פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַ אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די סאָוועטישע ייִדן, באַגריסט מען דעם סאָוועטיש־ייִדישן דיסידענט, יוסף מענדעלעוויטש (לינקס), ניו־יאָרק, 1977
בײַ אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די סאָוועטישע ייִדן, באַגריסט מען דעם סאָוועטיש־ייִדישן דיסידענט, יוסף מענדעלעוויטש (לינקס), ניו־יאָרק, 1977
Forward Association

אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָ­ווע­טישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעב­רואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקי­טאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעק­רעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגע­הויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס.

איינע פֿון סטאַלינס מעשׂים, מיט וועל­כער כרושטשאָוו איז, ווײַזט אויס, נישט גע­ווען אין גאַנצן מסכּים, איז געווען דער באַ­שלוס צו פֿאַרווערן די עמיגראַציע פֿון ייִדן קיין ישׂראל נאָכן אַנטשטייען פֿון אַ מדינה.

די אַלגעמיינע מיינונג איז, אַז יאָסיף סטאַלין, וועלכער האָט געהערשט אין סאָ­וועטן־פֿאַרבאַנד צווישן די יאָרן 1929—1953, איז געווען אַן אַנטיסעמיט. ער האָט טאַקע פּרו­בירט לייזן די ייִדישע פּראָבלעם מיטן שאַפֿן אַ ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט אין ביראָבידזשאַן, אָבער ער האָט אויסגעקליבן דעם דאָזיקן פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל צוליב זײַנע אַנטיסעמיטישע געפֿילן. אמת, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן. עס איז נישט געווען קיין אידעאַלער פּלאַץ, ווײַל אַ סך פֿון זיי זענען באַלד פֿאַר­שיקט געוואָרן אויף צוואַנג־אַרבעט, אָבער די טויערן פֿון אַנדערע לענדער האָבן זיך אין גאַנצן פֿאַרמאַכט פֿאַר די ייִדן.

אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סטאַלין אויסגעפֿירט צוויי בלוטיקע אַנטיסעמיטישע אַקציעס. אין יאָר 1948, האָט ער דערמאָרדעט אין אַ פֿאַ­ברי­צירטן אויטאָ־אַקצידענט דעם באַוווּסטן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טו­ער שלמה מיכאָעלס, וואָס איז געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמי­טעט; ווי אויך אַנדערע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט, וועמען די מאַכט האָט באַ­טראַכט ווי "בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן" און "אַגענטן פֿון אימפּעריאַליזם", צוליב זייערע פֿאַרבינדונגען מיט די קולטור־טוער אין די מערבֿ־לענדער.

אין יאָר 1953 איז פֿאָרגעקומען דער בלוט־בילבול קעגן די ייִדישע דאָקטוירים, וואָס מ׳האָט זיי באַשולדיקט אין וועלן פֿאַרס­מען די פֿירערשאַפֿט פֿון לאַנד. פֿון דער אַנ­דע­רער זײַט, האָט סטאַלינס שטיצע בשעתן שאַפֿן די ייִדישע מדינה, דערמעגלעכט, אַז דער חלוקה־פּלאַן פֿון פּאַלעסטינע זאָל אָנ­גע­נומען ווערן אין דער "יו־ען". אַז די מדינה איז שוין אַנטשטאַנען, האָט סטאַלין זיך דער­שראָקן פֿאַר אַן אויפֿברויז פֿון ייִדישן פּאַטריאָטיזם אין לאַנד און האָט פֿאַרווערט די ייִדישע עמיגראַציע פֿון סאָוועטן־פֿאַר­באַנד.

ערשט נאָך זײַן טויט, בעתן 20סטן קאָ­מוניסטישן קאָנגרעס זענען באַקאַנט גע­וואָרן אויף דער וועלט די רדיפֿות אויף די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דעמאָלט איז אַרויס פֿון איר פֿאַרשפּאַרטקייט דער טראַ­גישער מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקע­רונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און עס האָט זיך דערהערט פֿון אַמעריקע דער גלאָבאַלער רוף — "לאָז מײַן פֿאָלק אַרויס!"

אָנדערטהאַלבן יאָר נאָכן קאָנגרעס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דעם 2טן אויגוסט 1957, האָט כרושטשאָוו דערקלערט אין מאָסקווע, אַז עס וועט קומען אַ טאָג און יעדער ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועט קענען, אויב ער וויל, עמיגרירן קיין ישׂראל. אָבער ווען לעאָניד ברעזש­ניעוו האָט איבערגענומען די מאַכט, נאָך כרו­שטשאָוון, אין יאָר 1964 און געהערשט ביזן יאָר 1982, איז די צאָל ייִדן וואָס האָבן עמיגרירט אין גאַנצן אַראָפּ.

אין 1969 האָט די פּרעמיער־מיניסטאָ­רין, גאָלדע מאיר, אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער כּנסת און דער געזעלשאַפֿטלעכער מיי­נונג אויף דער וועלט אַ פֿאָדערונג פֿון 18 ייִדישע פֿאַ­מי­ליעס אין גרוזיע צו דער סאָוועטישער רע­גירונג מע זאָל זיי דער­לויבן צו עמיגרירן קיין ישׂראל. די ייִדן האָבן געשיקט די פֿאָ­דערונג אין יאָר 1966 און געשריבן: "יעדער איינער פֿון אונדז האָט שוין פֿאַרקויפֿט זײַן פֿאַרמעגן און זיך באַפֿרײַט פֿון זײַן אַר­בעט. אָבער עס זענען שוין פֿאַרבײַ חדשים און יאָרן, און מיר האָבן נאָך אַלץ נישט באַקו­מען קיין דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן. מיר וועלן ווײַטער וואַרטן חדשים און יאָרן, און אויב נייטיק — דאָס גאַנצע לעבן, אָבער אונדזער גלויבן און האָפֿענונג זיך צו באַזעצן אין ארץ־ישׂראל וועלן מיר נישט אָפּגעבן. מיר פֿאַרלאַנגען דאָך נישט קיין סך — מע זאָל אונדז לאָזן אַרויספֿאָרן אין לאַנד פֿון אונ­דזערע אָבֿות".

די פּובליקאַציע פֿון דער דאָזיקער פֿאָ­דערונג איז געווען אַ באַווײַז, אַז די ישׂראל­דיקע רעגירונג האָט באַשלאָסן פֿאַרלאָזן איר שטילע דיפּלאָמאַטישע פּאָליטיק אַנט­קעגן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וואָס שייך דער עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן, און אָנהייבן אַן עפֿנטלעכן אַקטיוון קאַמפּיין.

דעם 2טן אויגוסט 1972, האָט די סאָ­וועטישע מאַכט פּובליקירט דעם פֿאַרלאַנג, אַז יעדער ייִד מיט הויכער בילדונג דאַרף באַצאָלן דער סאָוועטישער רעגירונג אויס­קויף־געלט צווישן 4,000 און 20,000 רובל פֿאַר דער אַרויספֿאָר־דערלויבעניש.

אין יאָר 1985 איז מיכאַיִל גאָרבאַ­טשאָוו געוואָרן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און פֿון יאָר 1990 — דער פּרעזידענט פֿון סאָוועטן־פֿאַר­באַנד (און געהערשט ביזן יאָר 1991). אין יאָר 1988, 40 יאָר נאָך סטאַלינס פֿאַרבאָט, די ייִדן זאָלן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל, האָט גאָרבאַ­טשאָוו אַנולירט די שטרויכלונגען פֿאַר עמיגראַ­ציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן קיין ישׂראל.

אין פֿאַרלויף פֿון די דאָזיקע 40 יאָר איז פֿאָרגעקומען צווישן די סאָוועטישע ייִדן אַ נאַציאָנאַלע אויפֿוואַכונג און עס האָט זיך אַנטוויקלט אַ שווערער קאַמף פֿאַרן רעכט פֿון די סאָוועטישע ייִדן צו עמיגרירן. ווי יעדע נאַציאָנאַלער אויפֿברויז, האָט אויך די ייִדישע אויפֿוואַכונג געבראַכט צו נעגאַטי­ווע און פּאָזיטיווע רעזולטאַטן.

צו די נעגאַטיווע פֿאַקטאָרן געהערן: דער מלוכה־אַנטיסעמיטיזם און דער שטיי­גערישער אַנטיסעמיטיזם; דאָס געפֿיל פֿון פּאָליטישער און עקאָנאָמישער פֿרעמדקייט פֿון די ייִדן, און די שטאַרקונג פֿון רוסישן שאָוויניזם.

צו די פּאָזיטיווע פֿאַקטאָרן געהערן: צו­זאַ­מענטרעפֿן מיט ייִדן פֿון ישׂראל און אַנ­דערע לענדער; דאָס געפֿיל פֿון נאָנט­קייט מיט די דאָזיקע ייִדן; אַ ייִדישע קולטורע­לע און רע­ליגיעזע טעטיקייט, און די טעטי­קייט פֿון ישׂראל פֿאַר די רעכט פֿון סאָוועטי­שע ייִדן צו עמיגרירן קיין ישׂראל.

דער קאַמף פֿאַר די רעכט פֿון די סאָווע­טישע ייִדן צו עמיגרירן קיין ישׂראל האָט זיך בעיקר געשטאַרקט נאָך דער זעקס־­טאָ­גי­קער מלחמה.

נתן שטשאַראַנסקי, דער אַמבעסטן באַ­קאַנטער "רעפֿוזניק", וואָס איז געווען באַ­שולדיקט אין שפּיאָנאַזש און פֿאַרראַט, און פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 13, איז אין יאָר 1986, נאָכן אָפּזיצן 7 יאָר טורמע, באַפֿ­רײַט און אויסגעטוישט געוואָרן אויף 5 סאָוועטישע שפּיאָנען. ער שרײַבט אין זײַנע זכרונות, אַז "די זעקס־טאָגיקע מלחמה האָט געמאַכט אויף מיר, ווי אויף ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדן, אַן אומפֿאַרגעסלעכן אײַנ­דרוק, ווײַל צוזאַמען מיטן קאַמף פֿאַר איר עקזיסטענץ, האָט ישׂראל אויך פֿאַר­טיי­דיקט אונדזער כּבֿוד. בײַם אָנהייב, ווען די פֿאַרניכטונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט אויס­געזען כּמעט אַ זיכערע, האָבן די סאָוועטי­שע אַנטיסעמיטן געפֿײַערט; אָבער אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָבן זיך אַפֿילו די אַנטי־ייִדישע וויצן גענומען ענדערן, און אין גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נישט געקוקט אויף דער אַראַבישער פּראָ­פּאַגאַנדע, האָסטו געקאָנט פֿילן כּבֿוד און אָפּשאַצונג פֿאַר ישׂראל און פֿאַר די ייִדן, באַגלייט אַפֿילו מיט קינאה".

די ייִדן, ספּעציעל די יוגנט, האָבן אָנ­געהויבן — ממש ריזיקירנדיק מיט זייערע לעבנס — צו פֿאַרלאַנגען זייער רעכט צו פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און עולה זײַן קיין ישׂראל. דער פֿאַרלאַנג איז געווען זיך צו פֿאַראייניקן מיט זייערע משפּחות און ווי רעפּאַטריאַנטן זיך אומצוקערן אין זייער נאַציאָנאַלער היסטאָרישער היים.

עס ווערט אָפֿט באַטאָנט, אַז דאָס אויפֿ­שטעלן די ייִדישע מדינה האָט געהעכערט, מיט צענדליקער מעטער, די הייך פֿון יעדן ייִדן אויף דער גאָרער וועלט. די ייִדישע יוגנט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס איז גע­וואַקסן און דערצויגן געוואָרן אָן אַ ייִדישער דערציִונג — טראַדיציאָנעלער אָדער נאַ­ציאָנאַ­לער — האָט אַרויסגעוויזן קאָ­לאָ­סאַ­לע דרייסט­קייט.

אין דעצעמבער 1970, איז לויט דער איני­ציאַטיוו פֿון גאָלדע מאיר, געשאַפֿן גע­וואָרן "דער געזעלשאַפֿטלעכער ראַט פֿאַר די ייִדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד", בראָש מיטן פּרעזידענט פֿון דעם ירושלימער אוניווער­סיטעט, אַבֿרהם האָרמאַן.

אין פֿעברואַר 1971, איז אין בריסל, בעלגיע, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָ­נאַ­לע קאָנ­פֿערענץ פֿאַר ייִדישער עמיגראַציע פֿון סאָ­וועטן־פֿאַרבאַנד קיין ישׂראל. עס האָבן זיך באַ­טייליקט אויף דער קאָנפֿערענץ 760 דע­לע­גאַטן פֿון 38 לענדער, וואָס האָבן רע­פּרעזענטירט אַלע וויכטיקסטע ייִדישע קהי­לות אויף דער וועלט.

אָט די דאָזיקע דרייסטקייט און די אַק­טיוויטעטן פֿון די ישׂראל־פֿאָרשטייער אויף אַלע קאָנטינענטן, אין דער "יו־ען" און אין אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרומס, ווי אויך די אַקטיוויטעטן פֿון די ייִדישע אָר­גאַניזאַציעס, אינטעלעקטואַלן פֿון אַלע פֿעל­קער, פּאַרלאַמענטן — דאָס אַלץ האָט געש­טופּט די סאָוועטישע מאַכט צו אַ פּאָ­זי­ציע פֿון זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג און פֿאַר­ענטפֿערונג.

ענדלעך, נישט געקוקט אויפֿן דרוק פֿון די אַראַבער, האָט מאָסקווע אָנגעהויבן אַנט­קעגנצוקומען דעם וועלטלעכן רוף צו לאָזן די ייִדן אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. מיטן צעפֿאַלן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דעם 25סטן דעצעמבער 1991, האָבן אַ מיליאָן רוסישע ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל.