ווערטער, אויסדרוקן, גלײַכווערטלעך וועלכע איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדהייט־געסעלעך אין אַ שטעטל פֿון ביעלאָרוס (ווײַסרוסלאַנד). סלאַוויזמען מיט זייער פֿאָרמירונג אין ייִדיש אין אַ הילכיקער אונטערהאַנדלונג אין די קרעמלעך פֿון שטעטל און צווישן זיי. זייער פֿאַרבינדונג, וועלכע ווערט פֿאָרמירט אין די וועגן און אומוועגן אין די יאָרן פֿון אונדזער לעצטן חורבן און אויך נאָך דעם. יעדער אויסדרוק רופֿט און פֿאָדערט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג און אַרײַנקוק וואָס האָט אונדז געלערנט דבֿ סדן (סאַדאַן), און וואָס ווערן אויפֿגעלעבט אין דעם ייִדיש פֿון דער שרײַבערין.
באַקומענדיק דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 18 מײַ 2012, אין ערשטן בלעטערן האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן בײַם אַרטיקל פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן "אַזוינס טרעפֿט זיך איין מאָל אין אַ יובֿל".
אויפֿן בילד צום אַרטיקל זעען מיר אַ קינדער־גרופּע מיט זייערע מדריכים (דערציִער): "ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946". איך בין דערשיטערט געוואָרן, זעענדיק פֿאַר זיך אַ קינדער־גרופּע, אַ טייל פֿון אַ גרעסערער, וואָס איך האָב מיטגעפֿירט, ווי מדריך און לערער אין די וועגן פֿון "עקסאָדוס" אין די יאָרן 1946—1947, וועלכע זענען מיר ליב און טײַער.
די עלטערע פֿון די קינדער, פֿון לינקס, די מדריכה ברכה גאָלאָווענטשיטש, דער מדריך ישׂראל זאָגערמאַן; דער ערשטער פֿון רעכטס, עקיבֿא, אַ בחור פֿון דער "בריחה" (אַנטלויפֿן), וועלכע האָט געפֿירט אונדז מיטן וועג צום מיטלענדישן ים.
איך דערקען די קינדער מיט זייערע נעמען און כאַראַקטערן. זיי זענען געקומען קיין ארץ־ישׂראל, זיך אײַנגעוואָרצלט אין לאַנד און אין זײַן ווירקלעכקייט. געשאַפֿן משפּחות, געדינט אין צה״ל און אַ טייל זענען געפֿאַלן אין די ישׂראל־מלחמות. זיי אַליין, זייערע קינדער; יעדער מענטש איז אַ דערציילונג פֿאַר זיך. די געשיכטע פֿון יעדן איינעם פֿון זיי אין די יאָרן פֿונעם חורבן איז מיר גוט באַקאַנט, כאָטש ניט מיט אַלע פּרטים. ווײַל דאַן האָבן מיר ניט געפֿאָרשט און געפֿרעגט וועגן זייער פֿאַרגאַנגענהייט. "קום מיט אונדז" האָבן מיר געזאָגט צו יעדן איינעם וואָס איז געקומען אין אונדזער צײַטווײַליקן וואָגן, וואָס פֿירט צו אַ היים.
וואָס עס דריקט אויף מיר, האַלטנדיק דאָס בילד, איז די פֿראַגע: ווי האָט דאָס געשען, אַז דאָס מיידל לילי, גערופֿן לאה רייס, גייט אין יענע גורלדיקע יאָרן פֿון פֿאָלק, לערנען אין אַ דײַטשישער מיטלשול אין מינכען און דאָרט טרעפֿט זי אַ פּראָפֿעסאָר, דעם הער אַדאָלף שאַומאַכער. "...יענער האָט בפֿירוש נאָך אַלץ פֿײַנט געהאַט ייִדן מיטן אַמאָליקן האַס, נישט געקוקט דערויף וואָס דײַטשלאַנד האָט פֿאַרשפּילט די מלחמה". שרײַבט מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן:
"...און אַזוי ווי אין יענעם האָט סײַ ווי סײַ געיוכעט דאָס דײַטשע בלוט, האָט ער זי אָנגעקוקט מיט אַ פּאָר אויסגעשטאַרטע אויגן און אויסגערופֿן:
‘אין אַן אַנדער צײַט וואָלסטו בײַ מיר געלעגן אין אַשבעכער.׳"
פֿינף און זעכציק יאָר זענען שוין אַדורך פֿון יענער צײַט. יעדעס קינד אויף דעם בילד איז אַ דערציילונג פֿאַר זיך, מיט זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, זײַן לעבן און אפֿשר אויך פֿון זײַן טויט.
אויף דעם בילד, אין דער צווייטער שורה פֿון רעכטס, אין אַ לאַנגן ווינטערמאַנטל וואָס איז גרויס צו זײַן מאָס, זיכער אַ מתּנה פֿון "אונר״אַ", שטייט דאָס ייִנגל נאַטעק (נתן). זײַן פֿאַמיליע־נאָמען געדענק איך ניט. נאָר איך געדענק דעם מאָמענט, ווען אונדזער צעבראָכענע שיף ווערט געפֿירט פֿון די בריטישע מיליטער־לײַט קיין חיפֿה. די מאַרינס־זעלנער פֿאַרשרײַבן די נעמען פֿון די ייִדן וואָס זיי פֿירן איבער צו די דרײַ תּפֿיסה־שיפֿן, כּדי צו ברענגען זיי צוריק קיין דײַטשלאַנד. און צווישן די פֿאַרוווּנדעטע און פֿאַרשמאַכטע גייט נאַטעק מיט זײַן קליינעם פּעקעלע, האַלטנדיק די האַנט פֿון זײַן עלטערער שוועסטער שושנה. און ווען זיי דערגייען צום אַרײַנגאַנג פֿון דער בריטישער שיף, זאָגט שושנה אַן אויסגעטראַכטן נאָמען, ווײַל אַזוי האָט מען איר געהייסן זאָגן. רופֿט זיך אָפּ דער קליינער נתן אויף פּויליש:
"דו וועסט זען שושנה, אַז איצט וועלן זיי אונדז ניט געבן קיין עסן..."
מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן, ברענגענדיק די לויבווערטער פֿאַר איר חבֿרטע ליליאַן שרײַבט:
"דער שפּאַציר יעדן אינדערפֿרי איז אַ ברכה סײַ פֿאַר מײַן חבֿרטע ליליען און סײַ פֿאַר מיר. זי האַלט אין איין דערציילן... און איך האָב אַן אויער וואָס זאַפּט אײַן און בראַקירט נישט."
אַ שאָד, אַ שאָד וואָס זי בראַקירט נישט.