‫פֿון רעדאַקציע

די יום־טובֿדיקע טעג זײַנען אַדורך, און ווידער איז אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט אַרײַן דער חמץ, דאָס זיס־ביטער שטיקל ברויט. מע הערט פֿון אַלע זײַטן, אַז דאָס לעבן ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער; ריכטיקער וואָלט אָבער געווען צו זאָגן: אויסצוהאַלטן אַזאַ לעבן ווערט מסוכּן טײַער.

יאָ, פֿון מצרים זײַנען מיר אַרויס, אָבער די פֿערציק יאָר פֿון אויספּרוּוון אונדזער פֿאָלק זײַנען נאָך נישט אַדורך. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס'רובֿ ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער ייִדישער מדינה און די איבעריקע זײַנען גײַסטלעך מיט ישׂראל פֿאַרבינדן, זײַנען די ייִדן סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות געבליבן אַ געוווּנטשענער ציל פֿאַר האַס.


צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
באָריס סאַנדלער שמועסט מיט יוסף פֿרידענזאָן,
רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "דאָס ייִדישע וואָרט", ניו־יאָרק
אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך

A Guest at the Forverts
Boris Sandler speaks with
Joseph Friedensohn,
the editor of the magazine "Dos Yiddishe Vort"

פּערזענלעכקײטן
פֿון יעפֿים טײַבלין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר פֿײַערן איצט אַרקאַדי יאַגודאַיעווס 75סטן יוביליי און לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער זײַן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט זײַנע קאָלעגן, די מענטשן, וואָס זעען די וועלט דורך אַ "דריט אויג"


מע זאָגט, אַז אַ גוטער פֿײַערלעשער קומט צו דער שׂרפֿה מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, איידער דאָס פֿײַער ברעכט אויס. נו, און אַ גוטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער?

מאַטיאַס רוס — דער פֿליִער־אַמאַטאָר פֿון האַמבורג, וואָס האָט געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ אויף זײַן ספּאָרטיוון עראָפּלאַן און געלאַנדט אין מאָסקווע, אַקוראַט אויפֿן רויטן פּלאַץ, — איז נאָך געהאַט געפֿלויגן איבער פֿינלאַנד, ווען אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט זײַן שוואַכן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטל "זעניט" האָט שוין ווי אַרויסגעקוקט אויף אים, דרייענדיק זיך לעבן דעם קלויסטער פֿון "וואַסילי בלאַזשעני".

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ גאַסט אין וועטעראַנען־שפּיטאָל, ניו־יאָרק (פֿון רעכטס) איציק גאָטעסמאַן, לייזער בורקאָ און ירמיהו העשעלעס ז״ל

דעם 16טן אָקטאָבער 2010 איז געשטאָרבן דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געלעגן אין אַ וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, ניו־יאָרק; אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט, צום באַדויערן, נישט פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען געסט. אַפֿילו אויסצוגעפֿינען בײַ זיי דעם טאָג פֿון זײַן פּטירה איז געווען אוממעגלעך, און נאָך דעם ווי איך האָב גערעדט מיט פֿיר אָפּטיילן אין שפּיטאָל, האָט דער הויפּט־באַלעבאָס מיר פּשוט געענטפֿערט, אַז די אינפֿמאָרמאַציע טאָר מען נישט "אַנטפּלעקן". האָב איך געזוכט דורך "גוגל" אויף דער אינטערנעץ, און זוכנדיק בלויז צען סעקונדעס, אויסגעפֿונען ווען העשעלעס איז ניפֿטר געוואָרן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Simon Geisbühler. Like Shells on a Shore: Synagogues and Jewish Cemeteries of Northern Moldavia. Bern: Projekt 36, 2010.


"דאָס ייִדישע לעבן איז דאָס, וואָס ס׳אינטערעסירט מיך", שרײַבט דער שווייצער דיפּלאָמאַט סימאָן גײַסבילער אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך וועגן ייִדישע דענקמעלער און היסטאָריקער פֿון צפֿון־מאָלדאָווע. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע בוך בעת זײַן דינסט אין דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט צווישן 2007 און 2010. דעמאָלט האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די פֿאַרגעסענע און פֿאַרוואָרפֿענע וועלט פֿון מאָנומענטאַלער ייִדישער קונסט, וואָס איז אַזוי רײַך פֿאָרגעשטעלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע, טראַנסילוואַניע, בוקאָווינע, פּאָדיליע; אין יענע היסטאָרישע געגנטן, וווּ עס האָט אַ מאָל געקלאַפּט דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז עס אַ הפֿקר־לאַנד אין אייראָפּע.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַטראַכט אַ געוויסן לייטמאָטיוו, וואָס נעמט אַרום דעם גאַנצן חומש "ויקראָ": די באַציִונג צווישן דעם מענטשלעכן אייגענעם ווילן און דעם ג־טלעכן רוף פֿון אויבן. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן דערקלערט נײַע אַספּעקטן פֿונעם זעלבן מאָטיוו.

"קדושים תּהיו כּי קדוש אַני" — "איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק". אַזוי האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו איבערצוגעבן די ייִדן. ווײַטער אין דער פּרשה, ווערט כּמעט דער זעלבער אָנזאָג איבערגעחזרט נאָך צוויי מאָל מיט אַ ביסל אַנדערע ווערטער.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַזוי איז די רעליגיעזקייט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרבונדן מיט זייער וועלטלעכער הצלחה, דאָס הייסט מיט זייערע דערגרייכונגען אין געשעפֿט, אַרבעט וכ׳? אַזאַ פֿראַגע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט האַריעט און משה האַרטמאַן, און אין דעם מאַרץ-העפֿט פֿון Journal of the Scientific Study of Religion קען מען זיך באַקענען מיט די רעזולטאַטן פֿון זייער פֿאָרשונג. דעם רוישטאָף פֿאַרן אַרטיקל האָבן זיי גענומען פֿון דעם פּרטימדיקן אויספֿרעג, וואָס מע האָט אין די יאָרן 2000 און 2001 דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. די האַרטמאַנס האָבן אויסגעקליבן נאָר אַזעלכע רעספּאָנדענטן, וועלכע זײַנען געווען דערוואַקסענע מענטשן, 25—64 יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן בײַ ייִדישע עלטערן, אויפֿגעהאָדעוועט ווי ייִדן און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן. בסך-הכּל, האָבן זיי געפֿונען נייטיקע דאַטעס פֿאַר אַרום אַ טויזנט מאַנצבילן און אַ טויזנט פֿרויען.

חורבן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
בראָנקע קליבאַנסקי

עס דערנענטערט זיך כ״ז ניסן, דער טאָג ווען ייִדן אומעטום וועלן אָפּמערקן דעם יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה — דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. מיר באַוויינען דעם טראַגישן אומקום פֿון אונדזערע זעקס מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון אונדזערע אַמאָליקע היימען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אויסגעפֿירט דורך די היטלעריסטישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אונדזערע וווּנדן זענען נאָך אַלץ ניט פֿאַרהיילט, אונדזערע פּײַנלעכע זכרונות פֿון יענע יאָרן, נאָך אַלץ ניט פֿאַרווישט...

מיר, די על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן, זענען די לעצטע עדות פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה אין אונדזער ייִדישער געשיכטע.

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
770 איסטערן פּאַרקוויי, ברוקלין

די חרדישע, בפֿרט די חסידישע, סבֿיבֿה, וואָס איז איצט אַזוי שטאַרק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט אין די פֿריִע יאָרן פֿון דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער אימיגראַציע פֿאַרנומען אַ ניט צו פֿאַרגלײַכן מער באַשיידן אָרט אין ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט אין צפֿון-אַמעריקע. די רביים האָבן זיך גאָר ניט געאײַלט צו פֿאָרן אויפֿן מערבֿדיקן ברעג פֿון דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן און ניט געעצהט זייערע חסידים צו פֿאָרן אַהין, ווײַל די "גאָלדענע מדינה" האָט ניט געהאַט קיין גוטן שם צווישן פֿרומע ייִדן. מע האָט געהאַלטן, אַז אין אַמעריקע גייען אַוועק אַ סך ייִדן אויף קרומע, גוייִשע וועגן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ’וויל ווידער אַ מאָל אָנרירן די טעמע פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט אויפֿגעטאָן פּילאי־פּלאָים, וווּנדער איבער וווּנדער, ממש נסים, גלײַך נאָכן שלוס פֿון דער היטלעריסטישער מלחמה. ווען מען רעדט וועגן נסים בײַ אונדז, איז דער נס פֿאַרשאַרט געוואָרן אין אַ זײַט. פֿאַרשטענדלעך, אַז דער חורבן האָט איבערגעווויגן אַלע חורבנות, אָבער דער ווילן צום לעבן, דער דראַנג אויפֿצולעבן זיך אויף ס’נײַ, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מיר זײַנען אַדורכגעגאַנגען, קען זײַן פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע נסים אין אונדזער לאַנגער ייִדישער געשיכטע.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע

איך וווין אין לאָס־אַנדזשעלעס און מײַן באָבע וווינט אין ישׂראל. עס טוט מיר לײַד, אָבער שוין מער ווי אָנדערטהאַלבן יאָר וואָס איך האָב זי נישט געזען. אין די קינדער־יאָרן פֿלעגן מיר פֿאָרן יעדן זומער באַזוכן די זיידע־באָבע, און מײַן מאַמע האָט זיך באַמיט צו זײַן דאָרט נאָך אַ מאָל במשך פֿונעם יאָר. אַזוי ווי איך האָב פֿאַרענדיקט די גראַדויִר־שול און אָנגעהויבן אַרבעטן פֿאַר זיך אַליין, איז מיר נישט לײַכט געוואָרן אַוועקצופֿאָרן.