- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מדרשים, אויפֿן ים "און גאָט איז זיי געגאַנגען פֿאָרויס, בײַ טאָג — מיט אַ וואָלקנזײַל..." מדרשים, יציאת־מצרים גאָט צו דאַנקען, דער הוראַגאַן "סענדי" און די "וואָלקנזײַל"־אָפּעראַציע זײַנען פֿאַרבײַ. מיר האָבן פֿאַרמאַכט די צעגליטע טעלעוויזיעס, אויפֿגעהערט צו באַקומען די שרעקלעכע פֿאָטאָס פֿון די צעשמעטערטע דירות פֿון אונדזערע ניו־יאָרקער קרובֿים, און זיך אומגעקערט צום שטייגער־לעבן. אָבער, ווי עס פֿלעגט זאָגן מײַן וויזשניצער רבי, — גאָט איז אַ פֿאָטער, אויב נישט קיין טשיריק איז אַ בלאָטער. מע ווערט עלטער און דווקא די קרענק דערמאָנען דיר, אַז דו ביסט נאָך לעבעדיק. יעדעס מאָל, ווען איך הייב אָן קרעכצן און שרײַען, אַז אָט די מינוט גיי איך שטאַרבן, און וואָס גיכער זאָלן קומען די קינדער צו הערן ווי איך זאָג די לעצטע "קרישמע", ענטפֿערט מיר מײַן פֿרוי, אַז איך רעד סתּם אין דער וועלט, גאָלע נאַרישקייטן; ווײַל זי, ס׳הייסט מײַן פֿרוי, איז זיכער, אַז "די לעצטע דורות פֿון די ייִדישע שרײַבער זײַנען געבענטשט מיט אַריכות־ימים. און בכלל, גיט זי שטענדיק צו, אויב דאָס לעבן איז אַ באַשערטע זאַך, לעבט מען אַזוי לאַנג ווי דיר איז באַשערט. און פֿאַרגעס נישט, אַז דו ביסט דאָך אַ שטיקל ייִדישער שרײַבער". "אויף יענער וועלט האָט מען דײַן שווײַגן ניט באַלוינט, נאָר דאָרט איז דער עולם השקר, דאָ אויפֿן עולם האמת וועסטו דײַן לוין באַקומען! ...נעם דיר וואָס דו ווילסט! אַלץ איז דײַנס! ...אַלץ אין הימל געהערט צו דיר! קלײַב און נעם וואָס דו ווילסט!... נו, אויב אַזוי, — שמייכלט באָנטשע, — וויל איך טאַקע אַלע טאָג אין דער פֿרי אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער! דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט; דער קטיגור האָט זיך צעלאַכט..." עס קומען אויף בײַ מיר פֿיר קשיות: פֿאַר וואָס האָט געשמייכלט באָנטשע? פֿאַר וואָס די דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט? פֿאַר וואָס האָט זיך צעלאַכט דער קטיגור, דער פּראָקוראָר, הייסט עס? לעבן וועמען פֿון זיי שטייט י. ל. פּרץ, צי ער שטייט בײַ אַ זײַט? * * * די דערציילונג "באָנטשע שווײַג" איז געוואָרן באַוווּסט, יעדן פֿאַלס אין דער ייִדישער וועלט, דערפֿאַר וואָס זי האָט גורם געווען אַ פֿראַגע, וועלכע קאָן געגלײַכט ווערן צו האַמלעטס פֿראַגע: "זײַן צי ניט זײַן?", דאָס איז: "שווײַגן צי ניט שווײַגן?" די ערשטע העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען אָנגעזעטיקט מיט סאָציאַלע רעוואָלוציעס, איבערקערענישן, מלחמות... איז די דאָזיקע פֿראַגע געווען זייער אַקטועל! אויב מע בלעטערט איבער די ייִדישע צײַטונגען פֿון וואַרשע, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ געפֿינט מען אַזוינע אַרטיקלען: "באָנטשע שווײַג רעדט", "באָנטשע שווײַג אָדער באָנטשע שרײַ?", "ווען ׳באָנטשע שווײַג׳ הערט אויף צו שווײַגן", "די טשענסטאָכאָווער קינדער מישפּטן "באָנטשע שווײַג", "דער ייִדישער וויילער אין דער ראָלע פֿון ׳באָנטשע שווײַג׳" אאַ״וו.
אַלע אַכט ביכער, וואָס ד״ר אליהו סלע-סאַלדינגער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, נעמען אַרום אַ פֿולן לעבנס-ציקל מיט ס׳רובֿ עטאַפּן און סטאַנציעס אויף זײַן וועג און שאַפֿונגסשטעג, וואָס זענען געקניפּט און געבונדן מיט זײַנע איבערלעבונגען בעתן אומקום; איבערלעבונגען וואָס שלײַכן זיך אַדורך ווי שבת-שטעך פֿון אָנהייב ביז איצט. אויך זײַן דאָקטאָראַט און זײַנע נאָכפֿאָלגן, געדרוקט אין דרײַ בענד, וועגן יעקבֿ פֿרידמאַנס שריפֿטן, איז נישט קיין יוצא-מן-הכּלל הזה, ווײַל אליהו סלע-סאַלדינגער איז אַן איבערבלײַב און אַ געראַטעוועטער פֿון דעם זעלבן בערשאַדער לאַגער, וווּ דער פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן האָט געלעבט און געשאַפֿן. ביידע זענען זיי געבליבן לעבן, עולה געווען, און ווײַטער געשאַפֿן אין מדינת-ישׂראל אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש. אליהו סלע-סאַלדינגערס אייגנאַרטיק שרײַבן טיילט זיך אָפּ פֿון די שריפֿטן, געשאַפֿן פֿון די דערמאָנטע שרײַבער (אויך זיי זײַנען מיטגלידער פֿון דער שארית-הפּליטה), מיט דעם וואָס אליהו סלע פֿאַרפֿלעכט זײַנע מלחמה- און ארץ-ישׂראלדיקע איבערלעבונגען אין אַלע זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן: אין זײַן ראָמאַן וועגן תּל-ירוחם, דער ערשטער ייִשובֿ אין נגבֿ; אין זײַן פֿאָרש־אַרבעט וועגן ייִדישן פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן (אויפֿן גרונט פֿון אליהו סלעס דירעקטער באַקאַנטשאַפֿט מיט די אומשטאַנדן פֿון פּאָעטס לעבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען זיי ביידע זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן אין בערשאַדער געטאָ און לאַגער); ווי אויך אין זײַנע זכרונות און אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז דערשינען לעצטנס אין סעפּטעמבער 2012, יצחק גנוז — "חתן־האור" תשע״ג שוין 20 יאָר ווי "אַגודת־הסופֿרים העבֿרים במדינת־ישׂראל" — דער פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל — מערקט אָפּ דעם יום־טובֿ חנוכּה מיט אויסוויילן אַ "חתן־האור" — אַ "פּרײַזטרעגער פֿון ליכט", איינעם פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין לאַנד, פֿאַר דעם יאָר תשע״ג. די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זענען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן. אוּאַ, האָט ער מיר דאָס אַרײַנגעשאָסן! וואָס הייסט אַרײַנגעשאָסן — מיט איין שאָס מיך "אַוועקגעלייגט אויף די לאָפּאַטקעס", מיר אָפּגעצאָלט מיט אַ דראַמאַטישן גראַמאַטיש דעמאָקראַטישן גראַמאָטנעם שאָס פֿאַר מײַן העזה, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די "לעבנס־פֿראַגן", צו פֿאַרבײַטן זײַן "די" אויף "דאָס". און "דאָס", ווי באַוווּסט, גראַמט זיך דאָך מיט "שאָס"! זײַענדיק אַ מעפּיל, ווי אויך אַ מדריך און לערער פֿון אַ גרויסער גרופּע יוגנטלעכע אויפֿן "עקסאָדוס" און אין די וועגן און אומוועגן וואָס האָבן געפֿירט אונדז אין יענער תּקופֿה קיין ארץ־ישׂראל, האָב איך געהערט, פֿאַרשריבן און אויך געשריבן עטלעכע לידער, וואָס דערציילן און דריקן אויס די היסטאָרישע עפּאָכע פֿון יענע יאָרן. פֿרילינג, יאָר 1946. אָנקומענדיק קיין פּוילן אין שטאָט שטשעטשין, איז דאָרט געגרינדעט געוואָרן אַ ייִדישער קאָמיטעט, וווּ די רעשטלעך פֿון שארית־הפּליטה האָבן געפֿונען אַ צײַטווײַליקע סטאַנציע. זיי האָבן אונדז אָפּגעשיקט צו די קיבוצים, וואָס האָבן זיך אָרגאַניזירט בײַ די שליחים פֿון ארץ־ישׂראל אין אייניקע פּלעצער פֿון שטאָט. אין אַ פֿאַרמאַכטן הויף צווישן די חורבֿות פֿון שטאָט האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט ברידער און שוועסטער פֿון אונדזער בשותּפֿותדיקן גורל. דאָרט האָבן מיר מושטרירט, זינגענדיק אַ ליד וואָס האָט זיך געשאַפֿן דאָ אויפֿן פּלאַץ: מיר וועלן זיך ניט לאָזן שעכטן סתּם ניט באָדן זיך אין טרערן־בלוטיקן ים. מיר געדענקען נאָך די גלותדיקע נאַכט, עלה חלוץ, עלה, עלה ובֿנה. יצחק פּערלאָוו האָט געשריבן "דאָס ליד פֿון ‘עקסאָדוס׳" נאָך דעם געצוווּנגענעם אומקער פֿון צו דעם מוכר־ספֿרים. ר׳האָט אַן אַלטע, בידנע שקאָפּע און זײַן בויד איז אָרעם... (אַבֿרהם זאַק) אין דער אמתן אָבער האָט די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון מדינת־ישׂראל אין לויף פֿון די אַכט טעג גענומען אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז און פֿאַרמינערן דעם ציל פֿון דער, דאָס מאָל, זאָרגפֿעליק צוגעגרייטער מלחמה אונטערן נאָמען "וואָלקן־זײַל", וואָס האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָלקן־ברוך. זי איז אויסגעבראָכן אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון די ייִשובֿים אויפֿן דרום, וואָס האָבן געליטן פֿון דעם ראַקעטן־טעראָר מצד דעם הערשנדיקן "כאַמאַס" און די אַנדערע פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־אָרגאַניזאַציעס אין עזה, און האָט גענאָסן — אַזוי ווי יעדע מלחמה אין איר אָנהייב — פֿון דער מאַסיווער אונטערשטיצונג מצד דער גרויסער מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און דער פּאָליטישער אונטערשטיצונג פֿון דער מערהייט פּאַרטייען, אײַנגעשלאָסן די "עבֿודה", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שעלי יאַכימאָוויטש. אַזוי ווי ערבֿ דער פֿריִערדיקער מלחמה־אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" קעגן עזה מיט זעקס יאָר צוריק, האָבן אויך דאָס מאָל די דעמאָנסטרירנדיקע מאַסן געשריִען: "דערלאַנגט זיי, שלאָגט זיי, לאָזט דער אַרמײַ מנצח זײַן!" אאַז״וו. און צה״ל האָט דערלאַנגט און די רעגירונג האָס מאָביליזירט 60.000 זעלנער רעזערוויסטן, גרייט אַרײַנצומאַרשירן אין דעם געדיכט באַוווינטן עזה־שטרײַף. דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, דער פֿירער פֿון דער ספֿרדיש־רעליגיעזער ש"ס־פּאַרטיי, האָט אינעם רעגירונגס־קאַבינעט געפֿאָדערט חרובֿ צו מאַכן די שטאָט עזה; און אין זייערע אויפֿטריטן האָבן די מיניסטאָרן, בראָש מיט דעם אויף ס׳נײַ אויפֿגעריכטן אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון נתניהו, ברק און ליבערמאַן פֿאַרזיכערט, אַז דאָס מאָל וועט דער "כאַמאַס" נישט קענען מער אויפֿהייבן דעם קאָפּ: ער וועט ווערן אויסגעוואָרצלט און עס וועט פֿון אים קיין זכר נישט בלײַבן. געווען בײַ אונדז אין שטעטל אַ ייִד, וואָס מע פֿלעגט אים רופֿן זיסיע־קוקורוזע. און כאָטש די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין כרושטשאָווס צײַטן, ווען דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק האָט אויף לינקס און אויף רעכטס פֿאַרזייט קוקורוזע, האָט זײַן צונאָמען "קוקורוזע", קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו כרושטשאָווס עקאָנאָמישער פּאָליטיק. זיסיע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך, אין וועלכן ס’האָבן געאַרבעט נאָר פֿרויען. איז כּדי צו מאַכן אויף די שנײַדערקעס אַן אײַנדרוק, פֿלעגט ער טראָגן אין אַ הויזן־קעשענע אַ קוקורוזע־קאַטשן, אַז די נייטאָרינס זאָלן מיינען, אַז ער האָט אין די הויזן אַ "גרויסע ווערט". ווען ס’פֿלעג שוין אָבער קומען צום ווײַזן וואָס ער קען מיט זײַן אייגענער "קוקורוזע" האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ מאַמעליגע. די אָנפֿירער פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן, דערמאָנען מיר איצטער דעם דאָזיקן זיסיע־קוקורוזע. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע וואַל־קעשענעס ריזיקע פּראָגראַמען, מע זאָל מיינען, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאָר ווערטלעכע זאַכן. און מע פֿאָכעט איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די פּראָגראַמען־"קוקורוזעס", מע גייט איבער פֿון איין פּאַרטיי אין אַ צווייטער, מע פֿאַראייניקט זיך, מע צעטיילט זיך — ס’טוט זיך חושך. אַ טייל צענטריסטן גייט איבער אין לינקן לאַגער, אַן אַנדער טייל — אין רעכטן; אָבער ניט דערפֿאַר, וואָס די אידעאָלאָגיע, צי די פּראָגראַם פֿון דער, אָדער יענער, פּאַרטיי איז זיי נענטער צום האַרצן, נאָר מע זוכט אַ פּלאַץ אין די פּאַרטיי־רשימות, וואָס זאָל זײַן נענטער צום אָנהייב פֿון דער רשימה, און קאָן גאַראַנטירן צו ווערן אַ חבֿר־הכּנסת. דאָס איז דער עיקר! געוועזענע דעפּוטאַטן בײַטן זייערע אידעאָלאָגיעס ווי דער ישׂראלדיקער וועטער בײַט זיך אום ווינטער. אָבער ווען מע קומט שוין אין כּנסת און מע דאַרף דאָרט עפּעס טאָן מיט די פּראָגראַמען פֿון די קעשענעס, לאָזט זיך אויס — אַ מאַמעליגע. שוין ווידער מלחמה־שפּאַנונג אויף די גרענעצן צום גליק, זענען אין ישׂראל ביז איצט ניט געווען קיין ערנסטע מענטשלעכע קרבנות, בלויז אַ צאָל הײַזער זענען שטאַרק באַשעדיקט געוואָרן. ס׳רובֿ ראַקעטן זענען געפֿאַלן אויף ליידיקע פּלעצער. אין די שטעט און ייִשובֿים, ווי שׂדרות, אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע א״אַנד הערשט אַ גרויסע שפּאַנונג. די שולן זענען געשלאָסן, די קראָמען — פֿאַרמאַכט; מען הערט שוין ווידער, פֿון צײַט צו צײַט, די אַלאַרם־וואָרענונגען "צבֿע אָדום". די באַפֿעלקערונג שטייט טאָג און נאַכט גרייט צו לויפֿן אין די שוצקעלערן. צה״ל, די ישׂראל־אַרמיי, האָט געענטפֿערט אויף די דאָזיקע בלוטיקע ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן. אַ צאָל אַראַבישע טעראָריסטן און ציווילע בירגער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, די מיטגלידער פֿון זײַן קאַבינעט און הויכע מיליטער־לײַט האָבן אָן אויפֿהער זיך באַראַטן און געלאָזט וויסן די אָנפֿאַלער איבער די גרענעצן, די אַראַבישע לענדער און דער וועלט בכלל, אַז "...ישׂראל וועט ניט בלײַבן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט קעגן די דאָזיקע אַטאַקעס פֿון די ראַקעטן אויף אונדזער סוּווערעניטעט". "די גרעסטע השפּעה אויף מיר האָט געהאַט די ייִדישע פֿאָלקסמוזיק. איך הער ניט אויף צו זײַן אַנטציקט פֿון איר. זי איז אַזוי פֿילזײַטיק. זי קען זײַן זייער פֿריילעך און אין דער אמתן זײַן טיף טראַגיש. דאָס איז כּמעט תּמיד אַ מין לאַכן מיט טרערן. אָט די דאָזיקע אייגנטימלעכקייט, די דאָזיקע מעלה פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסמוזיק איז זייער נאָענט צו מײַן פֿאָרשטעלונג פֿון דעם ווי אַזוי דאַרף מוזיק זײַן. זייער אָפֿט שאַץ איך אָפּ אַ מענטשן, לויט זײַן באַציִונג צו די ייִדן." |