- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען מיר באַטראַכטן איצט מיט וואָס דאָס האָט זיך געענדיקט קאָנען מיר באַשטימען אַז "די קרישטאָל־נאַכט איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף". "געדענקען — זכירה" איז אַ הייליקע אויפֿגאַבע און מיר ייִדן זײַנען, מער ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער מקיים די מיצווה. געדענקען מיינט אויך עפּעס צו לערנען, קומען צו געוויסע מסקנות און באַשטימען אַ ריכטונג פֿאַר דער צוקונפֿט. אין רעטראָספּעקט, ווען מיר באַטראַכטן די לאַגע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, מוזן מיר מיט ווייטיק מודה זײַן, אַז קיין אויסוועג איז נישט געווען בנימצא. אייניקע געדאַנקען וועגן דעם מצבֿ וויל איך דאָ באַטאָנען: א) די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע זײַנען געווען אין אַ פּאַסטקע, פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן. דאָס "ווײַסע פּאַפּיר" האָט כּמעט פֿאַרשלאָסן די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל, און די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען ענלעך ניט געווען אָפֿן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן. ב) דער אַנטיסעמיטיזם אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָט אָנגענומען ווילדע פֿאָרמען, צום טייל אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און דער פֿאַשיסטישער איטאַליע. ג) דער אומדערוואַרטער ניצחון פֿון די נאַצי־אַרמייען און די אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד און נאָרוועגיע און שפּעטער כּמעט דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן פֿאַרשלאָסן אַלע וועגן. דער גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געוואָרן געחתמעט. ד) די ראָלע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן האָט נאָך געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע יאָר ביז זיי זײַנען געוואָרן פֿאַקטאָרן אין דער מלחמה און דער הצלה. צו שפּעט און צו ווייניק. ה) צוויי אויסערגעוויינטלעכע געשיכטלעכע געשעענישן זײַנען דערשינען ווי די הויפּט־עלעמענטן אין פֿאָרמירן דעם נײַעם ייִדישן זעלבסט־באַוווּסטזײַן נאָך דער מלחמה. זיי זײַנען: די שואה און די תּקומת־מדינת־ישׂראל. זײַנען מיר געוואָרן דער סוביעקט פֿון געשיכטע אַנשטאָט איר אָביעקט (גלות). וואָס דאַרפֿן מיר לערנען פֿון דעם גרעסטן בראָך און דעם גרעסטן נס, וואָס מיר, קינדער פֿון איין דור, האָבן איבערגעלעבט און דערלעבט? ווען פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַנטוויקלט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די ערשטע דורות פֿאָטאָגראַפֿן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ פּראָפֿעסיע, וואָס קיינער האָט נישט געוווּסט, צי מע קען דערפֿון האָבן אַ לײַטישע פּרנסה. האָבן געציילטע ייִדן אין די שטעטלעך, וואָס זענען געקראָכן אויף די גלײַכע ווענט כּדי עפּעס צו פֿאַרדינען, זיך אײַנגעשטעלט, און געקויפֿט פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם האָבן די ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נײַער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, נישט בלויז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אומעטום וווּ ייִדן האָבן געלעבט. אין די צוויי גרעסטע שטעט פֿון רוסלאַנד, פּעטערבורג און מאָסקווע, האָבן די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן ווי יעווגעני כאַדלדיי, געאָרגי זעלמאַ (געבוירן זלמנאָוויטש), און דמיטרי באַלטערמאַנץ, זיך באַזעצט און געאַרבעט פֿאַר די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען. אָבער זייערע בילדער האָט מען אויך צו מאָל געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון דער תּקופֿה. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַ ביסל פֿאָרגעשיכטע פֿון סאָוועטישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ווײַזט די וואָרצלען פֿון דער סאָוועטישער קונסט־שיטה, דהײַנו, קאָנסטרוקטיוויזם און סאָציאַלער רעאַליזם. קאָנסטרוקטיוויזם האָט וויזועל אָנערקענט די נײַע פֿאַבריק־טעכנאָלאָגיע און מעכאַנישע אינדוסטריעס, און האָט אָפֿט געשטעלט דעם טראָפּ אויף קאַנטיקע פֿאָרמעס. דער סאָוועטישער סאָציאַלער רעאַליזם האָט אַרויסגעהויבן, אַז קונסט אָן אַ סאָציאַלן ציל פּאַסט נישט פֿאַר דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק! אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש. דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט. דער נײַער פֿילם, Inside Hana’s Suitcase, "אין חנהס וואַליזקע" איז נישט קיין דראַמע, נאָר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס האָט אויך דראַמאַטיזירטע סצענעס. אָבער דער עצם פֿונעם פֿילם איז צו ווײַזן, ווי אַזוי מען קען דערציִען קינדער וועגן דעם חורבן. ווי אינעם פֿילם Sarah’s Key, איז דער פֿילם אויך אַ מעשׂה וועגן אַ ברודער און שוועסטער. אָבער אין דעם פֿאַל איז דער ברודער, דזשאָרדזש בריידי, געבליבן לעבן און זײַן שוועסטער חנה איז אומגעקומען. מען זעט אינעם פֿילם ווי דזשאָרדזש, שוין אַן אַכציק־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית-הפּליטה, ראַנגלט זיך מיטן געפֿיל פֿון שולד, צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען זײַן קליין שוועסטערל. צום אָנדענקטאָג פֿון די קרבנות פֿון גענאָציד איבער די ייִדן אין ליטע מיר דרוקן הײַנט אַן אויסצוג פֿונעם בוך "איך מוז דערציילן". פֿאַקטיש איז עס אַ טאָגבוך פֿון דעם מיידעלע מאַשע ראָלניק, געפֿירט אין ייִדיש אינעם ווילנער געטאָ. זי איז געווען אַן ערך אין דעם זעלבן עלטער וואָס אַנאַ פֿראַנק, אָבער מאַשען האָט אָפּגעגליקט — זי איז געבליבן לעבן. הײַנט איז מאַשע ראָלניק אַ באַקאַנטע רוסישע שרײַבערין. זי וווינט און שאַפֿט אין פּעטערבורג, רוסלאַנד. ...עס האָט אָפּגעהילכט אַ שאָס. עמעצער האָט אַ געשריי געטאָן. מען לויפֿט. געשרייען "האַלט!" מיר וועקן אויף דאָס קליינוואַרג. דאָס האַרץ טוט מאָדנע וויי בײַ יעדן קלאַפּ. פֿון אויפֿרעגונג טרייסלט אין קעלט. ווידער אַ שאָס. עמעצער שרײַט. עס גייען אַ סך, זייער אַ סך מענטשן. די טריט דערווײַטערן זיך... מיר עפֿענען די פֿאָרטקע. עס זעט זיך גאָרנישט. פּשוט אַ קילע שטערנדיקע נאַכט. שטיל. ערגעץ פֿײַפֿט אַ לאָקאָמאָטיוו. און ווידער קיין שום קלאַנג... אַזוי ווי ס’וואָלט גאָרנישט נישט געווען. די מאַמע לייגט אײַן די קינדער שלאָפֿן. מיר זיצן... מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע... צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע. ס’איז געווען זונטיק, נאָר אויפֿגעשטאַנען בין איך אַ סך פֿריִער ווי אין אַ וואָכעדיקן טאָג. צו צוויי אַ זייגער האָב איך באַדאַרפֿט זײַן אין אינסטיטוט, וווּ עס איז מיר פֿאָרגעשטאַנען אָפּגעבן אַ מינדלעכן עקזאַמען. קיין שום תּירוצים וועלן פֿאַרן פּראָפֿעסאָר, וואָס אונטערריכט שולֿ־היגיענע, ניט אָנגיין. ער דאַרף, מען זאָל אים ענטפֿערן פּינקטלעך, ווי עס שטייט אין לערנביכל, וואָס ער איז דער מחבר דערפֿון. זיץ איך און קנעל שוין פֿון פֿינף פֿאַר טאָג. ס’איז נאָר אַ פֿראַגע, צי וועל איך מײַנע אויף גיך באַקומענע קענטענישן דערטראָגן פֿונעם הינטערמאָסקווער ייִשוב ביזן אינסטיטוט. פֿאַר דער צײַט קאָן זיך נאָך אַלץ פֿון קאָפּ אויסטרייסלען. פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ". פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא". "יד־ושם" שטייט דאָס יאָר אונטערן צייכן "אויפֿזאַמלען די פֿראַגמענטן פֿון זכּרון", און איז איצט אַרויס מיט אַ רוף צו דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַטייליקן אין אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם פּראָיעקט צו ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנקייט די רעשטלעך פֿון חורבן און אומקום. דער ציל איז צונויפֿצוזאַמלען אין אַרכיוו פֿון "יד־ושם" בריוו, דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרשיידענע חפֿצים, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד. "יד־ושם" ווענדט זיך צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, זייערע קינדער און אייניקלעך זיך צו באַטייליקן אין דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט צו ראַטעווען און אָפּהיטן די דאָזיקע פֿראַגמענטן פֿון זכּרון פֿאַר די קומענדיקע דורות. יעדער בריוו אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, אָדער דאָקומענט אַנטהאַלט אַ טייל פֿון דער געשיכטע און דעם גורל פֿון אונדזערע נאָענטע. זינט זײַן גרינדונג האָט "יד־ושם" געשטרעבט צו דערגיין צו אַלע רעלעוואַנטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע אין שײַכות מיטן גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן און די מיליאָנען פֿאַרפֿאָלגט־געוואָרענע אין דער צײַט פֿון חורבן. באַזונדערס איצט, ווען דער דור פֿון די לעבן־געבליבענע ווערט אַלץ קלענער, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג: זאַמלען די פֿראַגמענטן און זיי אַרײַנפּאַסן אין זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט. עס דערנענטערט זיך כ״ז ניסן, דער טאָג ווען ייִדן אומעטום וועלן אָפּמערקן דעם יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה — דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. מיר באַוויינען דעם טראַגישן אומקום פֿון אונדזערע זעקס מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון אונדזערע אַמאָליקע היימען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אויסגעפֿירט דורך די היטלעריסטישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אונדזערע וווּנדן זענען נאָך אַלץ ניט פֿאַרהיילט, אונדזערע פּײַנלעכע זכרונות פֿון יענע יאָרן, נאָך אַלץ ניט פֿאַרווישט... מיר, די על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן, זענען די לעצטע עדות פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה אין אונדזער ייִדישער געשיכטע. אָסקאַר שינדלער איז דער אַממערסטן באַרימטער פֿון די חסידי־אומות־העולם. ער איז באַקאַנט געוואָרן אין דער עפֿנטלעכקייט נאָך דער מלחמה אַ דאַנק דעם גראַנדיעזן האָליוווּדער פֿילם "שינדלערס רשימה", רעזשיסירט פֿון סטיווען שפּילבערג. שינדלער, וועלכער איז געווען אַ מיטגליד אין דער נאַצי־פּאַרטיי, האָט געראַטעוועט העכער טויזנט ייִדן וועלכע האָבן געאַרבעט אין זײַן פֿאַבריק. די ייִדישע העפֿטלינגע זענען געווען לעגאַלע אַרבעטער מיט דער באַשטעטיקונג פֿון די נאַצישע מאַכט־אָרגאַנען. זייערע נעמען פֿיגורירן אין דער באַוווּסטער רשימה פֿון שינדלער, איינעם פֿון די וויכטיקסטע דאָקומענטן אין דער צײַט פֿון חורבן. אָסקאַר שינדלער האָט נאָך דער מלחמה אויסגעוואַנדערט קיין אַרגענטינע צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי עמילי. אין 1957 איז שינדלער צוריק געקומען קיין דײַטשלאַנד און דאָרט געלעבט ביז זײַן טויט אין 1974. ער האָט אָפֿט באַזוכט ישׂראל און איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט וואַרעמקייט דורך "שינדלערס ייִדן". ער האָט געפֿלאַנצט דעם ערשטן בוים אין דער אַלעע פֿון די חסידי־אומות־העולם אין "יד־ושם". ער איז באַערדיקט געוואָרן אויפֿן הר־ציון אין ירושלים. |