‫פֿון רעדאַקציע

פּונקט מיט 70 יאָר צוריק איז דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערמיט אַרײַנגעצויגן איר נעכטיקן אַליִיִרטן אינעם צווייטן וועלט־קריג.

אינעם הײַנטיקן נומער פֿון אונדזער צײַטונג וועט איר געפֿינען צוויי וויכטיקע מאַטעריאַלן וועגן דער בלוטיקסטער מלחמה אין 20סטן יאָרהונדערט: דעם אַרטיקל פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט אין דײַטשלאַנד, איתן פֿינקעלשטיין, און דעם שרײַבער מישע לעוו, אַ געוועזענער פֿראָנטאָוויק, איינער פֿון די 500 טויזנט ייִדן, בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן זיך העלדיש געשלאָגן אויפֿן פֿראָנטן און אין די פּאַרטיזאַנער אָטריאַדן.

פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חזיונות, נבֿואישע וויזיעס, זײַנען געוויינטלעך אַ פּראָדוקט פֿון דער מענטשלעכער נויט, אָפּהענגיק פֿון דעם מעמד, פֿון דער סאָציאָ־עקאָנאָמישער פּאָזיציע, אָדער אָנגעהעריקייט, פֿון דעם "וויזיאָנער". אין ייִדישן פֿאָלקלאָר קומט דער קלאַסן־אונטערשיד און די מאָס פֿון יעדן איינעמס נויט צום אויסדרוק אין דעם ווערטל: בײַ וועמען איז דאָס לעבן ביטער און בײַ וועמען איז די יויך צו שיטער. אין דער מאַרקסיסטישער תּורה דריקט עס זיך אויס אין דער טעזע, לויט וועלכער "דער זײַן באַשטימט דעם באַוווּסטזײַן". דאָס איז חל נישט נאָר אויפֿן סאָציאַלן, נאָר אויך אויפֿן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן פֿון דעם אייבערשטנס יצירה.

פּובליציסטיק, חורבן, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Yehuda Bauer. The Death of the Shtetl. Yale University Press, 2009

צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע.

זכרונות, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס’איז געווען זונטיק, נאָר אויפֿגעשטאַנען בין איך אַ סך פֿריִער ווי אין אַ וואָכעדיקן טאָג. צו צוויי אַ זייגער האָב איך באַדאַרפֿט זײַן אין אינסטיטוט, וווּ עס איז מיר פֿאָרגעשטאַנען אָפּגעבן אַ מינדלעכן עקזאַמען. קיין שום תּירוצים וועלן פֿאַרן פּראָפֿעסאָר, וואָס אונטערריכט שולֿ־היגיענע, ניט אָנגיין. ער דאַרף, מען זאָל אים ענטפֿערן פּינקטלעך, ווי עס שטייט אין לערנביכל, וואָס ער איז דער מחבר דערפֿון. זיץ איך און קנעל שוין פֿון פֿינף פֿאַר טאָג. ס’איז נאָר אַ פֿראַגע, צי וועל איך מײַנע אויף גיך באַקומענע קענטענישן דערטראָגן פֿונעם הינטערמאָסקווער ייִשוב ביזן אינסטיטוט. פֿאַר דער צײַט קאָן זיך נאָך אַלץ פֿון קאָפּ אויסטרייסלען.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די וואָך וועט אויספֿאַלן דער פֿאָטערס־טאָג אין אַמעריקע אויף מײַן טאַטנס יאָרצײַט. האָב איך געזוכט אַ ביסל ייִדישן פֿאָלקלאָר בנוגע טאַטעס, און צום באַדויערן, געפֿונען אַ סך מער מאַטעריאַלן וואָס זענען קריטיש צו די ייִדישע טאַטעס, ווי איך האָב זיך געריכט. צום טייל, קען מען דאָס פֿאַרשטיין ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם פֿענאָמען, אַז די פֿרוי בײַ די מערבֿדיקע פֿעלקער (ייִדן בתוכם), איז די הויפּט־טרעגערין פֿון אַזוינע פֿאָלקלאָר־ זשאַנערן ווי לידער און מעשׂיות. מע דאַרף אויך געדענקען, אַז דער מאַן, דער טאַטע, האָט ווייניק צײַט געהאַט זיך אָפּצוגעבן מיט דער משפּחה צוליב דאגת־פּרנסה, און דאָס פֿעלן פֿונעם טאַטן שפּיגלט זיך אָפּ אינעם פֿאָלקלאָר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט צוועלף מרגלים — די נשׂיאים פֿון אַלע שבֿטים — אויסצושפּירן ארץ־כּנען. צען פֿון די צוועלף מרגלים האָבן געטענהט, ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצופֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען צו שטאַרקע שׂונאים.

קינאָ
פֿון עדי מהלאל (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער רעזשיסאָר וווּדי אַלען מיט די אַקטיאָרן פֿון זײַן פֿילם, "האַלבע נאַכט אין פּאַריז": אָוען ווילסאָן (רעכטס) און רייטשעל מאַק׳אַדאַמס; דעם 11טן מײַ, פֿאַר דער עפֿענונג פֿונעם 64סטן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין קאַן

וויפֿל פֿילמען, לידער, און קונסטווערק האָט מען שוין געווידמעט דער שטאָט פּאַריז און עס מאַכט ניט אויס, ווי אָפֿט מען טוט דאָס, בלײַבט תּמיד דער חשק צו האָבן נאָך מער. וווּדי אַלען מיינט זיכער אַזוי. ער, וואָס האָט געוואַנדערט אין זײַנע לעצטע פֿילמען איבער אייראָפּע, בפֿרט אין לֹאָנדאָן און באַרצעלאָנע, לכתּחילה, צוליב עקאָנאָמישע סיבות — האָט איצטער געמאַכט דעם פֿילם "האַלבע נאַכט אין פּאַריז" (Midnight in Paris). נאָר פֿונעם ערשטן אייבערפֿלאַכיקן קוק, קען מען באַקומען דעם רושם, אַז מען האָט צו טאָן מיט נאָך אַ פּשוטן לויב־געזאַנג צו איינער פֿון די באַליבטסטע שטעט אויף דער וועלט. אָבער די הויפּט־טעמע פֿונעם פֿילם איז אייגנטלעך ניט די ממשותדיקע שטאָט פּאַריז, נאָר "דער אימאַזש פֿון דער שטאָט", אויף אַן ענלעכן אופֿן ווי דן מירונס "דער אימאַזש פֿון שטעטל".

פּובליציסטיק
פֿון עדי מהלאל (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר, דעם פֿינפֿטן יוני, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם "ישׂראל־פּאַראַד" אין ניו־יאָרק. דאָרטן זאַמלען זיך צונויף כּלערליי ייִדישע גרופּעס: סינאַגאָגעס, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, און אַנדערע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי למשל, "דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — די פֿאָלקסבינע", צו פּאַראַדירן לכּבֿוד מדינת־ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז ס’רובֿ פֿון דעם צונויפֿגעזאַמלטן עולם זענען געווען אָדער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָדער געוועזענע ישׂראלים, די אַזוי גערופֿענע "יורדים", ווײַל מע האָט דאָרטן געהערט עבֿרית אויף יעדן שריט און טריט. אַ פֿאַרשפּרייטע סצענע איז געווען צו הערן ווי טאַטע־מאַמעס רעדן העברעיִש מיט זייערע קינדער, און די קינדער ענטפֿערן זיי אויף ענגליש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ סצענע איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, זי איז זייער אַ טיפּישע דערשײַנונג צווישן די אימיגראַנטן, און ישׂראלים אין אַמעריקע זענען ניט קיין אויסנאַם.

חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ווילנע, יאַטקעווער גאַס נומ׳ 5

פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ".

פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא".

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

במשך די יאָרן פֿון די "פּערל" האָבן מיר ציטירט די ווערק פֿון אַ צאָל וויכטיקע ייִדישע דיכטערינס, ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַננאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן, רבֿקה באַסמאַן, רייזל זשיכלינסקי, אַ״אַנד. הײַנט ווילן מיר ציטירן עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון נאָך אַן אייגנאַרטיקער דיכטערין, ציליע דראַפּקין, וועמענס פּאָעזיע די קריטיקערס האָבן געלויבט און אויסגעטיילט.

ציליע לעווין־דראַפּקין איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, און איז געשטאָרבן אין 1956 אין ניו־יאָרק.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס.

רעצעפּטן

קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען אַזוי געשמאַק צוזאַמען, אַז דאָס ווײַטערדיקער מאכל קען מען אַפֿילו עסן קאַלטערהייט. דערלאַנגט עס מיט פֿיש און אַ סאַלאַט, האָט איר אַ פֿאַרטיקע מאָלצײַט.

1/2־1 פֿונט (0.68 קילאָ) רויטע קאַרטאָפֿל
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 טעפּלעך קאַרש־פּאָמידאָרעלעך, צעשניטן
3 צווײַגעלעך ראָזמאַרין
3 ציינדלעך קנאָבל, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק