטעראַטור און דער פֿילשפּראַכיקער, אַלוועלטלעכער ליטעראַטור וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה. אַנדערע האַלטן, אַז חורבן-ליטעראַטור דאַרף מען לייענען אויפֿן פֿאָן פֿון טראַוומע, וואָס דאָס פֿאָדערט אַ פּסיכאָלאָגישע און פּסיכאָ־אַנאַליטישע קענטשאַפֿט. אין מײַן פֿריִערדיקער פֿאָרשונג האָב איך אַוועקגעשטעלט אַ דריטע מעגלעכקייט, א דריטן פֿאָרש־אָביעקט: אָפּרופֿן אויפֿן חורבן אין דער גאַנצער ליטעראַטור בײַ ייִדן, פֿון דער תּוכחה און ספֿר איכה, ביז די קראָניקעס פֿון מיטלאַלטער און גזירות תּ״ח ותּ״ט, ביז די פּאָגראָמען, און די געטאָס און לאַגערן. ייִדן האָבן זייער אַ סך וואָס צו לערנען די וועלט וועגן מיטאָס, מעטאָנימיע, חילול און קידוש-השם, וועגן המשך און בײַט, חורבן און גאולה. ייִדן האָבן ניט קיין מאָנאָפּאָל אויף אומגליק. אָבער דעם זכר פֿון עמלקן געדענקען מיר אויף אייביק."