- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף חודש האָט מען אין דער כּנסת, אויף דער רעפּאַטריאַציע־ און אַבסאָרבציע־ קאָמיסיע אַרומגערעדט די פֿראַגע וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איצט אומאָפּהענגיקע מלוכות. ווי עס ווערט דערקלערט, וועלן אין משך פֿון די קומענדיקע 30 יאָר אונטערגיין דאָרט די לעצטע ייִדישע קהילות. און געשען וועט עס נישט ווײַל די ייִדן, וואָס וווינען נאָך דאָרט, וועלן זיך בשלום אַריבערפּעקלען קיין מדינת־ישׂראל, נאָר פֿאַרקערט — זיי וועלן זיך אָדער אין גאַנצן צעשמעלצן צווישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, אָדער אַוועקפֿאָרן אין אַנדערע לענדער. אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" האָט י. וואַרשאַווסקי (אונטער דעם פּסעוודאָנים האָט יצחק באַשעוויס געשריבן זײַנע אַרטיקלען), אַנאַליזירנדיק דעם מצבֿ פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿאַראויסגעזאָגט אים אַ ביטערן סוף. די הויפּט־סיבה דערפֿון האָט דער מחבר געזען אין דעם, וואָס דער ייִנגערער דור רעדט הײַנט נישט קיין ייִדיש, און אַז מע רעדט נישט די שפּראַך, וועלן די דיאַלאָגן פֿון דער בינע קלינגען פֿאַלש, נישט נאַטירלעך. פֿאַר אַמעריקע, האָט ער באַטאָנט, איז נאַטירלעכער צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש. אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס. די לעצטע פּאָר יאָר האָבן מיר געוווּסט, אַז ברוס אַדלער לײַדט פֿון אַן אומהיילבאַרער חולאַת און מיט יעדן יאָר האָט ער אויסגעזען ווי אַ שאָטן פֿון יענעם לעבעדיקן, לוסטיקן אַקטיאָר, וועלכער איז נישט נאָר געווען אַ פֿאַרווײַלער, נאָר ממש אַן אויפֿברויז פֿון אַ פֿילפֿאַכיקן טאַלאַנט, מיט זײַן זינגען און טאַנצן. ער האָט פֿאַרכּישופֿט דעם עולם צושויער, וואָס איז אַרויס פֿון טעאַטער זינגענדיק און טאַנצנדיק, און דער עיקר — גוט־געשטימט. ער אַליין איז געווען אַ גוטמוטיקער, ליבער און איידעלער מענטש, אַ צוגעלאָזטער, גוט־ברודעריש און אַ נאַשבראַט. דער אָדעסער דיכטער באָריס כערסאָנסקי איז לעצטנס געוואָרן איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פֿיגורן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “פֿערטער כוואַליע" צווישן דער רוסישער עמיגראַציע. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע כוואַליעס, האָבן די דאָזיקע “עמיגראַנטן" ניט פֿאַרלאָזט זייערע וווין־ערטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין אויסלאַנד נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די פֿריש־אומאָפּהענגיקע מלוכות האָבן זיך מיט ברען גענומען צו בויען זייערע אייגענע נאַציאָנאַלע קולטורן. אַזוי ווי רוסלאַנד האָט אין די 1990ער ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אָט די קולטורעלע תּפֿוצות אירע, האָבן זיך די רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, באַלטישע לענדער און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געפֿילט פֿאַרלאָזט און פֿאַריתומט. די ערשטע פֿיר חלקים פֿונעם חומש האָט משה רבינו באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן; דעם לעצטן חלק, דבֿרים, האָט משה פֿאַרשריבן אַליין, ברוח-הקודש און מיט דער הסכּמה פֿונעם באַשעפֿער — דערפֿאַר ווערט עס אָנגערופֿן "משנה-תּורה" — "איבערחזרונג" פֿון דער תּורה. אַזוי ווי די גאַנצע תּורה, קומט דבֿרים אויך פֿונעם אייבערשטן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. דערפֿאַר קען די הײַנטיקע פּרשה באַטראַכט ווערן ווי די לעצטע אינעם ערשטן און גרעסטן "בלאָק" פֿונעם חומש. מע קען ניט זאָגן, אַז דער ענין פֿון דזשוליוס און עטל ראָזענבערג איז כאָטש אויף אַ ווײַלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער אין דער לעצטער צײַט ווערט עס באַזונדערס אַקטיוו באַהאַנדלט אין דער מעדיאַ. אין האַרבסט 2007 האָט מען די ראָזענבערגס דערמאָנט, ווען ס׳איז געשטאָרבן אַלעקסאַנדר פֿעקליסאָוו, דער סאָוועטישער אויסשפּירער, וואָס האָט געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צום גנבֿענען מיליטערישע סודות. אַרום דער זעלבער צײַט, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַלוינען מיטן העכסטן טיטל, "העלד פֿון רוסלאַנד", דעם ניט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם סאָוועטישן (אָבער אַמעריקאַנער-געבוירענעם) אויסשפּירער דזשאָרזש קאָוואַל. ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). דעם 17טן אויגוסט וועט אין ירושלים זיך עפֿענען אַ נײַער מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. אַלע אונטערנעמונגען און בילדונג-פּראָגראַמען אינעם מוזיי וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף אַן עגאַליטאַרן אופֿן, דערמעגלעכנדיק מענער און פֿרויען, ייִדן און ניט-ייִדן, צו באַקענען זיך מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע אויף אַן אויטענטישן אופֿן. אַ 30־יאָריקער ייִדישער בחור ברענגט אַהיים זײַן מיידל, זי זאָל זיך באַקענען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. די עלטערן זענען שטאַרק אַנטוישט, וואָס זי איז נישט קיין ייִדישע, אָבער זיי שווײַגן, ווײַל זיי זעען, אַז זי איז אַ סימפּאַטישע, אַ קלוגע, און אַז זייער זון האָט זי ליב. אַ קורצער מיטל־יאָריקער מאַן הערט תּמיד ווי זײַנער אַ מיטאַרבעטער לאַכט אויס זײַן וווּקס. זײַנע קאָמענטאַרן שטעכן אים, אָבער ער מאַכט זיך נישט־וויסנדיק. דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. טײַערע חזנטע, איך בין קיין מאָל נישט געווען קיין קלוגע. אין שול האָב איך תּמיד שווער געהאָרעוועט, כּדי צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. עס קומט מיר אָן שווער צו פֿאַרשטיין פּאָליטיק און איך דאַרף איבערלייענען אַ מאַפּע עטלעכע מאָל, כּדי צו פֿאַרשטיין, אין וועלכער ריכטונג איך זאָל פֿאָרן. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ נײַע שטעלע ווי די סעקרעטאַרין בײַ אַ דאָקטער, און יעדן טאָג זיץ איך ווי אויף שפּילקעס. איך האָב מורא, אַז איך וועל מאַכן אַ טעות און אָט־אָט וועט מען זיך כאַפּן, אַז איך טויג נישט. |