פּאָליטיק
פֿון עדי מהלאל (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חגי אלעד, דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל",בשעתן באַזוך אין ניו-יאָרק, מיט אַריאלה סידעלסקי און הילית צוויק פֿון דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF)
חגי אלעד, דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל",
בשעתן באַזוך אין ניו-יאָרק, מיט אַריאלה סידעלסקי און הילית צוויק פֿון דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF)
Credit: Adi Mahalel

די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די ייִדן אין די תּפֿוצות. מע הערט כּסדר, ווי מענטשן זענען זיך מודה, אַז זיי האָבן טאָג-טעגלעך נאָכגעפֿאָלגט די נײַעס. דערווײַל איז מען נאָך נישט זיכער, וואָס ס’וועט געשען מיט דער באַוועגונג ווײַטער, און וואָס פֿאַר אַ מין השפּעה וועט זי האָבן אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל", חגי אלעד (לייענט: על-אַד). ער איז געקומען צו גאַסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו באַקומען דאָ דעם "2011 גרובער צדק פּריז", וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן זײַן אָרגאַניזאַציע ACRI. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF).

די טרעפֿונג האָט חגי אלעד אָנגעהויבן פֿון שילדערן די שווערע אַטמאָספֿער אין ישׂראל פֿאַר די פּראָטעסטן, קודם־כּל, וואָס שייך דעם דעמאָקראַטישן סטאַטוס אין לאַנד.

לעצטנס, בשעתן מאַכן אַ סדר אין מײַן דירה, האָב איך איבערגעקוקט די אַלטע צײַטונגען און געוואָרן ממש דערשיטערט: אַ געזעץ-פֿאָרלייג נאָכצופֿאָלגן די מענטשן-רעכט אָרגאַניזאַציעס; חסידים פֿון כּהנא רײַסן זיך כּמעט אַרײַן אין דעם העכסטן געריכט; דער אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן רופֿט אונדז "אונטערשטיצער פֿון טעראָר" — דאָס איז אַלץ אָנגעגאַנגען במשך פֿון אַ לענגערער צײַט. מיר האָבן דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז דער מצבֿ וועט זיך נישט פֿאַרבעסערן. ס’רובֿ אין דער כּנסת טראַכט דאָך אַזוי. נאָך מער, נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן דעם זומער, האָבן זיך די כּנסת-דעפּוטאַטן נישט געביטן. עס איז זייער אינטערעסאַנט וואָס עס דערוואַרט אונדז אין דער כּנסת אין ליכט פֿון די פּראָטעסטן. עס זענען פֿאַראַן סיבות צו זיין ענטוזיאַסטיש, אָבער אויך צו זיין אומרויִק און עס איז נישט כּדאַי צו שאַפֿן בײַ אונדז קיין אילוזיעס."

אלעד האָט ספּעציפֿיש דערמאָנט דעם "בויקאָט-געזעץ" וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דעם 12טן יולי, בלויז צוויי טעג פֿאַרן אָנהייב פֿון די פּראָטעסטן (די פּראָטעסט-באַוועגונג רופֿט זיך אַליין: "די באַוועגונג פֿון דעם 14טן יולי", אָדער J14 בלע״ז). דאָס דאָזיקע געזעץ דערמעגלעכט דער מדינה דורכצופֿירן סאַנקציעס כּלפּי די וואָס רופֿן בפֿומבי אויס אַרויפֿצולייגן אַ חרם אויף מדינת-ישׂראל. אלעד האַלט דאָס געזעץ ווי דער סאַמע עקסטרעמער בײַשפּיל פֿון דער אַנטי-דעמאָקראַטישער געזעץ-געבונג. "אָבער אויב פֿאַרן זומער האָט מען אונדז געפֿרעגט: "פֿון וואַנען שטאַמט אייער געלט?", באַקומען מיר איצטער סימפּאַטישע אָפּרופֿן פֿון מענטשן, ווי "נו, איר האָט געהאַט אַן אינטענסיוון זומער!".

איך ווייס נישט, וואָס ס’וועט זײַן נאָך די יום-טובֿים. פֿון איין זײַט, איז שווער צו גלייבן, אַז מע וועט צוריקגיין מיט דעם זעלבן דרך ווי אַמאָל, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן מען דערוואַרטן אַ נײַעם געזעץ, וואָס וועט באַגרענעצן די רעכט פֿון די אַראַבישע בירגער. (דער דאָזיקער געזעץ לייגט פֿאָר, למשל, אָפּצושאַפֿן דעם סטאַטוס פֿון אַראַביש אין לאַנד, ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך, צוזאַמען מיט העברעיִש און ענגליש — ע.מ.).

אלעד האָט דערציילט, ווי דער פֿאָקוס פֿון דער מעדיאַ האָט זיך איבערגעקערט דעם זומער. ווי אַ בײַשפּיל, ברענגט ער דעם פֿאַקט, אַז זיי זענען שוין צוויי יאָר אַ טייל פֿון "דער קאָאַליציע פֿאַר דערמעגלעכער וווינונג". דאָך, האָט קיין איין זשורנאַליסט נישט געוואָלט דערמאָנען וועגן דעם. און פּלוצעם איז עס געוואָרן די טאָג-טעגלעכע הויפּט־טעמע אין די נײַעס.

אונדזער קוקווינקל לגבי דעם פּראָטעסט איז, אַז נישט מיר זענען די איניציאַטאָרן פֿון דעם, אָבער מיר האָבן גענומען אויף זיך די פֿונקציע צו באַוואָפֿענען די מענטשן מיט פּאָליטישן וויסן אויף די טעמעס — סײַ אין די געצעלט-שטעטלעך און סײַ אויף דער אינטערנעץ. צוגעהאָלפֿן האָט אויך ישׂראלס אַרײַנטריט אין OECD (אַן אָרגאַניזאַציע פֿון די אַנטוויקלטע לענדער — ע.מ.) — מיט אַ מאָל האָט זיך אַנטפּלעקט דער פֿאַקט, אַז די מדינה געפֿינט זיך אויף דעם נישט-בכּבֿודיקן 28סטן אָרט, פֿון סך-הכּל 30 מדינות, וואָס שייך סאָציאַלע גלײַכהייט (די פֿאַראייניקטע שטאַטן — אויפֿן 29סטן אָרט). אין די דערציִונג־ און געזונט־אינוועסטיציעס שלאָגן זיי אַ רעקאָרד פֿון זייער אָפּגעשטאַנענקייט. אויך דער פּראָצענט ישׂראלים וואָס געפֿינען זיך אונטערן סטאַנדאַרט פֿון מינימאַלן לעבנס־ניוואָ שלאָגט אַלע רעקאָרדן.

אלעד באַטאָנט, אַז ס’איז קלאָר פֿון די פּראָטעסטן, אַז די שטרעבונג איז נישט צו מאַכן קיין קאָסמעטישע ענדערונגען, נאָר טיף און יסודותדיק בײַטן די ריכטונג. אין דעם זין האָט די רעגירונג נאָך ביז אַהער קיין ממשותדיקן פֿאָרשלאָג נישט געמאַכט. די פּראָטעסטירנדיקע פֿאָדערן "נישט קיין נעאָ-ליבעראַלישע עקאָנאָמיע, נאָר אַ מענטשלעכע, אַ גלײַכערע, וואָס זאָרגט נישט בלויז פֿאַר די פּראָפֿיטן פֿון די קאָרפּאָראַציעס."

איינער פֿון די באַטייליקטע אינעם אָוונט האָט דערציילט, אַז ער גייט די טעג כּסדר צו די פּראָטעסטירן אַנטקעגן "וואָלסטריט", און איז אַנטוישט פֿונעם פֿאַקט, אַז מע דערמאָנט דאָרט נישט ישׂראל, ווי מע דערמאָנט די פּראָטעסטן אין גריכנלאַנד און אין שפּאַניע. אויף דעם האָט אלעד געענטפֿערט:

ישׂראל, ליידער, איז הײַנט מער באַקאַנט ווי אַן "אָקופּאַנט". מע מוז אָבער אויך דערקלערן די מענטשן, אַז נאָך אַנדערע זאַכן קומען פֿאָר אין לאַנד. ס’איז אויך איראָניש, אַז די פּראָטעסטירנדיקע אין ניו-יאָרק דערמאָנען אפֿשר נישט ישׂראל, אָבער זיי באַניצן זיך אָפֿט מיטן וואָרט "אָקופּאַציע".