ליטעראַטור

Simon Geisbühler. Like Shells on a Shore: Synagogues and Jewish Cemeteries of Northern Moldavia. Bern: Projekt 36, 2010.


"דאָס ייִדישע לעבן איז דאָס, וואָס ס׳אינטערעסירט מיך", שרײַבט דער שווייצער דיפּלאָמאַט סימאָן גײַסבילער אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך וועגן ייִדישע דענקמעלער און היסטאָריקער פֿון צפֿון־מאָלדאָווע. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע בוך בעת זײַן דינסט אין דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט צווישן 2007 און 2010. דעמאָלט האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די פֿאַרגעסענע און פֿאַרוואָרפֿענע וועלט פֿון מאָנומענטאַלער ייִדישער קונסט, וואָס איז אַזוי רײַך פֿאָרגעשטעלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע, טראַנסילוואַניע, בוקאָווינע, פּאָדיליע; אין יענע היסטאָרישע געגנטן, וווּ עס האָט אַ מאָל געקלאַפּט דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז עס אַ הפֿקר־לאַנד אין אייראָפּע.

דער מחבר האָט אַ באַשיידענע כּוונה צו טיילן זיך מיטן לייענער מיט זײַנע אַנטדעקונגען, וואָס ער האָט געמאַכט בעת זײַנע רײַזעס איבער די אַמאָליקע ייִדישע געגנטן אויף ביידע זײַטן פֿונעם ניעסטער — אין רומעניע, מאָלדאָווע און אוקראַיִנע. ער איז, קודם־כּל, אויסן צו דאָקומענטירן דאָס, וואָס ער האָט געזען, און דאָס אַליין מאַכט שוין זײַן בוך פֿאַר אַ וויכטיקן גבֿית־עדות. די מאַטעריעלע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן — דער עיקר, מצבֿות און שילן — האַלטן אין איין נעלם ווערן יעדעס יאָר.

אין דער אמתן, איז דאָס דאָזיקע בוך אַ סך מער ווי סתּם אַ ריי בילדער מיט רײַזע־נאָטיצן. דער מחבר האָט דורכגעפֿירט אַ גרונטיקע פֿאָרשערישע אַרבעט, און זײַן ביבליאָגראַפֿיע קאָן דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר יעדן איינעם, וואָס וויל זיך טיפֿער באַקענען מיט דער טעמע. דער טעקסט איז איינצײַטיק אי זאַכלעך, אי עמאָציאָנעל. די דירעקטע פּערזענלעכע אײַנדרוקן קומען כּסדר אַרײַן אינעם דיאַלאָג מיט די געדאַנקען פֿון קונסט־פֿאָרשער, היסטאָריקער און פֿילאָסאָפֿן.

די רײַזע הייבט זיך אָן אין בוקאַרעשט, אויף אַ שאָסיי וואָס דאָ און דאָרטן וואַלגערן זיך טויטע, איבערגעפֿאָרענע הינט. דער ערשטער אָפּשטעל איז אין באָטאָשאַן, וווּ אין דער שיל געפֿינט זיך אַ שיינער הילצערנער געשניטענער אָרן־קודש. די שיל שטייט אַרומגערינגלט מיט די מיאוסע געבײַדעס פֿון דער טשאַושעסקו־תּקופֿה, וואָס באַטאָנט די הפֿקרות פֿונעם ייִדישן לעבן. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע ערטער, זעט באָטאָשאַן נאָך גאַנץ גוט אויס. עס איז דאָ נאָך אַלץ אַ ייִדישע קהילה פֿון בערך נײַנציק נפֿשות, ס׳רובֿ עלטערע מענטשן. אָבער די אויסזיכטן אויף להבא זײַנען קנאַפּע.

דער ווײַטערדיקער וועג פֿירט דעם מחבר דורך בוקאָווינע קיין פּאָדאָליע און צוריק קיין רומעניע דורך מאָלדאָווע. אַז מען פֿאָרט פּאַזע דעם ניעסטער, זעט מען אַרום זיך מאָנומענטאַלע שפּורן פֿון אַ ציוויליזאַציע, וואָס האָט דאָ געבליט ביז דער מלחמה. דאָס קליינע שטעטל וואַד־ראַשקעוו, וואָס איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין יחיאל שרײַבמאַנס פּראָזע, פֿאַרמאָגט אַן אַלטן בית־עולם, וואָס האָט ניט קיין גלײַכן אין דער גאַנצער וועלט. אַנטקעגן, אויף יענער זײַט טײַך אין דער "אומאָפּהענגיקער רעפּובליק" פֿון טראַנסניסטריע, שטייט דאָס אַלטע שטעטל ראַשקעוו מיט דער אוניקאַלער שיל אין ראָ־קאָ־קאָ סטיל. די דאָזיקע שיל האָט שוין לאַנגע יאָרן ניט קיין דאַך און איז באַוואַקסן מיט גראָז און ביימער.

ראַשקעוו איז אפֿשר דאָס סאַמע הפֿקר־אָרט אין אייראָפּע, וווּ מען פֿילט בפֿירוש דעם שטאַרקן קאָנטראַסט צווישן דעם טויטן הײַנט און דעם לעבעדיקן אַמאָל. עס איז שווער צו גלייבן, אַז די אוניקאַלע אַרכיטעקטורישע מאָנומענטן פֿון אַזאַ גרויסן ווערט קאָנען זיך עד־היום געפֿינען אין אַזאַ שרעקלעכן צושטאַנד. גײַסבילערס באַשרײַבונגען זײַנען קורץ און צומאָל טרוקן, אָבער ער באַרירט דעם סאַמע נערוו פֿון דער אַקטועלער פּראָבלעם. זײַן קוק איז גאַנץ פּעסימיסטיש׃ "איך האָב ניט קיין אילוזיעס. דאָס בילד פֿון ייִדן אין צפֿון־מאָלדאָווע איז טויט און חורבן." אַוודאי, זאָגט ער, טראָגט דער הײַנטיקער דור רומענער, אוקראַיִנער, מאָלדאַוואַנער ניט קיין אַחריות פֿאַרן ייִדישן חורבן. אָבער זיי טראָגן יאָ אַן אַחריות אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿון ייִדן, וועלכע האָבן אַ מאָל געלעבט אין זייערע לענדער, און, דער עיקר, פֿאַרן אָפּהיטן די מאָנומענטאַלע ירושה פֿון ייִדישער אַרכיטעקטור.

דערצו דאַרף מען נאָך צוגעבן, אַז די אויפֿגאַבע פֿון אָפּהיטן די ייִדישע מאָנומענטן איז ניט נאָר אַן עטישע מיצווה, נאָר אויך אַ וויכטיקער ענין פֿון קונסט־ און קולטור־געשיכטע. די געשניטענע מצבֿות און געמויערטע שילן זײַנען אוניקאַלע קונסטווערק פֿון אַ גרויסן עסטעטישן ווערט, וואָס דאַרפֿן זיך געפֿינען אונטער דער שוץ פֿון "יונעסקאָ" און אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס. דאָס וועט מסתּמא צווינגען די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן פֿון די געהעריקע לענדער זיך צו באַציִען מיט מער אַכט צו די אוצרות, וואָס זיי האָבן געלאָזט אויף הפֿקר.

אָבער עס בלײַבט נאָך אַ פֿראַגע׃ פֿאַרוואָס איז די ייִדישע וועלט אַזוי גלײַכגילטיק צו דער אייגענער קולטורעלער ירושה? די ייִדישע מאַטעריעלע קולטור איז ניט אַזוי רײַך ווי בײַ די אַנדערע פֿעלקער, און אַ היפּשער טייל פֿון אָט דער קולטור געפֿינט זיך דווקא אין מיזרח־אייראָפּע. אַוודאי דאַרפֿן די דערמאָנטע לענדער זיך זאָרגן אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿון ייִדישן לעבן און אומקום, אָבער דאָס דאַרף זײַן ניט נאָר זייער אויפֿגאַבע.

עס קומט, בלי־ספֿק, אַ האַרציקער ייִשר־כּוח דעם יונגן דיפּלאָמאַט פֿון דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט, וועלכער האָט דאָקומענטירט די שפּורן פֿון דער ייִדישער קולטורעלער ירושה אין דעם הפֿקר־לאַנד פֿון אייראָפּע.