געשיכטע
פֿון יצחק גנוז (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די שיף "עקסאָדוס" מיט די לעבן־געבליבענע פּליטים
די שיף "עקסאָדוס" מיט די לעבן־געבליבענע פּליטים
אין אַרטיקל פֿון חנה מלאָטעק "געפֿונענע ‘מעפּילים’־לידער אין ייִוואָ־אַרכיוו" ("פֿאָרווערטס", סעפּטעמבער 7—13, 2012) ווערן געבראַכט עטלעכע לידער פֿון דער זאַמלונג פֿון וואָלף יונין.
זײַענדיק אַ מעפּיל, ווי אויך אַ מדריך און לערער פֿון אַ גרויסער גרופּע יוגנטלעכע אויפֿן "עקסאָדוס" און אין די וועגן און אומוועגן וואָס האָבן געפֿירט אונדז אין יענער תּקופֿה קיין ארץ־ישׂראל, האָב איך געהערט, פֿאַרשריבן און אויך געשריבן עטלעכע לידער, וואָס דערציילן און דריקן אויס די היסטאָרישע עפּאָכע פֿון יענע יאָרן.
פֿרילינג, יאָר 1946. אָנקומענדיק קיין פּוילן אין שטאָט שטשעטשין, איז דאָרט געגרינדעט געוואָרן אַ ייִדישער קאָמיטעט, וווּ די רעשטלעך פֿון שארית־הפּליטה האָבן געפֿונען אַ צײַטווײַליקע סטאַנציע. זיי האָבן אונדז אָפּגעשיקט צו די קיבוצים, וואָס האָבן זיך אָרגאַניזירט בײַ די שליחים פֿון ארץ־ישׂראל אין אייניקע פּלעצער פֿון שטאָט.
אין אַ פֿאַרמאַכטן הויף צווישן די חורבֿות פֿון שטאָט האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט ברידער און שוועסטער פֿון אונדזער בשותּפֿותדיקן גורל. דאָרט האָבן מיר מושטרירט, זינגענדיק אַ ליד וואָס האָט זיך געשאַפֿן דאָ אויפֿן פּלאַץ:
מיר וועלן זיך ניט לאָזן שעכטן סתּם
ניט באָדן זיך אין טרערן־בלוטיקן ים.
מיר געדענקען נאָך די גלותדיקע נאַכט,
עלה חלוץ, עלה, עלה ובֿנה
.
יצחק פּערלאָוו האָט געשריבן "דאָס ליד פֿון ‘עקסאָדוס׳" נאָך דעם געצוווּנגענעם אומקער פֿון די "מעפּילים" בײַם אָפּרײַסן זיך פֿון די ארץ־ישׂראל־ברעגן, צוריק קיין דײַטשלאַנד. ווי באַוווּסט, איז ער מיט זײַן משפּחה געווען אויף דער שיף און דורכגעמאַכט די עפּאָפּעע.
דאָס ליד איז געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער צווישן די יוגנט־גרופּעס. אַ שטאַרקן אויסבראָך פֿון יענער צײַט און מצבֿ האָט ער געגעבן אין אַן אַנדער ליד:
נישטאָ איז קיין וועג, נאָר מיט אומוועגן גייט מען,
דאָס הפֿקרע לעבן שטעלט מען אין קאָרט,
איבער פֿינצטערע תּהומען, בערגער פֿאַרשנייטע
צום ברעג פֿון אייראָפּע, צום ים, צו אַ פּאָרט.

און קומט מען צום ברעג, איז אַ שפּײַ אויף אייראָפּע,
אַ כראַקע אין פּנים מיט בלוט און מיט גאַל,
אין שיפֿן, ווי הערינג אין פֿעסלעך פֿאַרפּראָפּטע,
מען שפּרינגט איבער כוואַליעס אַזוי ווי אַ באַל.
דאָס ליד דערמאָנט מיר אַן אַנדער ליד וואָס איך האָב געהערט אין די 1930ער יאָרן אין מײַן געבורטס־שטאָט אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד, פֿון יוגנט מאַרשירנדיק אין אירע געסלעך:
פֿון צענדליקער, פֿון הונדערטער, פֿון טויזנטער מיליאָנען,
מיר זאַמלען זיך, מיר זאַמלען זיך,
מיר זײַנען שוין דאָ.
קומט יוגנט אַהער, קומט יוגנט אַהער,
לאָמיר צעברעכן די גאָלדענע וואַנט,
לאָמיר אויסבויען אַ ייִדישע לאַנד.
אַ ייִדישע, ייִדישע, ייִדישע לאַנד.
נאַכן אָנקומען פֿון די "עקסאָדוס־מעפּילים" צוריק קיין דײַטשלאַנד, אין דעם לאַגער עמדען, איז געזונגען געוואָרן נאָך אַ ליד "עקסאָדוס", וואָס מײַן ווייניקייט האָט פֿאַרפֿאַסט. אָט זענען אייניקע שורות פֿון דעם ליד:
מיר שטייען אויף אין שטאָלענע רייען
און גייען מעכטיק צו אונדזער העלן זיג,
פֿאַר די דורות פֿאָלק־פֿרײַהייט מיר פֿאַרזייען
און קעמפֿן פֿאַרן לעבן דורכן קריג.

ארץ־ישׂראל קומען נאָר צו דיר,
ארץ־ישׂראל קעמפֿן נאָר פֿאַר דיר,
אין די וועגן פֿון חשמונאָים,
פֿאַר דער זאַך פֿון די קנאָים,
פֿאַר אונדזער פֿאָטערלאַנד פֿאָרויס, פֿאָרויס!
מיר האָבן געשאַפֿן תּפֿילות, לידער, ווערטער און ווערטלעך אין אַלע גלותן און באַדינגונגען וווּ עס האָט אונדז פֿאַרוואָרפֿן דער גורל. ניט אַלץ איז פֿאַרשריבן געוואָרן, ניט אַלץ געדענקט מען, און פֿיל זײַנען פֿאַרגעסן געוואָרן, פֿאַרשוווּנדן אין לויף פֿון דער געשיכטע און פֿון וואַנדערונג. געווען נאָר צײַטווײַליק ווי דער ריצנבוים אין ספֿר יונה, וואָס איז איבער נאַכט געוואָרן, און איבער נאַכט אונטערגעגאַנגען.