- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון סאַבינע קאָלער (רעגנסבורג, דײַטשלאַנד) "איך האָב גוט געקענט אַלע זידלערײַען פֿון דער גאַס — און אויך אַ ביסל לײַטישע ווערטער. נאָר אַזאַ מין פֿאַנטאַסטיש בוך־וואָרט, אַזאַ מין נישט־דאָיִק וואָרט ווי "כודאָזשניק" — האָב איך נישט געהערט. ס׳הייסט, כ׳האָב יאָ געהערט, נאָר אין אונדזער שטאָט האָט מען עס קיין מאָל נישט באַנוצט. ווי קומט עס? איך וואָלט קיין מאָל נישט געקענט, לויט מײַן אַפּשטאַם, דערלויבן זיך אַפֿילו אין געדאַנק אַרויסרעדן אַזאַ וואָרט. נאָר ווען מײַן חבֿר האָט דערזען די צעהאַנגענע בילדער אויף אונדזערע ווענט, האָט ער אַ זאָג געטאָן אַזוי׃ ׳הער נאָר, דו ביסט דאָך אַן אמתער כודאָזשניק!׳ וואָס איז כודאָזשניק? ווער כודאָזשניק? קען איך דען אין דער אמתן אויך זײַן אַ...זאַ? ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט מיר גאָרנישט געענטפֿערט. און איך האָב זיך דערמאָנט אַז ערגעץ, אין דער שטאָט וויטעבסק, האָב איך אין דער אמתן געזען אַ גרויסן שילד, ווי אויף די קראָמען׃ "אַ שול פֿון מאָלערײַ און צייכענען פֿון כודאָזשניק פּען". און איך האָּב אַ טראַכט געטאָן׃ "מײַן גורל איז באַשטימט. מען דאַרף נאָר אַהין אַרײַן און ענדיקן דאָס אָרט, און איך בין שוין אַ פֿאַרטיקער כודאָזשניק. און איך וועל זיך אָפּגעזעגענען מיט דער מאַמעס חלומות וועגן אַ משרת, אַ בוכהאַלטער, אָדער אין בעסטן פֿאַל — אַ פֿאָטאָגראַף מיט מעבל."
A Captive of the Dawn: The Life and Work of Peretz Markish (1895-1952).
פּרץ מאַרקיש איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן שם באַזירט זיך ניט בלויז אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, נאָר אויך אויף זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן אימאַזש פֿון אַ דיכטער — אַ בונטאַר. מאַרקיש איז געווען זייער פּראָדוקטיוו, אָבער ניט אַלע ווערק זײַנע זײַנען אַרײַן אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אין תּוך גענומען, גייט כּסדר די רייד וועגן אַ באַגרענעצטער צאָל לידער פֿון זײַן יוגנט־פּעריאָד, און עטלעכע לידער פֿון די סאַמע לעצטע יאָרן זײַנע. זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס פֿאַרמאָגן הײַנט ניט מער ווי אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע ווערט. אַזאַ אָפּשאַצונג ווערט באַשטעטיקט אין דעם נײַעם זאַמלבוך, פֿאַקטיש די ערשטע אַרומנעמיקע פֿאָרשערישע באַהאַנדלונג פֿון מאַרקישעס שאַפֿונג אויף וואָסער ניט איז שפּראַך. אַוודאי, שעפּט דאָס דאָזיקע בוך ווײַט ניט אויס די גאַנצע ירושה פֿונעם דיכטער. מחוץ דעם גערעם זײַנען פֿאַרבליבן אַזעלכע גרויסע ווערק זײַנע, ווי דער ראָמאַן "דור־אײַן דור־אויס", די פּאָעמעס "מלחמה" און "דער פֿערציק־יעריקער מאַן". חנה קראָנפֿעלד כאַראַקטעריזירט די לעצטע פּאָעמע, גאַנץ ריכטיק, ווי "אַ שליסל צו מאַרקישעס גאַנצער שאַפֿונג". דאָס איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ ווערק, וואָס אַ סאָוועטישער ייִדישער מחבר האָט געשריבן "אין דעם טיש אַרײַן", ניט ריכטנדיק זיך עס אַמאָל צו פּובליקירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
Antony Polonsky.
דער צווייטער באַנד פֿון פּראָפֿעסאָר פּאָלאָנסקיס "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" באַהאַנדלט דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן די יאָרן 1881 און 1914. אין משך פֿון אָט די 33 יאָר האָט די ייִדישע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע דורכגעמאַכט ריזיקע שינוים, וואָס האָבן באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדנטום אויף די קומענדיקע הונדערט יאָר. דווקא דעמאָלט זײַנען אויסגעפֿורעמט געוואָרן אַלע וויכטיקע אידעאָלאָגישע שיטות און קולטורעלע שטרעמונגען, וואָס בלײַבן, טיילווײַז, אַקטועל הײַנט. די מאָדערניזאַציע איז געקומען אויף דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער גאַס גאַנץ שפּעט, און איר אָנקומען איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿון דער אַנטיסעמיטישער רעאַקציע. אַזוי אַרום האָבן זיך די ייִדישע מאַסן געפֿונען צווישן האַמער און קאָוואַדלע. פֿון איין זײַט האָבן זיי געדאַרפֿט זיך צופּאַסן, עקאָנאָמיש, קולטורעל און געזעלשאַפֿטלעך צו דער נײַער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער צוּוווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם צווישן אַלע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע גורם געווען נײַע מניעות פֿאַר ייִדן אויף דעם דאָזיקן וועג. צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע.
Marat Grinberg,
דער סאָוועטישער דיכטער באָריס סלוצקי (1919—1986) געהערט צו דעם ערשטן — און דעם לעצטן — דור, וואָס זייער גאַנץ לעבן איז אַדורך אונטער דער שליטה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. די מלחמה האָט צעשפּאָלטן זייער לעבן אויף צוויי טיילן. "דאָס געבוירן־יאָר נײַנצן נײַנצן — צוויי און צוואַנציק אין איין און פֿערציקסטן יאָר", אַזוי הייבן זיך אָן די באַקאַנטסטע לידער זײַנע. אין דער רוסישער דיכטונג איז סלוצקי באַקאַנט, קודם־כּל, ווי אַ מלחמה־דיכטער. זײַן קוק איז תּמיד ניכטער און זאַכלעך, זײַן וואָרט — וואָגיק און שפּאָרעוודיק. אַ זעלטענער מײַסטער פֿון דער פּאָעטישער טעכניק, מײַדט ער בכּיוון אויס וואָסער ניט איז עפֿעקטן און באַנוצט זיך מיטן "פּראָזאַיִשן" לעקסיקאָן. סלוצקי, ווי אַ מענטש, לאָזט זיך ניט אַרײַנלייגן אין אַ סדום־בעטל פֿון דער פּשוטער אַלטערנאַטיוו סאָוועטיש/אַנטי־סאָוועטיש׃ ער איז פֿאַרבליבן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און אַ געטרײַער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אָבער ער איז אויך געווען אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, און בפֿרט פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם נאָך דער מלחמה. אויפֿן פֿראָנט איז ער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און איז פֿאַרבליבן אַן אינוואַליד. די לעצטע אַכט יאָר פֿון זײַן לעבן, נאָכן טויט פֿון זײַן פֿרוי, האָט ער געליטן פֿון אַ שווערער דעפּרעסיע און גאָרניט ניט געשריבן.
David Bezmozgis.
דער מאַרשרוט דורך ווין און רוים איז באַקאַנט פֿאַר אַלע ייִדישע עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין אַמעריקע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. דאָס איז געווען אַ פּועל–יוצא פֿון אַ פּאָליטישער פּשרה אין דער קאַלטער מלחמה. אַנשטאָט צו לאָזן אַלע די, וואָס האָבן באַקומען וויזעס צו מאַכן עליה קיין ארץ־ישׂראל, קומען צו פֿליִען דירעקט קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען אײַנגעאָרדנט אַ טראַנזיט־סטאַנציע אין ווין. דאָס האָט געגעבן יעדן די מעגלעכקייט צו דערקלערן, אַז אַנשטאָט ישׂראל וויל מען זוכן גליקן ערגעץ־וווּ אַנדערש. אַזאַ מין שיטה האָט געבראַכט עגמת־נפֿש פֿאַר ישׂראל, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשטאַנען אויף דעם רעכט פֿון פֿרײַער ברירה. די צאָל פֿון אַזעלכע "נושרים" ("אָפּגעפֿאַלענע בלעטער", ווי מען האָט זיי גערופֿן אויף העברעיִש) האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, און צום סוף פֿון די 1970ער יאָרן דערגרייכט צו פֿופֿציק פּראָצענט. דער ערשטער אָפּשטעל אויפֿן וועג צו פֿרײַהייט איז געווען אין רוים, וווּ די אַמעריקאַנער ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן אַ ספּעציעלן טראַנזיט־פּונקט, מען זאָל קענען וואַרטן אויף אַרײַנפֿאָר־וויזעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע.
לעוו בערינסקי. לעוו בערינסקי איז אַ ליטעראַרישע דערשײַנונג, וואָס לאָזט זיך ניט אַרײַנקוועטשן אינעם סדום־בעטל פֿון דעפֿיניציעס. ער שרײַבט אויף רוסיש און ייִדיש, וווינט אין ישׂראל אָבער באַקאַנט איז ער מערסטנס אין דײַטשלאַנד. אַ דיכטער אין זײַן עצם און מהות, איז ער אויך אַ באַגאַבטער איבערזעצער, זשורנאַליסט און עסיייִסט. זײַנע ווערק זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער כּלערליי פּעריאָדישע פּובליקאַציעס אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער סטיליסטיש און אידעיִש זײַנען זיי אַלע טיילן פֿון איין גרויסן טעקסט. איצט, לסוף, זײַנען אַרויס בערינסקיס געקליבענע ווערק אויף רוסיש. דער פּאָעטישער באַנד איז דערשינען אין 2009, און איצט האָבן מיר באַקומען דעם צווייטן באַנד, דעם פּראָזאַיִשן. אָבער ווי ווײַט וועט די דאָזיקע אויסגאַבע מאַכן בערינסקיס ווערק באַקאַנט בײַ דעם ברייטערן עולם, איז ניט קלאָר. דאָנעצק אויף אוקראַיִנע איז אַ פּראָווינץ־שטאָט, וואָס פֿאַרנעמט זייער אַ באַשיידן אָרט אויף דער רוסישער ליטעראַרישער מאַפּע. בערינסקי איז אַ מאַרגינאַלע ליטעראַרישע פֿיגור, און דאָס איז אַ פּאָזיציע, וואָס ער קולטיווירט מיט גרויס התמדה זײַן גאַנץ לעבן. אפֿשר איז ער אַפֿילו דער סאַמע מאַרגינאַלסטער צווישן די רוסישע דיכטער הײַנט־צו־טאָג (דאָס הייסט, צווישן די עכטע דיכטער). אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געצויגן זײַן חיונה פֿון איבערזעצן רומענישע און דײַטשישע ליטעראַטור. דער עיקר, די ווייניק־באַקאַנטע מאָדערניסטישע דיכטער. מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָך דער קריסטלעכער פּאַסכע פֿון 1911, האָט זיך פּאַמעלעך גענומען אַנטוויקלען דער בייליס־פּראָצעס. דער פּראָצעס האָט געדויערט צוויי יאָר און האָט אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד. סוף־כּל־סוף, איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן, אָבער די פֿראַגע וועגן דעם, צי ייִדן דאַרפֿן האָבן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר מצה איז פֿאַרבליבן "אָפֿן". עד־היום זײַנען דאָ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס גלייבן, אַז בייליס איז טאַקע געווען שולדיק אינעם "ריטואַלן מאָרד" פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקין. די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קירך פֿאַרמאָגט שוין צוויי אָפֿיציעל־אָנערקענטע "קדושים", וואָס זײַנען "דורך ייִדן פֿאַרפּײַניקט געוואָרן", ווי עס שטייט אין זייערע אָפֿיציעלע לעבנס־געשיכטעס. איינער הייסט גאַווריִיִל ביאַליסטאָצקי (אָדער סלוצקי). ער איז אומגעקומען אין 1690 לעבן דער שטאָט סלוצק אין ווײַסרוסלאַנד, און די רעשטלעך פֿון זײַן גוף ווערן הײַנט מיט גרויס אָפּשײַ אָפּגעהיט אינעם אָרטאָדאָקסישן קלויסטער פֿון ביאַליסטאָק אין פּוילן. זײַן "יאָרצײַט" ציט צו אַ היפּשן עולם עולה־רגל. עס איז מערקווירדיק, אַז זײַן קולט איז באַנײַט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון מינסק אין 1942, ווען מען האָט אַריבערגעטראָגן זײַן געביין פֿונעם מוזיי פֿון אַטעיִזם אין קלויסטער.
Julia Rabinowich. Splithead.
די הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע גלות־ליטעראַטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מערקווירדיקע דערשײַנונג. בעל־מחשבֿות האָט מיט הונדערט יאָר צוריק געזאָגט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור׃ "צוויי שפּראַכן — איין און איינציקע ליטעראַטור". אָבער דאָ קאָן מען רעדן וועגן אַ ליטעראַטור, וואָס ווערט געשריבן אויף לכל־הפּחות פֿינף שפּראַכן. הײַנט־צו־טאָג שרײַבן די סאָוועטיש־אָפּשטאַמיקע ייִדישע מחברים חוץ רוסיש אויך אויף ענגליש, העברעיִש, דײַטש און ייִדיש. עס פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, צי קאָן מען באַטראַכטן זייער שאַפֿונג ווי אַן "איין און איינציקע" ליטעראַטור? וואָס האָבן בשותּפֿות זייערע ווערק, אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע לענדער און אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן? צי האָט די דאָזיקע ליטעראַטור אייגענע סטיליסטישע, טעמאַטישע און אידעיִשע סימנים? הײַנט וווינען בערך אַכציק פּראָצענט פֿון רוסישע ייִדן מחוץ רוסלאַנד, דער עיקר, אין ישׂראל, צפֿון־אַמעריקע און דײַטשלאַנד; ווי אויך, אין די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליקן. דער עלטערער דור עמיגראַנטן, וואָס האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג, שרײַבט כּסדר אויף רוסיש; זייערע קינדער, וואָס זײַנען שוין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אויסלאַנד, שרײַבן אויף נײַע, אויסגעלערנטע שפּראַכן. אָבער אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלען זיי אַלע די דערפֿאַרונג פֿון עמיגראַציע: וועגן דער אויסגעוואָרצלטקייט פֿון דער אַלטער היים און וועגן דער אײַנוואָרצלונג אין דער נײַער.
Mary-Kay Wilmers.
אַז מען ציט אונטער די היסטאָרישע סך־הכּלען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זעט מען בפֿירוש, ווי טיף ס׳זײַנען די פֿעדעם פֿון יחידישע גורלות געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם לײַוונט פֿון דער וועלט־געשיכטע. אין דער טיפֿעניש פֿון אַלט־שטייגערישע שטעטלעך איז אויף דער שוועל פֿון 20סטן יאָרהונדערט אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור פֿון ייִדישער יוגנט, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט. און איצט, נאָך אַלעמען, האַלטן זייערע אייניקלעך אין איין צונויפֿשטוקעווען פֿראַגמענטן פֿון די משפּחה־זכרונות, אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטונגען און אַרכיוואַלע דאָקומענטן. פֿון דעם אַלעמען ווערט בהדרגה געשאַפֿן אַ בילד פֿון אַן עבֿר, פֿולגעפּאַקט מיט אומגלויבלעכע אַוואַנטורעס, עליות און ירידות. Simon Geisbühler. Like Shells on a Shore: Synagogues and Jewish Cemeteries of Northern Moldavia. Bern: Projekt 36, 2010. "דאָס ייִדישע לעבן איז דאָס, וואָס ס׳אינטערעסירט מיך", שרײַבט דער שווייצער דיפּלאָמאַט סימאָן גײַסבילער אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך וועגן ייִדישע דענקמעלער און היסטאָריקער פֿון צפֿון־מאָלדאָווע. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע בוך בעת זײַן דינסט אין דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט צווישן 2007 און 2010. דעמאָלט האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די פֿאַרגעסענע און פֿאַרוואָרפֿענע וועלט פֿון מאָנומענטאַלער ייִדישער קונסט, וואָס איז אַזוי רײַך פֿאָרגעשטעלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע, טראַנסילוואַניע, בוקאָווינע, פּאָדיליע; אין יענע היסטאָרישע געגנטן, וווּ עס האָט אַ מאָל געקלאַפּט דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז עס אַ הפֿקר־לאַנד אין אייראָפּע. די ייִדישע שפּראַך האָט אַן אייגנאַרטיקן כּוח־הזכּרון. דעריבער ווערן אָפּגעהיט געאָגראַפֿישע באַגריפֿן פֿון די אַלטע צײַטן, וואָס זײַנען שוין לאַנג אָפּגעמעקט געוואָרן פֿון דער מאַפּע. למשל, די ייִדישע "ליטע" איז אַ סך ברייטער, איידער די איצטיקע ליטווישע רעפּובליק, און נעמט אַרײַן היפּשע טיילן פֿון ווײַסרוסלאַנד און צפֿון־אוקראַיִנע, וואָס זײַנען אַמאָל געווען אין באַשטאַנד פֿונעם ליטווישן גרויס־פֿירשטנטום. גאָר אַנדערש איז דער ענין גאַליציע. אין תּוך גענומען, איז גאַליציע ניט קיין היסטאָרישער באַגריף. ווען די האַבסבורג־אימפּעריע האָט אָפּגעשניטן אַ שטיק פּוילישע טעריטאָריע אין 1772, בעת דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, האָט מען געדאַרפֿט צוטראַכטן אַ פּאַסיקן נאָמען פֿאַר אָט דעם נײַעם קרוין־לאַנד. איז מען אין ווין געפֿאַלן אויף אַ המצאה אָנצורופֿן די נײַע פּראָווינץ לויט דעם נאָמען פֿון די אַלטרוסישע פֿירשטנטומער פֿון האַליטש און לודמיר (וולאַדימיר־וואָלינסקי). עס האָט זיך באַקומען אַ "קיניגרײַך פֿון גאַליציע און לאָדאָמעריע", כאָטש היסטאָריש האָט אַזאַ קיניגרײַך קיינמאָל ניט עקזיסטירט. |