- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 2003, האָט שולמית קעניג געוווּנען דעם בכּבֿודיקן פּריז פֿון די פֿאַראייניקטע-פֿעלקער פֿאַר מענטשן-רעכט; אַ פּריז, וואָס מע טיילט צו יעדעס פֿינף יאָר זינט 1966, און זי איז בלויז איינע פֿון די סך-הכּל פֿינף אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אַמאָל באַקומען דעם פּריז. די אַנדערע אַמעריקאַנער אויף דער דאָזיקער רשימה הייסן: עלינאָר רוזוועלט, מאַרטין לוטער קינג, דזשימי קאַרטער, און דזשיימס גראַנט. אַן אַנדער געווינער איז נעלסאָן מאַנדעלאַ. איר נאָמען איז שולמית קעניג, און מיר האָבן זיך לעצטנס געטראָפֿן אין איר קליינער דירה אויף דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן צו שמועסן וועגן איר לעבן, אירע פּאָליטישע טעטיקייטן, איר קונסט און נאָך כּל-מיני פּיטשעווקעס. דער ערשטער אײַנדרוק וואָס עס שאַפֿט זיך בעת מע טרעט איבער די שוועל פֿון קעניגס דירהלע איז, ווי אָנגעלייגט זענען אירע אַלערליי חפֿצים, וועלכע דערציילן וועגן איר לעבנס-געשיכטע; ווי ס׳וואָלט זיך גערעדט נישט וועגן אַ פּריוואַטער דירה, נאָר אַ קונסט-גאַלעריע. מע קען דאָרט באַמערקן די קונסט-אָביעקטן וואָס זי און איר מאַן האָבן אי געזאַמלט דורך די יאָרן בעת זייערע רײַזעס איבער דער וועלט, פּראָטעזשירנדיק די ווערטן פֿון מענטשן-רעכט; אי די קונסט, וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן, למשל: סטאַטועס, געמאַכט פֿון אַלטע אינדוסטריעלע גראַוויר-מאַשינען וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרמאָגט. זי איז גרייט צו דערציילן, און הייבט אָן פֿון דעם, ווי אַזוי זי האָט פֿאַרלאָזט מדינת-ישׂראל צום ערשטן מאָל. וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין תּחת אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט "בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן" דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן "גאָר וויכטיקן פּאַנעל", אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש פֿון די פֿיס. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע "אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!" באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן "היימאַרקעט סקווער", און פֿאָדערן אַן אַכט שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ. אָבער דאָס איז נאָר מײַן פּערזענלעכע מיינונג... דעם אמת געזאָגט, רעדט זיך וועגן זייער אַ וויכטיקער אונטערנעמונג און דער סימן דערצו ליגט אין די גאָר אינטערעסאַנטע פּאַנעלן וואָס איך האָב באַזוכט און אין זיי זיך באַטייליקט. בײַם ערשטן פּאַנעל, אונטער דעם טיטל "ייִדישע אָפּקלאַנגען צום ראַסיזם נאָכן חורבן", דוד סלוצקי (מאָנאַש־אוניווערסיטעט), דן דזשיי. פּאַקעט (טרוי אוניווערסיטעט), און שירלי גילבערט (אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן) — האָבן באַהאַנדלט די טעמע אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע ערטער. איינער פֿון די הויפּט־קאָנפֿליקטן, וואָס האָט צעריסן די שטאָט ניו-יאָרק אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען דער סיכסוך צווישן די אײַנגעבוירענע און די אימיגראַנטן. די ערשטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון די אַזוי גערופֿענע "עכטע אַמעריקאַנער", דאָס הייסט, קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, האָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט אויסגעדריקט די מורא קעגן די מיליאָנען קאַטוילישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אין יענע יאָרן פֿאַרפֿלייצט די שטאָט. די "עכטע אַמעריקאַנער" זענען אַרויס מיט אַ שׂינאה-קאָמפּאַניע, וואָס האָט געפֿאָדערט צו מאַכן אַן עק צו דער אימיגראַציע. דער סיכסוך איז אויך געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם פֿילם "ניו-יאָרקער באַנדיטן" (2002), וואָס האָט זייער בולט רעקאָנסטרויִרט די געשעענישן און דעם אויסזען פֿון דער שטאָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט. איז ער צו מענטשנקינדער נאָר אַלס מענטש געקומען; קיין גאָט-געזאַלבטער, קיין באַלאָרבערטער פּאָעט, האָט ער — דער מאַן — אַ שפּראַך אָן בילדער און אָן בלומען, אַ מענטשנשפּראַך, אַ דענקער-לשון נאָר גערעדט, איינער פֿון זײַנע באַרימטסטע פּלאַקאַטן איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער לינקער באַוועגונג “שלום-עכשיו" (“שלום-איצט"). “שלום-עכשיו" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1978 מיט די צילן צו דערמוטיקן בעגינען אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט מצרים און זיך אַנטקעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים איבער דער “גרינער-ליניע". טאַרטאַקאָווער האָט צו דעם צוועק געשטעלט צוויי ווערטער, איינס לעבן דעם אַנדערן: דאָס וואָרט “שלום" אין אַ שוואַרצן קאָליר, באַניצנדיק דעם באַקאַנטן “אות-קאָרן"־שריפֿט; דער זעלבער שריפֿט וואָס ווערט געניצט אין די תּנ"ך-ספֿרים; און דאָס מער מאָדערנע וואָרט “עכשיו" — אין אַ רויטן קאָליר, מיטן טאָג-טעגלעכן און סעקולערן “חיים"־פֿאָנד. אַן אַנדער נוסח פֿון דעם זעלבן לאָגאָ האָט ער געשאַפֿן שפּעטער, צוגעבנדיק נאָך דרײַ ווערטער און זיי אַרײַנגעשטעלט צווישן די אַנדערע צוויי; דאָס מאָל אין אַ גרויען קאָליר: “לדבר שלום עם אש"פ עכשיו" (“צו רעדן שלום מיט דער פּאַלעסטינער פֿרײַהייט־אָרגאַניזאַציע איצט"). אין אַן אַנדער פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון די געשטאַלטן פֿון בעגין און סאַדאַט, האָט ער זיך “געשפּילט" מיטן טאָפּל־באַטײַט פֿונעם אויסדרוק “דרישת-שלום", וואָס מיינט, אויף עבֿרית סײַ “אַ גרוס" און סײַ “אַ שלום-פֿאָדערונג". אַן אַנדער באַרימטער פּלאַקאַט ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אין שוואַרץ-און-ווײַס פֿון אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט, וואָס גייט צו פֿוס אין אַ פּאַלעסטינער שטאָט און קוקט אַן עלטערער פּאַלעסטינער פֿרוי אין פּנים אַרײַן. אויף דער פֿרויס שוואַרצן מלבוש שטייט דאָס וואָרט “אמא" (“אַ מאַמע") אין אַ ווײַסן קאָליר; אַ וואָרט, וואָס איז בכּוח צו הומאַניזירן די פֿרוי אין די אויגן פֿון דעם סאָלדאַט. אָבער טאַרטאַקאָווער וויל ווײַזן ווי דעם סאָלדאַטס קוק איז מבֿזה די פֿרוי, און ער שטעלט דעם ערשטן ווײַסן אות “א" פֿון “אמא" כּלומרשט מחוץ דער פֿאָטאָגראַפֿיע אין אַ שוואַרצן פּאַס פֿון רעכטס. נו, מע לעבט מער נישט לויט דעם ביבלישן שׂכל פֿון "אָבֿות יאכלו בוסר ושיני הבנים תּקהינה" (די טאַטעס וועלן מער נישט עסן קיין נישט־צײַטיקע פֿרוכט, אַז דעם קינדערס ציין זאָלן קאַליע ווערן", אָדער לויטן ווערטל: "טאַטע-מאַמעס זינדיקן, און קינדער קומען אָפּ"). דער דאָזיקער כּלל האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרעלטערט, כאָטש אַזוי גלייבן מיר. דער ישׂראל-דײַטשישער דאָקומענטאַר "היטלערס קינדער" (Hitler’s Children בלע"ז), וואָס זײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 16טן נאָוועמבער, באַהאַנדלט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די אָפּשטאַמלינגען פֿון די העכסטע נאַצישע קאָמאַנדירן לעבן הײַנט מיטן עבֿר פֿון זייערע משפּחות. דער פֿילם באַשטייט פֿון לאַנגע אינטערוויוען אָדער, בעסער געזאָגט, מאָנאָלאָגן, מיט אַזעלכע פּאַרשוינען ווי רײַנער העס, דאָס אייניקל פֿון רודאָלף העס, דער קאָמענדאַנט פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ. רײַנער ווערט פֿילמירט בעתן פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן קיין אוישוויץ, און דאָרט רעדט ער מיט די ישׂראלדיקע תּלמידים און מיט אַ לעבן-געבליבענעם פֿון חורבן — אַזאַ מין סליחות-פֿעסטיוואַל. ( אַ ספּעציעלער אינטערוויו מיט עליק אלחנן, פֿון דער שיף "עסטעל" קיין עזה ) איין מאָל אַ טאָג דורך אַ סאַטעליט האָבן די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף "עסטעל" (Estelle), וואָס געפֿינט זיך די טעג ערגעץ וווּ אינעם מיטללענדישן ים אויפֿן וועג קיין עזה, אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ. אַזוי, דורכן דורכשרײַבן זיך, איז געפֿירט געוואָרן מײַן געשפּרעך מיט עליק אלחנן. עליק איז אַ שלום-אַקטיוויסט אין ישׂראל, און דערצו קען ער ייִדיש פֿון זײַנע ייִדיש־לימודים. האָבן מיר אויסגעניצט די דאָזיקע געלעגנהייט און געמאַכט דעם ספּעציעלן אינטערוויו. וואָס איז דער ציל פֿון אײַער מיסיע? וויפֿל מענטשן געפֿינען זיך אויף דער שיף? פֿון וואַנען קומען זיי? די מדינה פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ מדינה פֿון האַרן און שקלאַפֿן; פֿון אייגנטימער מיט פּריוואַטע עראָפּלאַנען, וואָס נעמען זיי וווּהין זיי ווילן, און פֿון די, וואָס האָבן נישט קיין געלט אויף אַן אויטאָבוס; אַ מדינה אַ מנוּוולטע, וואָס הייסט אונדז צו בלײַבן רויִק". די דאָזיקע ציטאַט איז גענומען געוואָרן פֿון אַ מאַניפֿעסט פֿון אַן אויסגעטראַכטער אַנאַרכיסטישער גרופּע אין ישׂראל, אין דעם פֿילם "השׁוטר" ("דער פּאָליציאַנט", 2011). אָט די גרופּע, אַ מין ישׂראלדיקע ווערסיע פֿון דער דײַטשישער באַדער-מיינהאָף באַנדע, פּלאַנירט איבערצוקערן דעם סדר-העולם דורכן פֿאַרכאַפּן דרײַ ישׂראלדיקע מיליאַרדערן און אַזוי צו געווינען די רעוואָלוציע. פֿון דער אַנדערער זײַט, שטייען די עליטישע פּאָליציי-כּוחות פֿון דער מלוכה, וואָס זייער אַרבעט איז אויפֿצוהאַלטן מיט כּוח דעם איצטיקן סאָציאַלן סדר. אַזוי שאַפֿט דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט נדבֿ לפּיד — דאָס איז זײַן ערשטע פֿולמעטראַזשיקע אַרבעט — דעם הויפּט קאָנפֿליקט אין זײַן פֿילם, וואָס די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל, דעם 12טן יולי 2011. צוויי טעג שפּעטער האָט דפֿני ליף אויפֿגעשטעלט איר געצעלט אין מיטן פֿון דער ראָטשילד-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ. קאָמיש איז, אַז בײַם אָנהייב האָט דער ישׂראלדיקער פֿילם־אַמט געוואָלט באַגרענעצן די עלטער פֿון די קוקער פֿון 18 און העכער; אַ באַשלוס וואָס מע האָט שפּעטער אָפּגעשאַפֿן, אָבער לכתּחילה האָט מען אים געהאַט אָנגענומען, אויס מורא צו פֿאַרפֿלאַנצן אין די קעפּ פֿון די יונגע ישׂראל־פּראָטעסטירנדיקע נאָך מער ראַדיקאַלע געדאַנקען. שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי נישט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער. כּדי צוצוגעבן אַ פֿאַקטישן באַווײַז לגבי דער גרויסער ראָלע וואָס ייִדיש, ווי אַ גערעדטע שפּראַך, שפּילט אויף דעם סימפּאָזיום, דאַרף מען בלויז אָנווײַזן, אַז פֿון די סך-הכּל זעקס־און־צוואַנציק רעפֿעראַטן, זענען נײַן פֿון זיי (35%!) געהאַלטן געוואָרן אויף ייִדיש. דאָס איז נישט קיין קליינער אויפֿטו. עס איז אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט נאָך אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און צווישן די סעקולערע שיכטן. (אײַנדרוקן פֿון דער 28סטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים אין חיפֿהער אוניווערסיטעט) אַנטעקגן דעם אַלגעמיינעם היינטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס אין ס'רובֿ אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, זעט אויס דאָס פֿעלד פֿון אַקאַדעמישע ישׂראל-לימודים (Israel Studies בלע״ז) ווי אַ בליִענדיק פֿעלד. נישט ווייניקער פֿון 560 רעפֿעראַטן אויף איבער 120 סעסיעס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט במשך פֿון דער דרײַ־טאָגעדיקער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 25סטן ביז דעם 27סטן יוני. דער טיטל פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ איז געווען "מולטיקולטורעלע ישׂראל אין אַ גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו: צווישן איין געזעלשאַפֿט און אַ סך געזעלשאַפֿטן". וועגן דעם פֿילם האָט מען שוין מער ווי איין מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס"; אַ פֿילם וואָס טאָרבינער האָט איבער אים געאַרבעט נישט ווייניקער ווי פֿינף יאָר, קוים קריגנדיק גענוג שטיצע אים צו פֿאַרענדיקן. ס׳זעט אויס, אַז דעם לאַנד וואָס מע האָט אויפֿגעבויט אויף ציוניסטישע יסודות, איז ביז הײַנט שווער צו אָנערקענען די ריזיקע ראָלע, וואָס דער "בונד" האָט געשפּילט פֿאַר דער מלחמה אין דעם לעבן פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. שוין זשע קאָנען נישט די פֿאַרברענטע ציוניסטן ביז הײַנט מסכּים זײַן מיט דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע, און האַלטן דעם "בונד", ווי ‘אַ געפֿאַר’ פֿאַרן לאַנד, אַז אַפֿילו צו באַקומען אַ שטיצע פֿאַר אַ קונטס־ווערק וועגן "בונד", קומט אָן מיט גרינע ווערעם? דאָס נײַע ביכל, אונטערן טיטל "בונדאים: סוציאַליזם בייִדיש ובעבֿרית, סרט וחמישה מאמרים" (די ישׂראלדיקע בונדיסטן: סאָציאַליזם אויף ייִדיש און עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינף אַרטיקלן), באַשטייט פֿון די ווערק פֿון ב. צאַלעוויטש (דער גרינדער פֿונעם ישׂראלדיקן "בונד") און י. אַרטוסקי (דער חשובֿער אידעאָלאָג און פֿאָרזיצער פֿון "בונד" אין ישׂראל) אויף ייִדיש און העברעיִש. דער יונגער פֿאָרשער יעד ביראַן גיט צו איין אַרטיקל; און פֿון יצחק לודען קאָן מען דאָ געפֿינען דעם איינציקן אַרטיקל פֿון אַ בונדיסט, אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין 1977. ב. אַרטוסקי ווערט ציטירט אינעם פֿילם פֿון דעם טעקסט, וואָס איז אויך פֿאַראַן אינעם ביכל, און וואָס האָט אַ שײַכות צו דער פּראָבלעם אײַינצופֿרירן דעם "בונד" אין דער ייִדישער מדינה אין 1966. בײַם אָנהייב האָט פּראָפֿעסאָר אַדאַ ראַפּאַפּאָרט פֿון UCL דערציילט דעם עולם וועגן איר אָנגייענדיקן בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט מיט נאָך פֿאָרשער פֿון חסידות. עס רעדט זיך וועגן אַ ריזיקער פֿאָרש-אַרבעט, וואָס וועט, ווי אַ רעזולטאַט, פּראָדוצירן די נײַע געשיכטע פֿון חסידות. זיי זענען ממשיך די פֿאָרש-טראַדיציעס, וואָס עס האָט אָנגעהויבן שמעון דובנאָוו מיט אַ הונדערט דרײַסיק יאָר צוריק אין רוסלאַנד; אַן אַרבעט וואָס ווערט ביז הײַנט גערעכנט ווי דער פֿונדאַמענטאַלער טעקסט אין דעם תּחום. אָבער די מאָדערנע פֿאָרשער, אין אונטערשייד פֿון דובנאָוון, וואָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן יאָר 1815, וועלן ציִען ווײַטער דעם פֿאָדעם פֿון דער דאָזיקער געשיכטע און נאָכפֿאָלגן די קאָנווענציע פֿון יענער צײַט, ווען דאָס חסידות האָט זיך געפֿונען אין אַן ירידה נאָך יענעם יאָר. ראַפּאַפּאָרט האָט, דער עיקר, באַטאָנט אין איר אויפֿטריט, אַז כּדי אָנצוגיין ווײַטער מיט דעם וויכטיקן פּראָיעקט, פֿאָדערט זיך אַ ממשותדיקע פֿינאַנציעלע שטיצע. |