פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט צוועלף מרגלים — די נשׂיאים פֿון אַלע שבֿטים — אויסצושפּירן ארץ־כּנען. צען פֿון די צוועלף מרגלים האָבן געטענהט, ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצופֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען צו שטאַרקע שׂונאים.

יהושע בן נון — משה רבינוס בעסטער תּלמיד און דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־אפֿרים — אַ טייל פֿון שבֿט־יוסף — האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן די טענות פֿון די אַנדערע מרגלים און פֿאַרזיכערט די ייִדן, אַז זיי וועלן קאָנען זיך באַזעצן אינעם לאַנד. דער צווייטער אויסשפּירער, וועלכער האָט אויך אויפֿגעטראָטן אויף יהושע בן נונס צד קעגן די אַנדערע מרגלים, איז געווען כּלבֿ בן יפֿונה — דער נשׁיא פֿון שבֿט־יהודה.

די ייִדן האָבן זיך אָבער צוגעהערט צו די אַנדערע מרגלים און זענען אַנטוישט געוואָרן אין ארץ־כּנען. פֿאַר די דאָזיקע ספֿקות איז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט משה רבינו, באַשטראָפֿט געוואָרן און האָבן געמוזט וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, און צו שטאַרבן דאָרטן. בלויז די דערמאָנטע צוויי מרגלים, יהושע און כּלבֿ, האָבן זוכה געווען צו דערגרייכן דאָס צוגעזאָגטע לאַנד, צוזאַמען מיטן ייִנגערן דור, וועלכער איז שוין אויפֿגעוואַקסן בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר.

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "במדבר" — גאַנץ צוגעפּאַסט צו זײַן נאָמען — כּסדר באַטראַכט דער לייטמאָטיוו פֿון וואַנדערונגען אינעם אינערלעכן און אויסערלעכן "מידבר". במשך פֿונעם לעבן, בלאָנדזשעט דער מענטש אין דער וועלט און אין זײַנע אייגענע מחשבֿות, זוכנדיק זײַן וועג צו זײַן ג־טלעכן שורש־נשמה, צום גײַסטיקן שלימות.

ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט, אַז ווען די ייִדן האָבן זיך דערוווּסט, אַז זיי מוזן וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, האָט אַ טייל פֿון זיי באַשלאָסן צו דערגרייכן אַליין דאָס צוגעזאָגטע געבענטשטע לאַנד; זייערע שׂונאים האָבן זיי אָבער דערהרגעט. דער לימוד פֿון די דאָזיקע מעשׂיות איז קלאָר: ווען דער אייבערשטער זאָגט עפּעס בפֿירוש צו, מוז מען גיין גראָד און אַנטשלאָסן צום צוגעזאָגטן ציל, נישט האָבנדיק קיין ספֿקות. אָבער, ווען דער ציל גופֿא בײַט זיך, טאָר מען נישט זײַן אַן עקשן און מע מוז אָננעמען דעם בײַט. ווען דער אייבערשטער האָט געמאָלדן, אַז די ייִדן מוזן וואַנדערן פֿערציק יאָר אין גלות — האָט מען געמוזט זיך צוהערן און נישט פּרוּוון זיך צו דערקלײַבן קיין ארץ־כּנען מיט מענטשלעכע כּוחות.

עס פֿרעגן זיך אָבער עטלעכע קשיות. מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן מיר געלייענט אין דער פּרשה "נשׂא", ווי די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָבן געבראַכט ספּעציעלע קרבנות, כּדי מקדש צו זײַן דעם מישכּן. די מפֿרשים דערקלערן, אַז די תּורה חזרט איבער די פּרטים וועגן דעם קרבן פֿון יעדן נשׁיא, צוועלף מאָל נאָכאַנאַנד פּונקט מיט די זעלבע ווערטער, כּדי אונטערצושטרײַכן זייער חשיבֿות. ס׳זעט אויס, אַז די נשׂיאים זענען געווען גרויסע תּלמידי־חכמים און צדיקים. ווי אַזוי זשע האָבן זיי געמאַכט אַ טעות און נישט געגלייבט דעם אייבערשטנס צוזאָג וועגן ארץ־כּנען?

די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז די מרגלים האָבן טאַקע געמיינט לשם־שמים. איין סיבה באַשטייט אין דעם, וואָס די ייִדן האָבן פֿריִער דערהערט די נבֿואה, אַז משה רבינו וועט שטאַרבן אינעם מידבר. וואָס איז בעסער: זיך צו באַזעצן אינעם צוגעזאָגטן הייליקן לאַנד און פֿאַרלירן דעם גרעסטן צדיק אין דער וועלט, וואָס דורך אים האָבן די ייִדן מקבל געווען די תּורה־הקדושה, אָדער צו פֿירן אַן אַסקעטיש לעבן פֿון וואַנדערונגען בראָש מיט אַזאַ גרויסן צדיק? אײַ, דער באַשעפֿער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצופֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק אין ארץ־כּנען; אָבער, אַז דאָרטן וווינען טאַקע מעכטיקע שׂונאים, מיט וועלכע מע וועט זיכער האַלטן אַ מלחמה, קאָן מע עס דערמאָנען, כּדי צו פֿאַרלענגערן בכּיוון די וואַנדערונגען אינעם מידבר און צו לערנען ווײַטער די תּורה גראָד פֿון משהן.

על־פּי־קבלה, ווערט אין יעדעס אָרט, וווּ מע פֿירט זיך הייליק, אַנטפּלעקט די קדושה פֿון ארץ־ישׂראל. צוליב דעם, פֿאָרן די ירושלימער בראַצלעווער חסידים, צום בײַשפּיל, יעדע ראָש־השנה קיין אומאַן — אַ שטאָט אין אוקראַיִנע, וווּ עס ליגט באַערדיקט דער רבי נחמן בראַצלעווער. זיי גלייבן, אַז צוליב דער הויכער עבֿודת־השם פֿונעם דאָזיקן צדיק, שטעקט אינעם דאָזיקן אוקראַיִנישן שטעטל אַ באַזונדערע קדושה, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אַפֿילו אין ירושלים.

רבי מנחם מאירי, איינער פֿון די קלאַסישע ראשונים, האָט געשריבן, אַז די קדושה פֿון ארץ־ישׂראל געפֿינט זיך אין יעדער געגנט, וווּ דער עולם — לאוו־דווקא ייִדן — פֿירט זיך עטיש אויסגעהאַלטן. בלי־שום־ספֿק, האָט אַזאַ קדושה זיך אויך אַנטפּלעקט אינעם מידבר, וווּ די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני, האָבן געפֿירט אַ רויִקן ריין־גײַסטיקן לעבן־שטייגער און געגעסן דעם איבערנאַטירלעכן שפּײַז — מן.

אַז מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען גענוג גרינג פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די ייִדישע נשׂיאים האָבן געמאַכט אַזאַ טעות לשם־שמים, זײַענדיק גרויסע תּלמידי־חכמים. די תּורה ווײַזט אונדז אָבער, אַז אַ קליינער טעות פֿון אַ גרויסן מענטש קאָן גורם זײַן אַ ריזיקן היזק, דערפֿאַר ווערן די מרגלים געשילדערט אין דער פּרשה ווי רשעים.

בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער סדרה זאָגט אונדז אָן די תּורה, אַז מע טאָר נישט פֿאָלגן דאָס האַרץ און די אויגן, ווײַל זיי קאָנען ברענגען דעם מענטש צו אַן עבֿירה. אינעם רעאַלן לעבן קאָן אָבער אַ מענטש זיך נישט פֿירן תּמיד ווי אַ מין ראָבאָט, וואָס פֿאָלגט שטרענג די פֿאָרמעלע כּללים. אַדרבה, גיט דער ספֿר־משלי — אויך אַ טייל פֿון תּנ״ך — פּונקט אַ היפּוכדיקע עצה: "עיניך לנוכח יביטו עפֿעפּיך יישירו נגדך" — לאָז דײַנע אויגן צו ווײַזן דיר דעם וועג.

דער דערמאָנטער רבי נחמן בראַצלעווער האָט דערקלערט, אַז מע קאָן פֿאָלגן דאָס האַרץ אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. אויב עמעצער פֿאָלגט זײַנע תּאוות — קאָן ער טאַקע גרינג פֿאַרפֿירט ווערן; אָבער, אויב מע פֿאָלגט דאָס האַרץ, ווען מע זוכט ערנסט דעם וועג צום באַשעפֿער — וועט מען נישט געשטרויכלט ווערן.

דער איזשביצער רבי דערקלערט אַן ענלעכן ענין נאָך שאַרפֿער אין זײַן ספֿר "מי השילוח". פּונקט אַזוי, ווי מע דאַרף מתפּלל זײַן, כּדי דער אייבערשטער זאָל אָפּהיטן פֿון עבֿירות, איז אויך וויכטיק צו בעטן דעם רבונו־של־עולם צו אָנווײַזן, ווען מע מוז דווקא זיך פֿירן קעגן די פֿאָרמעלע כּללים — אַפֿילו קעגן בפֿירושע הלכות — צוליב אַ העכערן צוועק לשם־שמים.

ווי עס דערקלערט דער איזשביצער רבי, רעפּרעזענטירט דער שבֿט־יוסף די אָרדענונג, און שבֿט־יהודה — דעם כאַאָס. מע קאָן זאָגן, אַז די מרגלים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם כאַאָס און מהומה אין די הערצער פֿון די אַנטוישטע ייִדן. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען זאָגן פֿאַרקערט, אַז מיט זייערע חשבונות האָבן זיי געמיינט אָפּהיטן די ייִדן פֿון די מעגלעכע מהומות בײַם אַרײַנקומען אין ארץ־כּנען, און האָבן געוואָלט, זיי זאָלן ווײַטער וואַנדערן שטיל און סדרדיק אינעם מידבר.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די צוויי מרגלים, וועלכע האָבן אויסגעקליבן דעם ריכטיקן וועג — יהושע און כּלבֿ — האָבן רעפּרעזענטירט דווקא שבֿט־יוסף און שבֿט־יהודה. דאָס ווײַזט אָן, אַז סײַ אָרדענונג, סײַ כאַאָס, זענען וויכטיק אין עבֿודת־השם, אויב מע נוצט זיי ביידע לשם־שמים.