ווילנע, יאַטקעווער גאַס נומ׳ 5 |
פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ".
פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא".
"דאָס ליטווישע ייִדנטום", "ירושלים ד׳ליטא" — ווי גרויס איז דער באַטײַט פֿון די באַגריפֿן פֿאַר מענטשן, וועלכע זײַנען באַקאַנט מיט דער ייִדישער געשיכטע! נישט זײַענדיק קיין גאָר גרויסע קהילה, האָבן די ליטווישע ייִדן אָפּגעשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער גלות־געשיכטע. אין 18טן יאָרהונדערט קומט אויף דער חשובֿסטער צענטער פֿון רבנישער חכמה, בראָש מיט ר׳ אליהו בן־שלמה־זלמן, דער ווילנער גאָון און זײַנע תּלמידים; די באַרימטע ישיבֿות אין וואָלאָזשין, סלאָבאָדקע, מיר, פּאָנעוויזש, וכּדומה. אין 19טן יאָרהונדערט ווערט ליטע אַן אָנגעזעענער השׂכּלה־צענטער אין מיזרח־אייראָפּע, מיט אירע גלענצנדיקע שרײַבער, דיכטער, היסטאָריקער, וועלכע האָבן געשאַפֿן זייערע ווערק אין העברעיִש, ייִדיש, רוסיש און דײַטש. אין 19טן יאָרהונדערט איז ווילנע באַרימט געוואָרן מיט אירע ייִדישע באַוועגונגען: "אוהבֿי־ציון", דער "אַרבעטער־בונד", די רעליגיעזע־ציוניסטישע "מזרחי".
דער 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך "באַרימט" געמאַכט אין ווילנע מיט אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען, מיט אַ מאַסן־עמיגראַציע אין אַלע וועלט־עקן; דערנאָך די ערשטע וועלט־מלחמה און די בלוטיקע שחיטות פֿון דער רוסישער אַרמיי, אין שפּיץ מיטן הויפּט־קאָמאַנדיר, דעם גרויסן קעניג ניקאָלאַי ניקאָלאַיעוויטש. בלויז די אָקופּאַציע פֿון די דײַטשן (1915—1918) האָט געראַטעוועט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם אומקום און אויף אַ צײַט זי אומגעקערט צו אַ נאָרמאַל לעבן. דעם גאַנג פֿון דעם דאָזיקן לעבן האָט איבערגעריסן די רעוואָלוציע אין רוסלאַנד; דער קראַך פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און דאָס אָפּרײַסן ליטע פֿון די ווײַסרוסישע טעריטאָריעס, וווּ ס׳האָבן געוווינט כּמעט אַ העלפֿט פֿון די אַלטגעזעסענע ליטוואַקעס.
דאָס ווערן אומאָפּהענגיק (1919) האָט בײַם אָנהייב געבראַכט די ליטווישע ייִדן גלײַכע בירגערלעכע און נאַציאָנאַלע רעכט. צום ערשטן און צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע איז רעאַליזירט געוואָרן די אידעע פֿון נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע; אין אירע ראַמען איז געגרינדעט געוואָרן אַ נײַע שיטה פֿון ייִדישע קהילות בראָש מיט דעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַט", וועלכער האָט פֿונקציאָנירט בשותּפֿות מיטן מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים.
הגם די עקאָנאָמישע רעכט פֿון ייִדן האָבן זיך כּסדר פֿאַרערגערט, און נאָך דער איבערקערעניש אין יאָר 1926, ווען צו דער מאַכט זײַנען געקומען די ליטווישע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן באַלד צעשטערט די נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיע, האָט דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע ייִדישע לעבן אין ליטע געבליט. אין 1925 איז געגרינדעט געוואָרן דער "ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט" (ייִוואָ), און אין די סוף 20ער יאָרן — די ליטעראַרישע פֿאַראייניקונג "יונג־ווילנע"; שוין אָפּגערעדט וועגן די פֿילצאָליקע לערן־אַנשטאַלטן, קולטור־ און ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס, צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער־פֿאַרלאַגן...
צו דעם אַלעמען איז געקומען אַ סוף אין יוני 1941, ווען ליטע איז אַרײַן אין די הענט צו נאַצי־דײַטשלאַנד. כּמעט דאָס גאַנצע ליטווישע ייִדנטום (168 טויזנט נפֿשות) איז פֿאַקטיש אומגעבראַכט געוואָרן (94%). אָפּגעווישט איז געוואָרן פֿון דער ייִדישער מאַפּע "ירושלים ד׳ליטא". קיין שפּור איז נישט געבליבן פֿון די הונדערטער ייִדישע שטעטלעך, שילן, ישיבֿות, פֿאַרלאַגן, דרוקערײַען — אויס ייִדיש־לעבן!
די אַלע פֿאַקטן זײַנען גוט באַקאַנט. ווייניקער ווייסט מען אָבער, אַז די טראַגעדיע פֿונעם ליטווישן ייִדנטום האָט געהאַט איר פֿאָרגעשיכטע. אַ יאָר פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָט אין ליטע אַרײַנמאַרשירט די רויטע אַרמיי, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם פֿאַררעטערישן אָפּמאַך צווישן סטאַלין און היטלער. עס האָבן זיך אָנגעהויבן מאַסן־אַרעסטן פֿון מלוכה־באַאַמטע, אָפֿיצירן, אינטעליגענץ; מיט איין וואָרט, רעפּרעסיעס קעגן די מענטשן, וועלכע האָבן זיך קעגנגעשטעלט דעם באַצווינגטן אײַנשלוס פֿון ליטע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. געכאַפּט האָט מען נישט בלויז די קעגנער פֿון דער נײַער אָרדענונג, נאָר סתּם "פֿאַרדעכטיקטע", אָן אַ באַזונדערער סיבה.
וואָס זשע איז געשען מיט דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג? הגם צו דער ייִדישער בורזשואַזיע האָבן געהערט 57% פֿון אינדוסטריעלע און 83% פֿון האַנדל־געשעפֿטן, האָבן זיי אין גרונט באַגריסט די סאָוועטישע אָקופּאַציע באַגלײַך מיט די אָרעמע קלאַסן. און ס׳איז געווען פֿאַר וואָס: יאָ, האָבן זיי געטראַכט, די נײַע מאַכט וועט אַוודאי קאָנפֿיסקירן בײַ אונדז די פֿאַבריקן און צונעמען דאָס האָב־און־גוטס, אָבער זיי לאָזן בײַם לעבן! ניין, זיי זײַנען נישט געווען קיין שׂונאים פֿון דער ליטווישער אומאָפּהענגיקייט; זיי האָבן פּשוט מורא געהאַט, אַז די שׂרפֿה פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט שוין געבושעוועט אין אייראָפּע, וועט זיך אַריבערוואַרפֿן אויף דער קליינער ליטע. אין סטאַלינען און זײַן רויטער אַרמיי האָבן די ליטווישע ייִדן געזען זייערע אויסלייזער פֿון דער ברוינער מגיפֿה.
צי האָבן זיך באַרעכטיקט זייערע האָפֿענונגען?
בײַם אָנהייב האָט די נײַע מאַכט טאַקע פֿאַרדרייט אַ פֿליכט מיט די ייִדישע "אָרטיקע קאַדרען", וועלכע זיי האָבן געפֿינען צווישן דער אָרעמשאַפֿט; מ׳האָט זיי געמאַכט פֿאַר אַדמיניסטראַטיווע און ווירטשאַפֿטלעכע פֿירער, בפֿרט אין די נאַציאָנאַליזירטע אונטערנעמונגען; געבילדעטע קאַדרען האָט מען פֿאַרטרויט צו אַרבעטן אין יורידישע אָפּטיילונגען און אַפֿילו אין די אָרטיקע זיכערהייט־אָרגאַנען (ענקאַוועדע).
אין דער זעלביקער צײַט זײַנען געשלאָסן געוואָרן אַלע שולן, וווּ די הויפּט־שפּראַך איז געווען העברעיִש; פֿונאַדערגעלאָזט אַלע פּאַרטייען און אָרגאַניזאַציעס — אַפֿילו ספּאָרטיווע — פֿון אַ ציוניסטישן, רעליגיעזן און אַנדערן נוסח און אַ "רעכטן קוקווינקל", און זייערע פֿירער האָט מען אַרעסטירט. צווישן די אַרעסטירטע איז אויך געווען דער קומענדיקער ישׂראל־פּרעמיער מנחם בעגין, פֿאַרמישפּעט צו 10 יאָר לאַגערן.
פֿונאַנדערגעלאָזט און פֿאַרווערט זײַנען געוואָרן נישט נאָר די "רעכטע"; אַזוי האָט מען געשלאָסן די ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט "יונג־ווילנע", אַרעסטירט די פֿירער פֿון "בונד" — הענריך ערליך און וויקטאָר אַלטער. וואָס ווײַטער, אַלץ געדיכטער — אײַנגעזעצט זײַנען געוואָרן טויזנטער מענטשן מיט אַ שטעמפּל "פּאָליטיש ניט־פֿאַרזיכערט". אין יאָר 1941, צוויי וואָכן פֿאַרן אָנהייב פֿון דער מלחמה מיט דײַטשלאַנד, זײַנען פֿון ליטע אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין סיביר 8 טויזנט ייִדן, אַזוי גערופֿענע "בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן". הילפֿלאָז, אָן אַ פֿירערשאַפֿט, דעזאָריענטירט האָט די ליטווישע קהילה באַגעגנט דעם טייטלעכע שׂונא. אפֿשר דערמיט קאָן מען דערקלערן, הלמאי ס׳איז נישט דורכגעפֿירט געוואָרן קיין שום אָרגאַניזירטע מאַסן־עוואַקואַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג; די ייִדן זײַנען אויך נישט גרייט געווען, שוין בעת דער אָקופּאַציע, זיך קעגנצושטעלן דעם פֿײַנט.
וואָס שייך דער נײַער מאַכט, האָט זי קודם־כּל געראַטעוועט איר פּאָליטישע נאַטשאַלסטווע, די פּאַרטיייִשע פֿונקציאָנערן, מיטאַרבעטער פֿון דער "ענקאַוועדע"; אַרויסגעפֿירט פֿון די תּפֿיסות די פּאָליטישע אַרעסטאַנטן און וויכטיקע דאָקומענטן, און מאַטעריעלע ווערטן. אַ מינדסטער אָנדײַט, אַז די דײַטשן ברענגען אום קודם־כּל ייִדן, פֿלעגט זיך באַלד נאָכפֿאָלגן און די "פּאַניקיאָרן" האָט מען געכאַפּט און אײַנגעזעצט אין טורמע.
ס׳איז קיין ספֿק נישט, אַז סטאַלין האָט געקאָנט ראַטעווען אַ היפּשן טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ליטע, ווי אויך אין אוקראַיִנע, מאָלדאַוויע און אַנדערע מערבֿ־געגנטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָבער ער האָט עס נישט געטאָן באַוווּסטזיניק! נאָך מער: ער האָט זיך קעגנגעשטעלט יעדער באַמיִונג אַרויסצופֿירן די ייִדן סײַ מאַסנווײַז און סײַ יחידים. סטאַלין האָט זיך נישט גענייטיקט און נישט פֿאַרטרויט די "מערבֿ־ייִדן". דעריבער האָט ער זיי אָפּגעגעבן דעם מולך היטלער, ער זאָל זײַ אויסראָטן.