געשיכטע

דער לערער פּערעסעצקי (דער ערשטער פֿון רעכטס); מײַן פֿאָטער, דער לערער משה גאַנוזאָוויטש (דער ערשטער פֿון לינקס); אין מיטן זיצן די לערערקע לונע מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער "האַלב־קאָלאָניע", לידע, פּוילן, 1932
דער לערער פּערעסעצקי (דער ערשטער פֿון רעכטס); מײַן פֿאָטער, דער לערער משה גאַנוזאָוויטש (דער ערשטער פֿון לינקס); אין מיטן זיצן די לערערקע לונע מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער "האַלב־קאָלאָניע", לידע, פּוילן, 1932
לייענענדיק דעם אַרטיקל פֿון איציק גאָטעסמאַן “דאָס געזאַנג פֿון די ייִדישע זומער־קאָלאָניעס אין אַמעריקע" (“פֿאָרווערטס", יולי 20—26), האָב איך זיך דערמאָנט אין די קאָלאָניעס וואָס זענען אויפֿגעקומען אין די 1930ער יאָרן אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד, דאַן פּוילן, עטלעכע יאָרן פֿאַרן אויסבראָך פֿון דער וועלט־מלחמה.
ווי אַ קינד, האָב איך אָנטייל גענומען אין אַזוינע זומער־קאָלאָניעס. פֿריִער אין אַ “האַלב־קאָלאָניע" אין אַ דאָרף מאַלאָי־קעשטשיזנע לעבן דער שטאָט לידע, און שפּעטער אין אַ קאָלאָניע וואָס איז געווען אין אַ היילונג־דאָרף נאָוואָיעלנע.
אַ “האַלב־קאָלאָניע" איז געווען אַזאַ מין קאָלאָניע, וואָס די קינדער פֿלעגן אַהין קומען אין דער פֿרי און זיך אומקערן צו זיך אַהיים אין די אָוונט־שעהען. אַ “קאָלאָניע" האָט געהייסן, אַז די קינדער געפֿינען זיך דאָרט סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט במשך פֿון אַ מאָנאַט צײַט.
די איניציאַטאָרן און גרינדער פֿון די קאָלאָניעס זענען געווען די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט “טאָז", וועלכע האָט געוויס באַקומען שטיצע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסלאַנד.
פֿאַר אונדז, קינדער, האָט זיך דאָרט געעפֿנט אַ שיינע וועלט צווישן די פֿעלדער און וועלדער פֿון ווײַסרוסלאַנד, און מיר האָבן דאָרט גענאָסן פֿון לערערס און דערציִער וועלכע האָבן אונדז באַקאַנט געמאַכט מיט פֿאַרשיידענע שפּילן, מיט ליטעראַרישע שריפֿטן אין ייִדיש און אויך מיט גוטע באַדינגונגען פֿון עסן, רוען און חבֿרשאַפֿט.
אין דער פֿרי, גייענדיק פֿון אונדזערע היימען, אַרויס פֿון די ענגע געסעלעך צו די ברייטע גרינע פֿעלדער, פֿלעגן מיר פֿאַרבײַגיין די הײַזלעך און כאַטעס פֿון די קריסטלעכע דערפֿער, באַזעצט מיט ווײַסרוסן. זיי פֿלעגן קוקן אויף אונדז מיט קינאה און פֿרעגן, צי מען גיט אונדז דאָרט גוט עסן. “אויך אַ גלאָז קאַקאַאָ יעדן פֿרימאָרגן און וויפֿל מיר ווילן", פֿלעגן מיר דערציילן מיט אַ קינדערשער שטאָלצקייט.
מיר האָבן דאָרט געלערנט זינגען נײַע לידער, אויך דאָרטן האָבן מיר זיך געשאַפֿן פֿאָלקסלידער און פֿאַרשיידענע שפּילן. וועגן דעם און זייער אינהאַלט האָב איך געשריבן אין מײַן אַרטיקל “ייִדישער קינדער־פֿאָלקלאָר אין שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע" (“טאָפּלפּונקט", 8, 2004). די לערער האָבן אונדז איבערגעגעבן מיט גרויס ליבשאַפֿט די ליבע צום געשריבענעם וואָרט אין ייִדיש. צום ערשטן מאָל האָבן זיך דאָרט די קינדער באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם און אַנדערע. אַ קינדער־רעטעניש וואָס איז פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון ביז הײַנט:
“ווער איז דער ייִדישער שרײַבער וואָס זײַן נאָמען איז דאָס, וואָס עס קומט נאָך אַ מלחמה און נאָך אַ פּאָזשאַר (שׂרפֿה)?"
דער ענטפֿער איז: “שלום אַש".
אַ לערער פֿון ציש״אָ (צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע), אַ חבֿר פֿון “בונד" האָט אונדז פֿאָרגעלייענט די דערציילונג “באָנציע שווײַג" פֿון י.ל. פּרץ.
אַ קינדער־קאָלאָניע פֿון איין מאָנאַט צײַט האָט געגעבן די קינדער די מעגלעכקייט צו געפֿינען אין לעבן זייער וועג. בײַם שליסן דעם מאָנאַט האָט זיך געהערט דאָס לידל:

וווּ ביסטו געוועזן,
וווּ ביסטו געוועזן
זאָג זשע טאָכטער געטרײַע.

אין קאָלאָניע “טאָז"
אויפֿן גרינעם גראָז
מאַמע, ס’איז געווען אַ מחיה.
וואָס האָסטו געגעסן,
וואָס האָסטו געגעסן
זאָג זשע טאָכטער געטרײַע.

בולבענע קאַשע.
געקאָכט האָט דאָס מאַשע,
מאַמע ס’איז געווען אַ מחיה.

וווּ האָסטו געשלאָפֿן,
וווּ האָסטו געשלאָפֿן?
זאָג זשע טאָכטער געטרײַע.

אויף אַ סיעניק שטרוי,
מיט חבֿרטעס צוויי,
מאַמע ס’איז געווען אַ מחיה.

אין נאָוואָיעלנע האָט זיך געפֿונען דאָס טײַכל מאָלטשאַד. די קינדער פֿון דער קאָלאָניע האָבן דאָרט גענאָסן פֿון באָדן זיך אין פֿרישע און ריינע וואַסערן. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אויף דעם פּלאַץ, ווײַזט אויס, אין יאָר 1903, ווען די רוסישע רעגירונג איז מבֿטל געווען די גזירה פֿון יאָר 1882, וועלכע האָט פֿאַרבאָטן די ייִדן צו זײַן תּושבֿים פֿון די דערפֿער.
איך לייג צו צו דעם אַרטיקל אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער "האַלב־קאָלאָניע ‘טאָז’ אין לידע, יאָר 1937". די פֿאָטאָגראַפֿיע האָב איך אָפּגעהיט, געטראָגן מיט זיך און אויף זיך אין די מלחמה־יאָרן פֿון וואַנדערונג איבער די רחבֿותן פֿון סיביר, בײַם בויען אַן אײַזנבאַן־ליניע וואָס שנײַדט דורך די סטעפּעס פֿון קאַזאַכסטאַן, אין די וועגן און אומוועגן פֿון "עקסאָדוס", און נאָך.
די עלטערע אויפֿן בילד וואָס שטייען צווישן די קינדער: דער ערשטער פֿון רעכטס — דער לערער פּערעסעצקי. דער ערשטער פֿון לינקס — מײַן פֿאָטער, דער לערער משה גאַנוזאָוויטש. אין מיטן בילד זיצן די לערערקע לונע, מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער "האַלב־קאָלאָניע".
עס ווייטיקט, אַז פֿון דער גרויסער גרופּע קינדער אויפֿן בילד, זענען געבליבן נאָכן חורבן נאָר איינציקע.