Julia Rabinowich. Splithead.
Translated from the German
by Tess Lewis.
London:
Portobello Books, 2011
די הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע גלות־ליטעראַטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מערקווירדיקע דערשײַנונג. בעל־מחשבֿות האָט מיט הונדערט יאָר צוריק געזאָגט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור׃ "צוויי שפּראַכן — איין און איינציקע ליטעראַטור". אָבער דאָ קאָן מען רעדן וועגן אַ ליטעראַטור, וואָס ווערט געשריבן אויף לכל־הפּחות פֿינף שפּראַכן. הײַנט־צו־טאָג שרײַבן די סאָוועטיש־אָפּשטאַמיקע ייִדישע מחברים חוץ רוסיש אויך אויף ענגליש, העברעיִש, דײַטש און ייִדיש. עס פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, צי קאָן מען באַטראַכטן זייער שאַפֿונג ווי אַן "איין און איינציקע" ליטעראַטור? וואָס האָבן בשותּפֿות זייערע ווערק, אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע לענדער און אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן? צי האָט די דאָזיקע ליטעראַטור אייגענע סטיליסטישע, טעמאַטישע און אידעיִשע סימנים?
הײַנט וווינען בערך אַכציק פּראָצענט פֿון רוסישע ייִדן מחוץ רוסלאַנד, דער עיקר, אין ישׂראל, צפֿון־אַמעריקע און דײַטשלאַנד; ווי אויך, אין די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליקן. דער עלטערער דור עמיגראַנטן, וואָס האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג, שרײַבט כּסדר אויף רוסיש; זייערע קינדער, וואָס זײַנען שוין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אויסלאַנד, שרײַבן אויף נײַע, אויסגעלערנטע שפּראַכן. אָבער אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלען זיי אַלע די דערפֿאַרונג פֿון עמיגראַציע: וועגן דער אויסגעוואָרצלטקייט פֿון דער אַלטער היים און וועגן דער אײַנוואָרצלונג אין דער נײַער.
דעם אַמעריקאַנער לייענער זײַנען מערסטנס באַקאַנט די גרופּע פֿון ענגליש־שפּראַכיקע מחברים, אַזעלכע ווי גאַרי שטיינגאַרט, דוד בעזמאָזגיס, לאַראַ וואַפּניאַר, אַניאַ אוליניטש און אַנדערע, וואָס זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אַ דאַנק די פּובליקאַציעס אינעם זשורנאַל "ניו־יאָרקער". אַן ענלעכע, אָבער קלענערע גרופּע, עקזיסטירט אין דער דײַטשיש־שפּראַכיקער וועלט׃ וולאַדימיר קאַמינער און לענאַ גאָרעליק אין דײַטשלאַנד, וולאַדימיר ווערטליב און יוליאַ ראַבינאָוויטש אין עסטרײַך. ביז לעצטנס האָט דער ענגלישער לייענער געהאַט זייער אַ קנאַפּע אַנונג וועגן אָט דעם צווײַג פֿון דער רוסיש־ייִדישער גלות־ליטעראַטור, אָבער איצט קאָן מען זיך באַקענען אויף ענגליש מיט איינעם פֿון אירע בעסטע מוסטערן, דעם ראָמאַן פֿון יוליאַ ראַבינאָוויטש "שפּאַלט־קאָפּ".
ווי אַ היפּשע צאָל פֿון די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע שרײַבער, איז זי געבוירן געוואָרן אין לענינגראַד. פֿאַרוואָס פֿאַרנעמט דווקא די דאָזיקע שטאָט אַזאַ מין חשובֿן אָרט אין דער הײַנטיקער רוסיש־ייִדישער גלות־ליטעראַטור, ווייס איך ניט. אָבער דווקא לענינגראַד/פּעטערבורג איז די שטאָט, וואָס קומט צו רעפּרעזענטירן די רוסישע קולטור פֿאַר רוסישע ייִדן. די רוסיש־ייִדישע קולטור האָט אַן אייגענעם "פּעטערבורגער מיטאָס", וועלכער האָט באַקומען גשמיות אויף אַלע פֿינף שפּראַכן פֿון אָט דער קולטור.
אויב מען דאַרף האָבן אַ מאָטיוו, וואָס צייכנט אויס אָט די רוסיש־ייִדישע גלות־ליטעראַטור, איז דאָס די געשפּאָלטענע פּערזענלעכקייט פֿונעם דערציילער. דאָס קומט גאַנץ בולט פֿאָר שוין אינעם טיטל פֿון יוליאַ ראַבינאָוויטשעס ראָמאַן. "שפּאַלט־קאָפּ", דערקלערט זי דעם לייענער, איז אַ פֿאָלקלאָרישער פּערסאָנאַזש, וואָס איז מגולגל געוואָרן אין אַ ליטעראַרישן מכשיר. דער ראָמאַן ווערט דערציילט אין צוויי שטימען. איין שטים געהערט צו דער אויטאָביאָגראַפֿישער דערציילערין, אַ מיידל וואָס מאַכט אַדורך דעם וועג פֿון לענינגראַד קיין ווין און צוריק קיין פּאָסט–סאָוועטישן פּעטערבורג. דער "שפּאַלט־קאָפּ" איז אַ שאַרף־קריטישער, צומאָל צינישער קאָמענטאַטאָר, וואָס אַנטבלויזט דעם ווירקלעכן אמת הינטער די אילוזיעס און חלומות פֿון די פּערסאָנאַזשן.
יוליאַ ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן–פֿאַרבאַנד אין די 1970ער, אָבער להיפּוך צו דער מערהייט פֿון די ייִדישע עמיגראַנטן פֿון יענער צײַט האָט זיך איר משפּחה באַזעצט אין ווין. ווין איז דעמאָלט געווען אַ טראַנזיט־פּונקט, פֿון וועלכן מען איז געגאַנגען אין צוויי ריכטונגען׃ קיין ישׂראל אָדער קיין אַמעריקע, דורך איטאַליע. קיין ווין אָבער האָבן זיך אומגעקערט אויך יענע, וועלכע זײַנען געווען אַנטוישט אין זייער עמיגראַנטישער דאָליע און האָבן געוואָלט זיך אומקערן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
עס איז ניט קלאָר פֿונעם בוך, וואָס האָט געבראַכט די העלדין און איר משפּחה קיין ווין, אָבער עס איז גאַנץ קלאָר, אַז קיין גליקן האָבן זיי דאָרט ניט געהאַט. איר טאַטע, אַ קינסטלער אַ "נאָן־קאָנפֿאָרמיסט", האָט, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן צו קומען צוריק קיין פּעטערבורג, און איז דאָרט געשטאָרבן. די יונגע העלדין האָט געדאַרפֿט אויסשטיין שווערע ראַנגלענישן סײַ מיט אירע אייגענע אינערלעכע אַנגסטן, סײַ מיט כּלערליי קולטורעלע און סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון אינטעגראַציע אין אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה.
להיפּוך צו אַנדערע אויטאָביאָגראַפֿישע העלדינס פֿון ענלעכע אַמעריקאַנער עמיגראַנטישע בילדונגס־ראָמאַנען, ווערט זי ניט אָנגענומען אין דער נײַער סבֿיבֿה. הגם קולטורעל, היסטאָריש און געאָגראַפֿיש איז ווין נענטער צו פּעטערבורג איידער ניו־יאָרק אָדער טאָראָנטאָ, אָבער סאָציאַל זײַנען דאָס צוויי גאָר פֿאַרשידענע וועלטן. אַפֿילו ליבע ברענגט זי ניט נענטער צו דער וועלט פֿון ווינער בירגערטום, כאָטש דײַטשיש באַהערשט זי בעסער פֿאַר אַלע אַנדערע תּלמידים אין איר קלאַס.
די אינעווייניקע צעשפּאָלטנקייט פֿון דעם אימיגראַנטישן העלד איז אַ מאָטיוו, וואָס פֿאַראייניקט שרײַבער אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. איין העלפֿט פֿון דער פּערזענלעכקייט, וואָס איז אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿאַרבאַהאַלטענע, אונטערבאַוווּסטזיניקער "איך", איז אויף שטענדיק פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד, בעת די אַנדערע, דערוואַקסענע און באַוועגלעכע העלפֿט, פֿירט אַן אַקטיוון לעבן אין דער נײַער וועלט. די דאָזיקע סכעמע איז בולט אין די ווערק פֿון דער רוסיש־ישׂראלדיקער שרײַבערין דינה רובינאַ, און לויט געוויסע סטיליסטישע סימנים האָט יוליאַ ראַבינאָוויטש אויסגענוצט רובינאַס אייניקע המצאָות.
ווי באַרעכטיקט ס׳איז דער באַגריף פֿון פֿילשפּראַכיקער "איין־און־איינציקער" רוסיש־ייִדישער גלות־ליטעראַטור? פֿאַר דעם קאָן מען ברענגען צוויי ראַיות. ערשטנס, זײַנען אַלע מחברים, אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך זיי זאָלן איצט ניט שרײַבן, באַהאַוונט אין דער רוסישער קולטור. אייניקע פֿון זיי קענען אויך די הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטור, און דאָס שאַפֿט אַ בשותּפֿותדיקן יסוד פֿאַר זייער שאַפֿונג. און צווייטנס, זײַנען זיי אויך גוט באַקאַנט מיט די סטערעאָטיפּן וועגן רוסלאַנד, וואָס זײַנען קוראַנט אין מערבֿ, און באַנוצן זיך מיט אָט די קלישעען אין זייערע ווערק מיט גרויס בריהשאַפֿט.
יוליאַ ראַבינאָוויטש, וואָס איז געקומען קיין עסטרײַך אינעם עלטער פֿון זיבן יאָר, פֿילט זיך אַ סך היימישער אין דײַטשיש איידער אין רוסיש. "עס וואָלט מיר קיין מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן אויף רוסיש", זאָגט זי אין אַן אינטערוויו. "עס איז מיר געווען קלאָר פֿון סאַמע אָנהייב אָן, אַז איך מוז באַהערשן די שפּראַך לכל הפּחות אַזוי גוט ווי מײַן צד־שכּנגד" — דערקלערט זי איר באַציִונג צו דײַטשיש. די דײַטשישע שפּראַך איז פֿאַר איר אַן אַמוניציע, וואָס לאָזט זי אָפּהיטן איר אינערלעכע אייגנאַרטיקייט.
די רוסיש־ייִדישע גלות־ליטעראַטור באַשטייט פֿון איינצלנע פֿראַגמענטן, וואָס זײַנען צעטיילט דורך שפּראַכן און קולטורן. דאָס איז אַ צײַטווײַליקער פֿענאָמען, וואָס האָט מסתּמא ניט קיין צוקונפֿט. דאָס איז אַ קולטור פֿון "דור המידבר", וואָס בלאָנדזשעט איבער פֿאַרשידענע וועלט־מידבריות, טראָגנדיק אין זיך דעם זכר פֿון דעם סאָוועטישן מצרים.