קונסט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



אַ קאָלאַזש פֿון דוד טאַרטאַקאָווערס פּלאַקאַטן
אַ קאָלאַזש פֿון דוד טאַרטאַקאָווערס פּלאַקאַטן
לעצטנס, האָט באַזוכט קאָלומביע־אוניווערסיטעט דער באַרימטער ישׂראלדיקער גראַפֿישער דיזײַנער און קינסטלער דוד טאַרטאַקאָווער, אַ געווינער פֿון דעם ישׂראל־פּריז 2002. ער האָט זיך באַרימט געמאַכט מיטן באַנוצן כּלערליי מיטאָלאָגישע סימבאָלן פֿון דער ישׂראלדיקער און ציוניסטישער געשיכטע. ער שאַפֿט זײַנע קאָלירפֿולע פּלאַקאַטן שוין אַ פֿערציק יאָר מיט אַזעלכע מיטאָלאָגישע סימבאָלן, ווי הערצל, בן-גוריון, די ישׂראלדיקע אַרמיי, דעם סאַברע און דעם קעמל — אַ מין “לאָגאָ-מאַכער" פֿון ציוניזם. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט ער באַטאָנט אין זײַן רעדע אַ וויכטיקן אַספּעקט פֿון זײַנע ווערק: די פּאָליטישע פּלאַקאַטן וואָס ער שאַפֿט.
איינער פֿון זײַנע באַרימטסטע פּלאַקאַטן איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער לינקער באַוועגונג “שלום-עכשיו" (“שלום-איצט"). “שלום-עכשיו" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1978 מיט די צילן צו דערמוטיקן בעגינען אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט מצרים און זיך אַנטקעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים איבער דער “גרינער-ליניע". טאַרטאַקאָווער האָט צו דעם צוועק געשטעלט צוויי ווערטער, איינס לעבן דעם אַנדערן: דאָס וואָרט “שלום" אין אַ שוואַרצן קאָליר, באַניצנדיק דעם באַקאַנטן “אות-קאָרן"־שריפֿט; דער זעלבער שריפֿט וואָס ווערט געניצט אין די תּנ"ך-ספֿרים; און דאָס מער מאָדערנע וואָרט “עכשיו" — אין אַ רויטן קאָליר, מיטן טאָג-טעגלעכן און סעקולערן “חיים"־פֿאָנד.
אַן אַנדער נוסח פֿון דעם זעלבן לאָגאָ האָט ער געשאַפֿן שפּעטער, צוגעבנדיק נאָך דרײַ ווערטער און זיי אַרײַנגעשטעלט צווישן די אַנדערע צוויי; דאָס מאָל אין אַ גרויען קאָליר: “לדבר שלום עם אש"פ עכשיו" (“צו רעדן שלום מיט דער פּאַלעסטינער פֿרײַהייט־אָרגאַניזאַציע איצט"). אין אַן אַנדער פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון די געשטאַלטן פֿון בעגין און סאַדאַט, האָט ער זיך “געשפּילט" מיטן טאָפּל־באַטײַט פֿונעם אויסדרוק “דרישת-שלום", וואָס מיינט, אויף עבֿרית סײַ “אַ גרוס" און סײַ “אַ שלום-פֿאָדערונג".
אַן אַנדער באַרימטער פּלאַקאַט ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אין שוואַרץ-און-ווײַס פֿון אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט, וואָס גייט צו פֿוס אין אַ פּאַלעסטינער שטאָט און קוקט אַן עלטערער פּאַלעסטינער פֿרוי אין פּנים אַרײַן. אויף דער פֿרויס שוואַרצן מלבוש שטייט דאָס וואָרט “אמא" (“אַ מאַמע") אין אַ ווײַסן קאָליר; אַ וואָרט, וואָס איז בכּוח צו הומאַניזירן די פֿרוי אין די אויגן פֿון דעם סאָלדאַט. אָבער טאַרטאַקאָווער וויל ווײַזן ווי דעם סאָלדאַטס קוק איז מבֿזה די פֿרוי, און ער שטעלט דעם ערשטן ווײַסן אות “א" פֿון “אמא" כּלומרשט מחוץ דער פֿאָטאָגראַפֿיע אין אַ שוואַרצן פּאַס פֿון רעכטס.
אין אַן אַנדער באַרימטער סעריע פּלאַקאַטן מיטן נאָמען “אַ פֿלעק", האָט ער צוגעקלעפּט צו די פּנימער פֿון באַקאַנטע ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט הערצל, בוגי יעלון, שׁאָול מופֿז און זיך אַליין, די מאַפּע פֿון מערבֿ-ברעג אין אַ העל־רויטן קאָליר. דער מוסר-השׂכּל איז דאָ קלאָר: דער קין-צייכן פֿון דער ישׂראלדיקער באַזעצונג באַפֿלעקט די ישׂראלדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אויך די הײַנטיקע ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט.
דער פּלאַקאַט צום 30סטן יאָר פֿון ישׂראלדיקער אָקופּאַציע
דער פּלאַקאַט צום 30סטן יאָר פֿון ישׂראלדיקער אָקופּאַציע
על-פּי-צופֿאַל, ווי טאַרטאַקאָווער האָט מיר אַליין געזאָגט, האָט זיך אויך די ייִדישע שפּראַך אַרײַנגעגנבֿעט אין איינעם פֿון זײַנע פּלאַקאַטן (געשאַפֿן אין 1992), וואָס איז געווען אַ טייל פֿון זײַן סעריע־פּלאַקאַטן, דערשינען אין 1997 “לכּבֿוד" דרײַסיק יאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע. דער פּלאַקאַט גיסט צונויף דאָס באַרימטע בילד פֿון משה דיין, יצחק רבין און עוזי נרקיס אין איין מאַרש איבער דער אַלטער שטאָט ירושלים אין 1967, צוזאַמען מיט אַ בילד פֿון אַ שילד, וווּ עס שטייט געשריבן אויף העברעיִש, אויף ענגליש און אויף ייִדיש: “געפֿאַר — די גרענעץ איז נאָענט — קיין דורכגאַנג!". אַזעלכע דרײַ-שפּראַכיקע שילדן פֿלעגט מען אָפֿט אַרויסשטעלן אין ישׂראל לענג-אויס דער דעמאָלטיקער גרענעץ, דער אַזוי גערופֿענער, גרינער-ליניע אין די יאָרן פֿאַר 1967. נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה איז אָט די גרענעץ געוואָרן אַ פֿרײַער דורכגאַנג פֿאַר אַלע ישׂראלים, די ייִדיש רעדנדיקע בתוכם.
עס איז קלאָר, אַז טאַרטאַקאָווערס פּלאַקאַטן דריקן אויס די מיינונגען פֿון דעם לינקן לאַגער אין ישׂראל. אָבער דאָס הייסט נישט, אַז טאַרטאַקאָווער איז אויסן צו האַלטן זיך נאָר אין די דלתּ־אַמות פֿון אָט דעם לאַגער. ער גיט צו וויסן, אַז ער איז אויסן משפּיע צו זײַן אויף דער גאַנצער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. אין 2004 האָט ער געזאָגט אין אַן אינטערוויו: “די פּראָבלעם איז צו דערקלערן די מענטשן נישט פֿון מײַן לאַגער זיי זאָלן וועלן זען און רעאַגירן אויף דעם וואָס איך טו. איך דריק אויס אַ מיינונג, באַשרײַב און פֿאַרטײַטש אַ מצבֿ — די פּראָבלעם איז צו באַאײַנפֿלוסן. איך קען נישט באמת משפּיע זײַן מיט מײַנע באַשיידענע מיטלען; עס צו טאָן דאַרף מען האָבן אַ בודזשעט ווי בײַ “שטראַוס" [די צווייטע גרעסטע שפּײַז-געזעלשאַפֿט אין ישׂראל — ע.מ.]. אָבער איך האַלט פֿון די ווערטער פֿון אַבֿיגדור המאירי: ‘די פֿרײַהייט פֿון רעדן איז נישט קיין רשות נאָר גיכער אַ חובֿ’".
אין 2011 האָט טאַרטאַקאָווער פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אַ וויכטיק בוך אונטער אַ פּשוטן טיטל “טרטקובר" (“טאַרטאַקאָווער", עם-עובֿד פֿאַרלאַג), פֿינף הונדערט זײַטן, וואָס פֿאַרסך-הכּלט פֿערציק יאָר אַרבעט. ער אַרבעט אויך ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין דער “בצלאל אַקאַדעמיע פֿון דיזײַן" אין ירושלים.
מער אינפֿאָרמאַציע וועגן טאַרטאַקאָווערס ווערק און וועגן זײַנע נײַע און אַלטע אויסשטעלונגען קען מען געפֿינען אויף זײַן וועבזײַטל: http://www.tartakover.co.il.