- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. ווי באַקאַנט, איז אין ישׂראל, בשעת מע פּראַוועט דעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט, פֿאַרשפּרייט דער מינהג אַרויסצופֿאָרן אין די פּאַרקן און צו בראָטן דאָרט פֿלייש. די זעלבע טראַדיציע איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק, וווּ אין "בי. בי. קינג בלוז באַר און גריל", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט, אויף "טײַמס־סקווער", ווערט עס געטאָן שוין דאָס נײַנטע יאָר. פֿון דעם איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער בעל-הבית פֿון דעם דאָזיקן "נאַכט-קלוב" איז אַליין אַן ישׂראלי. אַרום צוועלף הונדערט מענטשן האָבן דעם 25סטן אַפּריל זיך צונויפֿגעזאַמלט אויף דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע "דור חדש" (דער נײַער דור) בשותּפֿות מיט נאָך אַ 100 אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. די הויפּט־מענטשלעכע רעסורסן פֿאַר אַזאַ מין שׂימחה קומען פֿון צוויי גרופּעס: געוועזענע ישׂראלים און די זין און טעכטער פֿון געוועזענע ישׂראלים; ווי אויך פֿון די ייִדן וואָס גייען (אָדער זײַנען געגאַנגען) אין די ייִדישע טאָג-שולן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די צווייטע גרופּע באַצייכנט זיך כּלל-וכּלל נישט ווי אַ פּראָגרעסיווע, אָדער קאָנסערוואַטיווע, שוין גיכער — נוסח אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי; און זי האָט טאַקע דאָמינירט אין יענעם אָוונט. למשל, בײַם ערשטן טייל פֿונעם אָוונט, דעם יום-הזכּרון, האָט מען אָן אַן עק גלאָריפֿיצירט דעם מיליטערישן כּוח פֿון ישׂראל, אָן צו דערמאָנען אַפֿילו מיט איין איינציק וואָרט די ווערטן פֿון שלום און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער. "אונדזער ציל איז צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם צושטאַנד פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל. מיר פֿאָדערן אַ בײַטונג: גלײַכע רעכטן פֿאַר אַלע ישׂראלדיקע בירגער. מיר האָבן זייער ליב דאָס לאַנד, און מיר זאָרגן זייער פֿאַר דער מדינה, אָבער עס זענען דאָ אַ פּאָר אומגערעכטע זאַכן, וואָס מע דאַרף ענדערן." אָט די קלאָרע דיבורים, זאָגט מיר פּערזענלעך בידזשיי באַהאַראַני, אַ יונגע פֿרוי וואָס וווינט שוין איבער צען יאָר אין ניו-יאָרק, און וואָס איז איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סאָלידאַריטעט־אָוונט מיט די עטיאָפּישע ישׂראלים. דער אָוונט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַם הילל-קאָלומביע. דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע, וואָס איז כּולל דאָס אונטערשרײַבן פּעטיציעס און אָרגאַניזירן דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דעם ענין. הייסע דעמאָנסטראַציעס זענען עד-היום אין ישׂראל שוין פֿאָרגעקומען. דאָך, איז מען אין אַמעריקע, מער אָפּגעהיט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקערן פּראָטעסט־קול קעגן די עוולות אין ישׂראל. ליידער, האָבן זיך אויך דאָס מאָל געהערט אויפֿן פּאַנעל אַ סך "וואַסערדיקע רייד". עס מאַכן זיך אַזעלכע צונויפֿפֿאַלן: קודם-כּל, דעם 9טן נאָוועמבער איז אין ניו-יאָרק דורכגעפֿירט געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, איניציִיִרט דורך דער "אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". די קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעמערקט 20 יאָר זינט דער עפֿענונג פֿון די סאָוועטישע גרענעצן. דערמיט האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון קעמפֿן פֿאַר עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן. דער "אײַזערנער פֿאָרהאַנג" האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די ייִדן אין די תּפֿוצות. מע הערט כּסדר, ווי מענטשן זענען זיך מודה, אַז זיי האָבן טאָג-טעגלעך נאָכגעפֿאָלגט די נײַעס. דערווײַל איז מען נאָך נישט זיכער, וואָס ס’וועט געשען מיט דער באַוועגונג ווײַטער, און וואָס פֿאַר אַ מין השפּעה וועט זי האָבן אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל", חגי אלעד (לייענט: על-אַד). ער איז געקומען צו גאַסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו באַקומען דאָ דעם "2011 גרובער צדק פּריז", וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן זײַן אָרגאַניזאַציע ACRI. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF). די טרעפֿונג האָט חגי אלעד אָנגעהויבן פֿון שילדערן די שווערע אַטמאָספֿער אין ישׂראל פֿאַר די פּראָטעסטן, קודם־כּל, וואָס שייך דעם דעמאָקראַטישן סטאַטוס אין לאַנד. בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי". אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל. זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס. דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל. אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס. די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; ווי באַוווּסט, לעבט שוין מאָלדאָווע צוויי יאָר אָן אַ פּרעזידענט. צוליב דעם קריטישן מצבֿ אין לאַנד, איז אויפֿגעקומען אַ געפֿאַר, אַז אויך דער קומענדיקער פּאַרלאַמענט וועט נישט קאָנען דערוויילן דעם פּרעזידענט. האָבן די פֿירער פֿון דער איצטיקער מאַכט, אין שפּיץ מיטן צײַטווײַליקן פּרעזידענט און פּאַרלאַמענט־ספּיקער גימפּו, באַשלאָסן, אַז פֿאַר זיי וועט זײַן בעסער, אויב פֿון דער קאָנסטיטוציע וועט אַרויסגענומען ווערן דער פּונקט נומ׳ 78; דעמאָלט וואָלט דעם פּרעזידענט געקאָנט אויסוויילן נישט דער פּאַרלאַמענט, נאָר דאָס פֿאָלק. דערבײַ וואָלט די איצטיקע מאַכט פֿון דער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער אַליאַנץ נישט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן די ווענט פֿונעם פּאַרלאַמענט. איך מיין נישט דאָ צו פֿאַרגלײַכן די צוויי ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, וואָס יעדער איינער פֿון זיי איז פֿון אַן אַנדערן "שניט" און אויך פֿון אַן אַנדערן אָפּשניט אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; און אין דער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע פֿון דעם ישׂראלדיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אָבער ביידע האָבן זיי אַרויפֿגעלייגט זייער שטעמפּל אויף דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישקייט. משה דיין, ווי דער גיבור פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון פֿון דער יונגער מדינה, און דער פֿאָטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָנצעפּציע"; אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). |