- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זײַענדיק אַ מעפּיל, ווי אויך אַ מדריך און לערער פֿון אַ גרויסער גרופּע יוגנטלעכע אויפֿן "עקסאָדוס" און אין די וועגן און אומוועגן וואָס האָבן געפֿירט אונדז אין יענער תּקופֿה קיין ארץ־ישׂראל, האָב איך געהערט, פֿאַרשריבן און אויך געשריבן עטלעכע לידער, וואָס דערציילן און דריקן אויס די היסטאָרישע עפּאָכע פֿון יענע יאָרן. פֿרילינג, יאָר 1946. אָנקומענדיק קיין פּוילן אין שטאָט שטשעטשין, איז דאָרט געגרינדעט געוואָרן אַ ייִדישער קאָמיטעט, וווּ די רעשטלעך פֿון שארית־הפּליטה האָבן געפֿונען אַ צײַטווײַליקע סטאַנציע. זיי האָבן אונדז אָפּגעשיקט צו די קיבוצים, וואָס האָבן זיך אָרגאַניזירט בײַ די שליחים פֿון ארץ־ישׂראל אין אייניקע פּלעצער פֿון שטאָט. אין אַ פֿאַרמאַכטן הויף צווישן די חורבֿות פֿון שטאָט האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט ברידער און שוועסטער פֿון אונדזער בשותּפֿותדיקן גורל. דאָרט האָבן מיר מושטרירט, זינגענדיק אַ ליד וואָס האָט זיך געשאַפֿן דאָ אויפֿן פּלאַץ: מיר וועלן זיך ניט לאָזן שעכטן סתּם ניט באָדן זיך אין טרערן־בלוטיקן ים. מיר געדענקען נאָך די גלותדיקע נאַכט, עלה חלוץ, עלה, עלה ובֿנה. יצחק פּערלאָוו האָט געשריבן "דאָס ליד פֿון ‘עקסאָדוס׳" נאָך דעם געצוווּנגענעם אומקער פֿון ווי אַ קינד, האָב איך אָנטייל גענומען אין אַזוינע זומער־קאָלאָניעס. פֿריִער אין אַ “האַלב־קאָלאָניע" אין אַ דאָרף מאַלאָי־קעשטשיזנע לעבן דער שטאָט לידע, און שפּעטער אין אַ קאָלאָניע וואָס איז געווען אין אַ היילונג־דאָרף נאָוואָיעלנע. אַ “האַלב־קאָלאָניע" איז געווען אַזאַ מין קאָלאָניע, וואָס די קינדער פֿלעגן אַהין קומען אין דער פֿרי און זיך אומקערן צו זיך אַהיים אין די אָוונט־שעהען. אַ “קאָלאָניע" האָט געהייסן, אַז די קינדער געפֿינען זיך דאָרט סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט במשך פֿון אַ מאָנאַט צײַט. די איניציאַטאָרן און גרינדער פֿון די קאָלאָניעס זענען געווען די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט “טאָז", וועלכע האָט געוויס באַקומען שטיצע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסלאַנד. פֿאַר אונדז, קינדער, האָט זיך דאָרט געעפֿנט אַ שיינע וועלט צווישן די פֿעלדער און וועלדער פֿון ווײַסרוסלאַנד, און מיר האָבן דאָרט גענאָסן פֿון לערערס און דערציִער וועלכע האָבן אונדז באַקאַנט געמאַכט מיט פֿאַרשיידענע שפּילן, מיט ליטעראַרישע שריפֿטן אין ייִדיש און אויך מיט גוטע באַדינגונגען פֿון עסן, רוען און חבֿרשאַפֿט. ווערטער, אויסדרוקן, גלײַכווערטלעך וועלכע איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדהייט־געסעלעך אין אַ שטעטל פֿון ביעלאָרוס (ווײַסרוסלאַנד). סלאַוויזמען מיט זייער פֿאָרמירונג אין ייִדיש אין אַ הילכיקער אונטערהאַנדלונג אין די קרעמלעך פֿון שטעטל און צווישן זיי. זייער פֿאַרבינדונג, וועלכע ווערט פֿאָרמירט אין די וועגן און אומוועגן אין די יאָרן פֿון אונדזער לעצטן חורבן און אויך נאָך דעם. יעדער אויסדרוק רופֿט און פֿאָדערט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג און אַרײַנקוק וואָס האָט אונדז געלערנט דבֿ סדן (סאַדאַן), און וואָס ווערן אויפֿגעלעבט אין דעם ייִדיש פֿון דער שרײַבערין. באַקומענדיק דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 18 מײַ 2012, אין ערשטן בלעטערן האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן בײַם אַרטיקל פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן "אַזוינס טרעפֿט זיך איין מאָל אין אַ יובֿל". אויפֿן בילד צום אַרטיקל זעען מיר אַ קינדער־גרופּע מיט זייערע מדריכים (דערציִער): "ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946". איך בין דערשיטערט געוואָרן, זעענדיק פֿאַר זיך אַ קינדער־גרופּע, אַ טייל פֿון אַ גרעסערער, וואָס איך האָב מיטגעפֿירט, ווי מדריך און לערער אין די וועגן פֿון "עקסאָדוס" אין די יאָרן 1946—1947, וועלכע זענען מיר ליב און טײַער. די עלטערע פֿון די קינדער, פֿון לינקס, די מדריכה ברכה גאָלאָווענטשיטש, דער מדריך ישׂראל זאָגערמאַן; דער ערשטער פֿון רעכטס, עקיבֿא, אַ בחור פֿון דער "בריחה" (אַנטלויפֿן), וועלכע האָט געפֿירט אונדז מיטן וועג צום מיטלענדישן ים. |