בײַ אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די סאָוועטישע ייִדן, באַגריסט מען דעם סאָוועטיש־ייִדישן דיסידענט, יוסף מענדעלעוויטש (לינקס), ניו־יאָרק, 1977 |
Forward Association |
אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס.
איינע פֿון סטאַלינס מעשׂים, מיט וועלכער כרושטשאָוו איז, ווײַזט אויס, נישט געווען אין גאַנצן מסכּים, איז געווען דער באַשלוס צו פֿאַרווערן די עמיגראַציע פֿון ייִדן קיין ישׂראל נאָכן אַנטשטייען פֿון אַ מדינה.
די אַלגעמיינע מיינונג איז, אַז יאָסיף סטאַלין, וועלכער האָט געהערשט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צווישן די יאָרן 1929—1953, איז געווען אַן אַנטיסעמיט. ער האָט טאַקע פּרובירט לייזן די ייִדישע פּראָבלעם מיטן שאַפֿן אַ ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט אין ביראָבידזשאַן, אָבער ער האָט אויסגעקליבן דעם דאָזיקן פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל צוליב זײַנע אַנטיסעמיטישע געפֿילן. אמת, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן. עס איז נישט געווען קיין אידעאַלער פּלאַץ, ווײַל אַ סך פֿון זיי זענען באַלד פֿאַרשיקט געוואָרן אויף צוואַנג־אַרבעט, אָבער די טויערן פֿון אַנדערע לענדער האָבן זיך אין גאַנצן פֿאַרמאַכט פֿאַר די ייִדן.
אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סטאַלין אויסגעפֿירט צוויי בלוטיקע אַנטיסעמיטישע אַקציעס. אין יאָר 1948, האָט ער דערמאָרדעט אין אַ פֿאַבריצירטן אויטאָ־אַקצידענט דעם באַוווּסטן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טוער שלמה מיכאָעלס, וואָס איז געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט; ווי אויך אַנדערע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט, וועמען די מאַכט האָט באַטראַכט ווי "בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן" און "אַגענטן פֿון אימפּעריאַליזם", צוליב זייערע פֿאַרבינדונגען מיט די קולטור־טוער אין די מערבֿ־לענדער.
אין יאָר 1953 איז פֿאָרגעקומען דער בלוט־בילבול קעגן די ייִדישע דאָקטוירים, וואָס מ׳האָט זיי באַשולדיקט אין וועלן פֿאַרסמען די פֿירערשאַפֿט פֿון לאַנד. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט סטאַלינס שטיצע בשעתן שאַפֿן די ייִדישע מדינה, דערמעגלעכט, אַז דער חלוקה־פּלאַן פֿון פּאַלעסטינע זאָל אָנגענומען ווערן אין דער "יו־ען". אַז די מדינה איז שוין אַנטשטאַנען, האָט סטאַלין זיך דערשראָקן פֿאַר אַן אויפֿברויז פֿון ייִדישן פּאַטריאָטיזם אין לאַנד און האָט פֿאַרווערט די ייִדישע עמיגראַציע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ערשט נאָך זײַן טויט, בעתן 20סטן קאָמוניסטישן קאָנגרעס זענען באַקאַנט געוואָרן אויף דער וועלט די רדיפֿות אויף די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דעמאָלט איז אַרויס פֿון איר פֿאַרשפּאַרטקייט דער טראַגישער מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און עס האָט זיך דערהערט פֿון אַמעריקע דער גלאָבאַלער רוף — "לאָז מײַן פֿאָלק אַרויס!"
אָנדערטהאַלבן יאָר נאָכן קאָנגרעס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דעם 2טן אויגוסט 1957, האָט כרושטשאָוו דערקלערט אין מאָסקווע, אַז עס וועט קומען אַ טאָג און יעדער ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועט קענען, אויב ער וויל, עמיגרירן קיין ישׂראל. אָבער ווען לעאָניד ברעזשניעוו האָט איבערגענומען די מאַכט, נאָך כרושטשאָוון, אין יאָר 1964 און געהערשט ביזן יאָר 1982, איז די צאָל ייִדן וואָס האָבן עמיגרירט אין גאַנצן אַראָפּ.
אין 1969 האָט די פּרעמיער־מיניסטאָרין, גאָלדע מאיר, אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער כּנסת און דער געזעלשאַפֿטלעכער מיינונג אויף דער וועלט אַ פֿאָדערונג פֿון 18 ייִדישע פֿאַמיליעס אין גרוזיע צו דער סאָוועטישער רעגירונג מע זאָל זיי דערלויבן צו עמיגרירן קיין ישׂראל. די ייִדן האָבן געשיקט די פֿאָדערונג אין יאָר 1966 און געשריבן: "יעדער איינער פֿון אונדז האָט שוין פֿאַרקויפֿט זײַן פֿאַרמעגן און זיך באַפֿרײַט פֿון זײַן אַרבעט. אָבער עס זענען שוין פֿאַרבײַ חדשים און יאָרן, און מיר האָבן נאָך אַלץ נישט באַקומען קיין דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן. מיר וועלן ווײַטער וואַרטן חדשים און יאָרן, און אויב נייטיק — דאָס גאַנצע לעבן, אָבער אונדזער גלויבן און האָפֿענונג זיך צו באַזעצן אין ארץ־ישׂראל וועלן מיר נישט אָפּגעבן. מיר פֿאַרלאַנגען דאָך נישט קיין סך — מע זאָל אונדז לאָזן אַרויספֿאָרן אין לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות".
די פּובליקאַציע פֿון דער דאָזיקער פֿאָדערונג איז געווען אַ באַווײַז, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט באַשלאָסן פֿאַרלאָזן איר שטילע דיפּלאָמאַטישע פּאָליטיק אַנטקעגן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וואָס שייך דער עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן, און אָנהייבן אַן עפֿנטלעכן אַקטיוון קאַמפּיין.
דעם 2טן אויגוסט 1972, האָט די סאָוועטישע מאַכט פּובליקירט דעם פֿאַרלאַנג, אַז יעדער ייִד מיט הויכער בילדונג דאַרף באַצאָלן דער סאָוועטישער רעגירונג אויסקויף־געלט צווישן 4,000 און 20,000 רובל פֿאַר דער אַרויספֿאָר־דערלויבעניש.
אין יאָר 1985 איז מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו געוואָרן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און פֿון יאָר 1990 — דער פּרעזידענט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (און געהערשט ביזן יאָר 1991). אין יאָר 1988, 40 יאָר נאָך סטאַלינס פֿאַרבאָט, די ייִדן זאָלן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל, האָט גאָרבאַטשאָוו אַנולירט די שטרויכלונגען פֿאַר עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן קיין ישׂראל.
אין פֿאַרלויף פֿון די דאָזיקע 40 יאָר איז פֿאָרגעקומען צווישן די סאָוועטישע ייִדן אַ נאַציאָנאַלע אויפֿוואַכונג און עס האָט זיך אַנטוויקלט אַ שווערער קאַמף פֿאַרן רעכט פֿון די סאָוועטישע ייִדן צו עמיגרירן. ווי יעדע נאַציאָנאַלער אויפֿברויז, האָט אויך די ייִדישע אויפֿוואַכונג געבראַכט צו נעגאַטיווע און פּאָזיטיווע רעזולטאַטן.
צו די נעגאַטיווע פֿאַקטאָרן געהערן: דער מלוכה־אַנטיסעמיטיזם און דער שטייגערישער אַנטיסעמיטיזם; דאָס געפֿיל פֿון פּאָליטישער און עקאָנאָמישער פֿרעמדקייט פֿון די ייִדן, און די שטאַרקונג פֿון רוסישן שאָוויניזם.
צו די פּאָזיטיווע פֿאַקטאָרן געהערן: צוזאַמענטרעפֿן מיט ייִדן פֿון ישׂראל און אַנדערע לענדער; דאָס געפֿיל פֿון נאָנטקייט מיט די דאָזיקע ייִדן; אַ ייִדישע קולטורעלע און רעליגיעזע טעטיקייט, און די טעטיקייט פֿון ישׂראל פֿאַר די רעכט פֿון סאָוועטישע ייִדן צו עמיגרירן קיין ישׂראל.
דער קאַמף פֿאַר די רעכט פֿון די סאָוועטישע ייִדן צו עמיגרירן קיין ישׂראל האָט זיך בעיקר געשטאַרקט נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה.
נתן שטשאַראַנסקי, דער אַמבעסטן באַקאַנטער "רעפֿוזניק", וואָס איז געווען באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש און פֿאַרראַט, און פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 13, איז אין יאָר 1986, נאָכן אָפּזיצן 7 יאָר טורמע, באַפֿרײַט און אויסגעטוישט געוואָרן אויף 5 סאָוועטישע שפּיאָנען. ער שרײַבט אין זײַנע זכרונות, אַז "די זעקס־טאָגיקע מלחמה האָט געמאַכט אויף מיר, ווי אויף ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדן, אַן אומפֿאַרגעסלעכן אײַנדרוק, ווײַל צוזאַמען מיטן קאַמף פֿאַר איר עקזיסטענץ, האָט ישׂראל אויך פֿאַרטיידיקט אונדזער כּבֿוד. בײַם אָנהייב, ווען די פֿאַרניכטונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט אויסגעזען כּמעט אַ זיכערע, האָבן די סאָוועטישע אַנטיסעמיטן געפֿײַערט; אָבער אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָבן זיך אַפֿילו די אַנטי־ייִדישע וויצן גענומען ענדערן, און אין גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נישט געקוקט אויף דער אַראַבישער פּראָפּאַגאַנדע, האָסטו געקאָנט פֿילן כּבֿוד און אָפּשאַצונג פֿאַר ישׂראל און פֿאַר די ייִדן, באַגלייט אַפֿילו מיט קינאה".
די ייִדן, ספּעציעל די יוגנט, האָבן אָנגעהויבן — ממש ריזיקירנדיק מיט זייערע לעבנס — צו פֿאַרלאַנגען זייער רעכט צו פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און עולה זײַן קיין ישׂראל. דער פֿאַרלאַנג איז געווען זיך צו פֿאַראייניקן מיט זייערע משפּחות און ווי רעפּאַטריאַנטן זיך אומצוקערן אין זייער נאַציאָנאַלער היסטאָרישער היים.
עס ווערט אָפֿט באַטאָנט, אַז דאָס אויפֿשטעלן די ייִדישע מדינה האָט געהעכערט, מיט צענדליקער מעטער, די הייך פֿון יעדן ייִדן אויף דער גאָרער וועלט. די ייִדישע יוגנט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס איז געוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אָן אַ ייִדישער דערציִונג — טראַדיציאָנעלער אָדער נאַציאָנאַלער — האָט אַרויסגעוויזן קאָלאָסאַלע דרייסטקייט.
אין דעצעמבער 1970, איז לויט דער איניציאַטיוו פֿון גאָלדע מאיר, געשאַפֿן געוואָרן "דער געזעלשאַפֿטלעכער ראַט פֿאַר די ייִדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד", בראָש מיטן פּרעזידענט פֿון דעם ירושלימער אוניווערסיטעט, אַבֿרהם האָרמאַן.
אין פֿעברואַר 1971, איז אין בריסל, בעלגיע, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישער עמיגראַציע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין ישׂראל. עס האָבן זיך באַטייליקט אויף דער קאָנפֿערענץ 760 דעלעגאַטן פֿון 38 לענדער, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט אַלע וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אויף דער וועלט.
אָט די דאָזיקע דרייסטקייט און די אַקטיוויטעטן פֿון די ישׂראל־פֿאָרשטייער אויף אַלע קאָנטינענטן, אין דער "יו־ען" און אין אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרומס, ווי אויך די אַקטיוויטעטן פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אינטעלעקטואַלן פֿון אַלע פֿעלקער, פּאַרלאַמענטן — דאָס אַלץ האָט געשטופּט די סאָוועטישע מאַכט צו אַ פּאָזיציע פֿון זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג און פֿאַרענטפֿערונג.
ענדלעך, נישט געקוקט אויפֿן דרוק פֿון די אַראַבער, האָט מאָסקווע אָנגעהויבן אַנטקעגנצוקומען דעם וועלטלעכן רוף צו לאָזן די ייִדן אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. מיטן צעפֿאַלן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דעם 25סטן דעצעמבער 1991, האָבן אַ מיליאָן רוסישע ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל.