- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 2003, האָט שולמית קעניג געוווּנען דעם בכּבֿודיקן פּריז פֿון די פֿאַראייניקטע-פֿעלקער פֿאַר מענטשן-רעכט; אַ פּריז, וואָס מע טיילט צו יעדעס פֿינף יאָר זינט 1966, און זי איז בלויז איינע פֿון די סך-הכּל פֿינף אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אַמאָל באַקומען דעם פּריז. די אַנדערע אַמעריקאַנער אויף דער דאָזיקער רשימה הייסן: עלינאָר רוזוועלט, מאַרטין לוטער קינג, דזשימי קאַרטער, און דזשיימס גראַנט. אַן אַנדער געווינער איז נעלסאָן מאַנדעלאַ. איר נאָמען איז שולמית קעניג, און מיר האָבן זיך לעצטנס געטראָפֿן אין איר קליינער דירה אויף דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן צו שמועסן וועגן איר לעבן, אירע פּאָליטישע טעטיקייטן, איר קונסט און נאָך כּל-מיני פּיטשעווקעס. דער ערשטער אײַנדרוק וואָס עס שאַפֿט זיך בעת מע טרעט איבער די שוועל פֿון קעניגס דירהלע איז, ווי אָנגעלייגט זענען אירע אַלערליי חפֿצים, וועלכע דערציילן וועגן איר לעבנס-געשיכטע; ווי ס׳וואָלט זיך גערעדט נישט וועגן אַ פּריוואַטער דירה, נאָר אַ קונסט-גאַלעריע. מע קען דאָרט באַמערקן די קונסט-אָביעקטן וואָס זי און איר מאַן האָבן אי געזאַמלט דורך די יאָרן בעת זייערע רײַזעס איבער דער וועלט, פּראָטעזשירנדיק די ווערטן פֿון מענטשן-רעכט; אי די קונסט, וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן, למשל: סטאַטועס, געמאַכט פֿון אַלטע אינדוסטריעלע גראַוויר-מאַשינען וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרמאָגט. זי איז גרייט צו דערציילן, און הייבט אָן פֿון דעם, ווי אַזוי זי האָט פֿאַרלאָזט מדינת-ישׂראל צום ערשטן מאָל. אין פֿאַרגלײַך מיט די "געוויינטלעכע" רבנישע ייִדן, גלייבן נישט די קראָים — אַ ייִדישע סעקטע, וועלכע האָט שוין עקזיסטירט מיט איבער אַ טויזנט יאָר צוריק — אין דער אויטאָריטעט פֿון תּורה־שבעל־פּה. דער פֿריִיִקער עטאַפּ פֿון דער קראָיִשער געשיכטע בלײַבט אומקלאָר. ס׳איז קלאָר, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג אינעם אַמאָליקן מיטל־מיזרח איז געווען פֿאַרבונדן מיט די אינטענסיווע רעליגיעזע דיספּוטן נאָכן אויפֿקום פֿון איסלאַם. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קראָים זענען ממשיך, אויף אַ געוויסער מאָס, די עלטערע שיטה פֿון די צדוקים. מע קאָן זאָגן, אַז די קולטור פֿון די קראָים איז געווען באַגרינדעט, בײַם אָנהייב, אויף זייער אָפּלייקענונג פֿון דער תּלמודישער ייִדישקייט — דהײַנו, אויף אַ נעגאַטיוון פּרינציפּ. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון די קריסטן־פּראָטעסטאַנטן, האָט זיך אָבער בײַ די קראָים אַנטוויקלט אַן אייגענע טראַדיציע — פֿאַקטיש, אַן אייגענע רעליגיע, וועלכע איז געבליבן, פֿונדעסטוועגן, תּמיד דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציאָנעלער רבנישער ייִדישקייט. די ערשטע שטאָט אין מײַן לעבן, פֿון וועלכער איך האָב געוואָלט גלײַך אַנטלויפֿן, איז געווען סאַראַנסק, די הויפּט-שטאָט פֿון מאָרדאָוויע, וואָס איז אַ מין רעפּובליק אין באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד. באַקאַנט איז די געגנט, בפֿרט, מיט אירע אַרבעט-לאַגערן פֿאַר תּפֿיסהניקעס. ווען איך בין געפֿאָרן אַהין, האָט מען מיך געוואָרנט, און איך האָב עס אַליין דערהערט, אַז די תּושבֿים האָבן דאָרטן גערעדט אַ ווילד רוסיש, שטאַרק איבערגעשאָטן מיט זידלווערטער. אפֿשר איז עס אַ פּועל-יוצא פֿון דעם, וואָס די באַפֿרײַטע תּפֿיסהניקעס פֿלעגן זיך באַזעצן ניט ווײַט פֿון די לאַגערן. און אפֿשר איז דער מצבֿ איצט אַן אַנדערער — מײַן דערפֿאַרונג שטאַמט פֿון אַ מאָל — איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט איין טאָג אין יאָר 1975 און בין געווען צופֿרידן, אַז די געשעפֿטן מײַנע האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצוסדרן זייער גיך: כ׳בין געקומען אין דער פֿרי, אַוועקגעפֿאָרן אויף דער נאַכט און קיין מאָל ניט געוואָלט זיך אַהין אומקערן. וועגן מײַן פֿאַר-היסטאָרישן באַזוך פֿון סאַראַנסק האָב איך זיך דערמאָנט, לייענענדיק וועגן די לעצטע אַוואַנטורעס פֿון דער וועלט-באַרימטער פֿיגור, דעם 64־יאָריקן זשיראַר דעפּאַרדיע. אָנגעהויבן האָט זיך עס ווי אַ פּראָטעסט קעגן די משונה-הויכע שטײַערן אין פֿראַנקרײַך. תּחילת האָט דעפּאַרדיע געלאָזט וויסן, אַז ער וויל ווערן אַ בעלגישער בירגער. אָבער אין גיכן האָט זיך דער סיפּור-המעשׂה געביטן, און ער איז געוואָרן אַ רוסישער בירגער. אָסטראַכאָוויטש האָט נאָר וואָס אָנגעשריבן אַ ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן". דער ראָמאַן, ווײַזט זיך אַרויס, איז דווקא אַ גוטער. אָבער פֿאַר וואָס האָט ער זוכה געווען מען זאָל אים דערמאָנען אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס"? ווײַל ער פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדן אין וואַרשע. וואַרשע, ווי באַקאַנט, איז געווען כּמעט האַלב ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳רובֿ ייִדן דאָ זענען אומגעקומען. דאָס הייסט, אַז אין וואַרשע האָבן מיר מער טויטע ווי לעבעדיקע ייִדן. די צוויי העלדן פֿונעם ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן" זענען טאַקע צוויי טויטע; אַ ייִד און זײַן טאָכטער, וואָס זענען אומגעקומען בשעת דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, און זײַנען אַרויס פֿון די רויִנען, כּדי צו זען ווי וואַרשע האָט זיך איבערגעאַנדערשט אין די לעצטע יאָרן. דער טאָכטער פֿעלט אַ האַלב פּנים, אָבער זי איז דווקא אַ פֿריילעכע און וויל געניסן פֿון איר יונג לעבן, כאָטש נאָכן טויט. דער טאַטע און די טאָכטער ווילן, למשל, זען די נײַע, אַזוי גערופֿענע "מאָלס", אָדער די אײַנקויף־צענטערס, וואָס מען האָט לעצטנס געבויט אין דער שטאָט. דער נײַער קאַפּיטאַליזם געפֿעלט זיי. נאָך יאָרן זיך געפֿינען אין די חורבֿות עסן זיי אַ געשמאַקן טאָרט אין אַ נײַעם קאַפֿע, און בכלל דאָס נײַע פּוילן, וווּ קאָנסומעריזם זיגט איבער קאַטאָליציזם, געפֿעלט זיי. דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון קולט־פֿילמען און איז נאָך אַ באַווײַז, אַז דער חורבן איז אַ טעמע פֿון כּל־המינים קינסטלערישע זשאַנערן. מדרשים, אויפֿן ים "און גאָט איז זיי געגאַנגען פֿאָרויס, בײַ טאָג — מיט אַ וואָלקנזײַל..." מדרשים, יציאת־מצרים גאָט צו דאַנקען, דער הוראַגאַן "סענדי" און די "וואָלקנזײַל"־אָפּעראַציע זײַנען פֿאַרבײַ. מיר האָבן פֿאַרמאַכט די צעגליטע טעלעוויזיעס, אויפֿגעהערט צו באַקומען די שרעקלעכע פֿאָטאָס פֿון די צעשמעטערטע דירות פֿון אונדזערע ניו־יאָרקער קרובֿים, און זיך אומגעקערט צום שטייגער־לעבן. אָבער, ווי עס פֿלעגט זאָגן מײַן וויזשניצער רבי, — גאָט איז אַ פֿאָטער, אויב נישט קיין טשיריק איז אַ בלאָטער. מע ווערט עלטער און דווקא די קרענק דערמאָנען דיר, אַז דו ביסט נאָך לעבעדיק. יעדעס מאָל, ווען איך הייב אָן קרעכצן און שרײַען, אַז אָט די מינוט גיי איך שטאַרבן, און וואָס גיכער זאָלן קומען די קינדער צו הערן ווי איך זאָג די לעצטע "קרישמע", ענטפֿערט מיר מײַן פֿרוי, אַז איך רעד סתּם אין דער וועלט, גאָלע נאַרישקייטן; ווײַל זי, ס׳הייסט מײַן פֿרוי, איז זיכער, אַז "די לעצטע דורות פֿון די ייִדישע שרײַבער זײַנען געבענטשט מיט אַריכות־ימים. און בכלל, גיט זי שטענדיק צו, אויב דאָס לעבן איז אַ באַשערטע זאַך, לעבט מען אַזוי לאַנג ווי דיר איז באַשערט. און פֿאַרגעס נישט, אַז דו ביסט דאָך אַ שטיקל ייִדישער שרײַבער". סאַמע אָנהייב פֿופֿציקער יאָר בין איך אַרײַן אין זיבעטן קלאַס פֿון אַ לאָקאַלער שולע אין דער בראָנקס. אַלע אין דער פֿרי פֿלעגט מען זיך פֿאַרזאַמלען אין אַלגעמיינעם זאַל אָפּצוגעבן די שבֿועה צו דער אַמעריקאַנער פֿאָן, זינגען די קריסטלעכע "גאָטעס־תּפֿילה," און אַזוי ווי כ׳האָב ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען, בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס איז אַמעריקע. די לערערינס האָבן אַלע אויסגעזען ווי צווילינג־שוועסטער. זיי האָבן געמוזט אַרויסקומען פֿון דעם זעלבן קאַטוילישן סעמינאַר ווײַל פֿון זיי האָט געווייעט מיט נאָנעשאַפֿט. זיי האָבן זיך געקליידט אין טונקל געוואַנט וואָס איז געהאָנגען אויף זיי ווי אויף אַ וועשלקע. די אויגן — אויסגעברענטע לאַמטערנס, דאָס פּנים באַשאָטן מיט בראָדעווקעס, מיט אַ מעדאַליאָנטשיק אַרום דעם האַלדז. אונדזערס איז געווען אַ מיידלשע שולע, האָבן אַלע מיידלעך אויסגעזען דראָנגעוואַטע. פֿון פֿאָרנט פּלאַטשיק ווי אַ ברעטל, פֿון הינטן אײַנגעקאָרטשעט. געווען צווישן די סטודענטקעס אויך אַ פּאָר שיינע, זגראַבנע און געשיקטע ייִדישע מיידלעך, אָבער זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס; פֿאַרריסן בײַ זיך און שטאָלץ וואָס זיי זײַנען עכטע אַמעריקאַנער קנאָספּן, און מיר, די "גרינע," האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו זיי. רעדן מיט "גרינע" האָט זיי נישט געפּאַסט, האָבן זיי צו אונדז צוגעשמייכלט ווי צו אַ קראַנק לאָשיקל. די עליה איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעזאָלוציע, דורכגעפֿירט פֿון פּרעמיער בנימין נתניהוס קאַבינעט אין אָקטאָבער, צו דערלויבן 275 מיטגלידער פֿון דער בני־מנשה, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל במשך פֿון די קומענדיקע צוויי חדשים. די וואָך איז געקומען די ערשטע גרופּע פֿון 53 מענטשן. די בני־מנשה וווינען הײַנט אין די אינדישע שטאַטן מיזאָראַם און מאַניפּוּר, און זאָגן, אַז זייערע אָבֿות האָבן זיך דאָרט באַזעצט, נאָך דעם ווי די אַשורים האָבן זיי פֿאַרטריבן, אינעם 8טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן בריטישע מיסיאָנערן זיי געשמדט צו דער קריסטלעכער רעליגיע, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר, האָבן זיי זיך אומגעקערט צו ייִדישקייט. מײַקל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון "שבֿי־ישׂראל" — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די "פֿאַרלוירענע" און "באַהאַלטענע" ייִדן איבער דער וועלט — איז מיטגעפֿאָרן מיט זיי אויפֿן עראָפּלאַן, און האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די שטימונג איז געווען זייער אַ רירנדיקע. "די בני־מנשה ווײַזן בטבֿע נישט אַרויס זייערע געפֿילן אין דער עפֿנטלעכקייט," האָט פֿרוינד געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווען מיר האָבן געלאַנדעט אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, האָבן זיי אויסגעשאָסן אין אַ געשריי און אַפּלאָדירט. בײַם טויער האָבן זיי אויף אַ קול געמאַכט אַ שהחיינו, און געזונגען די ׳התּקווה׳. אַ צאָל פֿאַרבײַגייער, ישׂראלים און טוריסטן, זענען צוגעקומען און מיטגעזונגען מיט זיי." "זיי האָבן געוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן פֿאַר דעם מאָמענט; איז עס, אַוודאי, געווען זייער עמאָציאָנעל," האָט געזאָגט צבֿי כאַוטע, אַ מיטגליד פֿון דער בני־מנשה, וואָס האָט עולה געווען מיט צען יאָר צוריק, און איז געקומען באַגריסן די נײַע אימיגראַנטן אויפֿן פֿליפֿעלד. "אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וואָס וווינען דאָ, זענען אויך געקומען; מענטשן, וואָס זיי האָבן נישט געזען יאָרן לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעכאַפּט און געוויינט." וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין תּחת אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט "בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן" דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן "גאָר וויכטיקן פּאַנעל", אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש פֿון די פֿיס. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע "אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!" באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן "היימאַרקעט סקווער", און פֿאָדערן אַן אַכט שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ. אָבער דאָס איז נאָר מײַן פּערזענלעכע מיינונג... דעם אמת געזאָגט, רעדט זיך וועגן זייער אַ וויכטיקער אונטערנעמונג און דער סימן דערצו ליגט אין די גאָר אינטערעסאַנטע פּאַנעלן וואָס איך האָב באַזוכט און אין זיי זיך באַטייליקט. בײַם ערשטן פּאַנעל, אונטער דעם טיטל "ייִדישע אָפּקלאַנגען צום ראַסיזם נאָכן חורבן", דוד סלוצקי (מאָנאַש־אוניווערסיטעט), דן דזשיי. פּאַקעט (טרוי אוניווערסיטעט), און שירלי גילבערט (אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן) — האָבן באַהאַנדלט די טעמע אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע ערטער. בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער ניטל שאַפֿט עפּעס אַן אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. וואָס זאָל אַ ייִד טאָן אין אַזאַ טאָג? דאָ, אין ענגלאַנד, האָב איך געקענט אַ ייִדישע משפּחה, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם ניטל — זיי האָבן דעם מינהג געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. און איך קען אַ האַלב-ישׂראלדיקע משפּחה, וועלכע מאַכט פֿון דעם אַ יום-טובֿ. דאָס הייסט, אַז אין קלויסטער גייט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אָבער מע זיצט בײַ אַ טיש אָנגעשטעלט מיט טראַדיציאָנעלע ניטל-מאכלים, און מע קויפֿט מתּנות איינער דעם אַנדערן. איך ווייס, אַז אין ניו-יאָרק האָבן ייִדן געפֿונען אַ צולהכעיסדיקע סגולה פֿאַרן ניטל — מע גייט אין קינאָ. איך וואָלט, אַ פּנים, געטאָן דאָס זעלבע, אָבער מיר איז קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו זײַן אין ניו-יאָרק אין דער דאָזיקער צײַט. האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אַן אייגענע סגולה — מיר פֿאָרן ערגעץ אַוועק פֿון ענגלאַנד. הײַיאָר האָט דער ניטל אונדז פֿאַרטראָגן קיין איטאַליע, אין אַן אָרט, וואָס הייסט אַבאַנאָ טערמע — אַ טערמאַלער קוראָרט ניט ווײַט פֿון דער באַרימטער שטאָט פּאַדוע. האָטעלן פֿון אַבאַנאָ טערמע האָבן באַסיינען מיט וואַרעם וואַסער, אַזוי אַז מע קען שווימען אין דרויסן אַפֿילו ווינטערצײַט. אַ סך סיבות מאַכן פּאַדוע באַרימט. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דער אוניווערסיטעט איז דאָרטן איינער פֿון די עלטסטע אין דער גאָרער וועלט — אין יאָר 1222 האָט ער שוין זיכער פֿונקציאָנירט. אין דעם דאָזיקן אוניווערסיטעט, וועלכער איז ניט געווען אונטער דער השגחה פֿונעם פּויפּסט, האָבן זיך געלערנט אויך ייִדן, בפֿרט אין דער מעדיצינישער שול. הונדערטער דאָקטוירים, וואָס זײַנען פֿון דאָרטן אַרויס, האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אינטעלעקטועלן לעבן פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן. ווי אַזוי קומט אַ פֿילאָסאָפֿין פֿון לבֿנון צו ייִדיש? אין דער מיטל־עלטער, פֿלעגן אַ סך ייִדישע פֿילאָסאָפֿן שרײַבן זייערע ווערק אויף אַראַביש, ווײַל פֿאַר זיי איז געווען גרינגער אויסצודריקן זייערע געדאַנקען אויף אַ שמועס־שפּראַך, וועלכע פֿאַרמאָגט שוין אַ רײַכן גרייטן וואָקאַבולאַר פֿון וויסנשאַפֿטלעכע און פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. ווען יהודה אבֿן־תּיבון און אַנדערע איבערזעצער האָבן איבערגעטײַטשט אַזעלכע קלאַסישע ייִדיש־אַראַבישע ספֿרים, ווי דעם רמבמ״ס "מורה נבֿוכים" אויף העברעיִש, האָבן זיי געמוזט זיך געבן אַן עצה און אויסטראַכטן אַ סך נײַע ווערטער און פֿראַזעס. אין אַ גרויסער מאָס, שטעלט מיט זיך פֿאָר די מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע אַ דירעקטע קאַלקע פֿון אַראַביש. אין מײַנע אַרטיקלען אינעם "פֿאָרווערטס", דערמאָן איך נישט זעלטן פֿאַרשיידענע ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿילאָסאָפֿיע. צוליב דער רײַכער און לאַנגער היסטאָרישער ירושה, קאָן אַ ייִדישער שרײַבער זיך באַנוצן אָדער מיט די אַלטע העברעיִשע טערמינען, אָדער מיט די באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע גריכיש־ און לאַטײַניש־שטאַמיקע ווערטער. אַזעלכע מחברים, ווי הלל צייטלין און חיים זשיטלאָווסקי, האָבן אָפֿט אַדאַפּטירט אויף אַ מער ייִדישן שטייגער די טערמינאָלאָגיע פֿון די דײַטשישע און רוסישע פֿילאָסאָפֿן. למשל, אַנשטאָט "עקסיסנטענץ" קאָן מען אויף ייִדיש אויסנוצן אַזאַ טראַדיציאָנעל וואָרט ווי "מציאות". דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער בעצם אַן אַלטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם אַראַבישן טערמין "וווּדזשוד". עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו הײַנט שפּירט זיך אין דער ייִדישער קולטור אַ השפּעה פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער פֿילאָסאָפֿיע. נישט יעדן טאָג טרעפֿט מען אָבער אַן אַראַבישן פֿילאָסאָף, וואָס טראַכט, אַז דווקא ייִדיש האָט אַן אוניקאַלן פֿילאָסאָפֿישן טעם. יצחק גנוז — "חתן־האור" תשע״ג שוין 20 יאָר ווי "אַגודת־הסופֿרים העבֿרים במדינת־ישׂראל" — דער פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל — מערקט אָפּ דעם יום־טובֿ חנוכּה מיט אויסוויילן אַ "חתן־האור" — אַ "פּרײַזטרעגער פֿון ליכט", איינעם פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין לאַנד, פֿאַר דעם יאָר תשע״ג. |