- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי אַזוי קומט אַ פֿילאָסאָפֿין פֿון לבֿנון צו ייִדיש? אין דער מיטל־עלטער, פֿלעגן אַ סך ייִדישע פֿילאָסאָפֿן שרײַבן זייערע ווערק אויף אַראַביש, ווײַל פֿאַר זיי איז געווען גרינגער אויסצודריקן זייערע געדאַנקען אויף אַ שמועס־שפּראַך, וועלכע פֿאַרמאָגט שוין אַ רײַכן גרייטן וואָקאַבולאַר פֿון וויסנשאַפֿטלעכע און פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. ווען יהודה אבֿן־תּיבון און אַנדערע איבערזעצער האָבן איבערגעטײַטשט אַזעלכע קלאַסישע ייִדיש־אַראַבישע ספֿרים, ווי דעם רמבמ״ס "מורה נבֿוכים" אויף העברעיִש, האָבן זיי געמוזט זיך געבן אַן עצה און אויסטראַכטן אַ סך נײַע ווערטער און פֿראַזעס. אין אַ גרויסער מאָס, שטעלט מיט זיך פֿאָר די מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע אַ דירעקטע קאַלקע פֿון אַראַביש. אין מײַנע אַרטיקלען אינעם "פֿאָרווערטס", דערמאָן איך נישט זעלטן פֿאַרשיידענע ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿילאָסאָפֿיע. צוליב דער רײַכער און לאַנגער היסטאָרישער ירושה, קאָן אַ ייִדישער שרײַבער זיך באַנוצן אָדער מיט די אַלטע העברעיִשע טערמינען, אָדער מיט די באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע גריכיש־ און לאַטײַניש־שטאַמיקע ווערטער. אַזעלכע מחברים, ווי הלל צייטלין און חיים זשיטלאָווסקי, האָבן אָפֿט אַדאַפּטירט אויף אַ מער ייִדישן שטייגער די טערמינאָלאָגיע פֿון די דײַטשישע און רוסישע פֿילאָסאָפֿן. למשל, אַנשטאָט "עקסיסנטענץ" קאָן מען אויף ייִדיש אויסנוצן אַזאַ טראַדיציאָנעל וואָרט ווי "מציאות". דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער בעצם אַן אַלטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם אַראַבישן טערמין "וווּדזשוד". עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו הײַנט שפּירט זיך אין דער ייִדישער קולטור אַ השפּעה פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער פֿילאָסאָפֿיע. נישט יעדן טאָג טרעפֿט מען אָבער אַן אַראַבישן פֿילאָסאָף, וואָס טראַכט, אַז דווקא ייִדיש האָט אַן אוניקאַלן פֿילאָסאָפֿישן טעם. ( אַ ספּעציעלער אינטערוויו מיט עליק אלחנן, פֿון דער שיף "עסטעל" קיין עזה ) איין מאָל אַ טאָג דורך אַ סאַטעליט האָבן די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף "עסטעל" (Estelle), וואָס געפֿינט זיך די טעג ערגעץ וווּ אינעם מיטללענדישן ים אויפֿן וועג קיין עזה, אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ. אַזוי, דורכן דורכשרײַבן זיך, איז געפֿירט געוואָרן מײַן געשפּרעך מיט עליק אלחנן. עליק איז אַ שלום-אַקטיוויסט אין ישׂראל, און דערצו קען ער ייִדיש פֿון זײַנע ייִדיש־לימודים. האָבן מיר אויסגעניצט די דאָזיקע געלעגנהייט און געמאַכט דעם ספּעציעלן אינטערוויו. וואָס איז דער ציל פֿון אײַער מיסיע? וויפֿל מענטשן געפֿינען זיך אויף דער שיף? פֿון וואַנען קומען זיי?
דווקא די וואָך האָבן מיר באַקומען אַ פֿריידיקע ידיעה — אונדזער פֿרײַנד יעווגעני קיסין איז צוגעטיילט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פּריז "גרעמי — 2010", אינעם אָפּטייל פֿון קלאַסישער מוזיק, ווי דער בעסטער אויספֿירער פֿון פּראָקאָפֿיעווס פּיאַנע־קאָנצערטן (צוזאַמען מיטן דיריגענט וולאַדימיר אַשכּנזי), ננ' 2 און 3. דעם ערשטן "גרעמי"־פּריז האָט ער באַקומען אין 2006. פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג. דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס" די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָרמער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיעזע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדישע טראַדיציעס. אינטערוויו מיט "בני־עקיבֿא", "עזרא" און "אַריאל" "רבי עקיבֿא איז געווען און געבליבן ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער יוגנט, סײַ אין ישׂראל, סײַ אין דער וועלט, מחמת זײַן מסירות־נפֿש פֿאַר תּורת־ישׂראל און קאַמף פֿאַר ייִדישער זעלבשטענדיקייט". אַזוי האָט אונדז געזאָגט זאבֿ שוואַרץ, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער אַלוועלטלעכער "בני־עקיבֿא"־אָרגאַניזאַציע, בעתן אינטערוויו אין "בית־מאיר" אויף דער קינג דזשאָרדזש־גאַס אין ירושלים. אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה. דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ. בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן. ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה" דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט". שלמה קרישטאָל איז אַ וועטעראַן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. לאַנגע יאָרן איז ער געווען אַקטיוו אין "בונד" און אין "קעמפּ המשך". הײַנט אַרבעט ער ווײַטער אין ייִוו״אָ און אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס". ווי מיר האָבן פֿריִער געשריבן אין "וועלט פֿון ייִדיש", האָט ער באַקומען אַ חשובֿע אויסצייכענונג פֿונעם ייִוו״אָ דעם פֿרילינג פֿאַר זײַן אַרבעט. אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז יודזשין אָרענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָר אין מעקגיל־אוניווערסיטעט. ווער זענען הײַנט די סטודענטן, וואָס קומען זיך לערנען ייִדישע געשיכטע? מיר האָבן פֿאַרשידענע סטודענטן אינעם מעקגיל־אוניווערסיטעט. ס׳איז דאָ זייער ערנסטע סטודענטן, וואָס האָבן בדעה צו ספּעציאַליזירן זיך אין דער ייִדישער געשיכטע און זיי ווילן ממשיך זײַן דאָס לערנען אויפֿן העכערן ניוואָ, מאַכן אַ מאַגיסטער אָדער אַ דאָקטאָראַט. |