ייִדישע קולטור אין בראָנקס:
מרים אײַזעקס און שׂרה מײַערסאָן
די פּראָגראַם פֿירט איציק גאָטעסמאַן

Yiddish Culture in the Bronx:
Miriam Isaacs and Sarah Myerson
A program hosted by Itzik Gottesman

חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר האָט אַן אַמעריקאַנער משפּחה אין קאַליפֿאָרניע אָפּגעמערקט קרישטאָלנאַכט מיט אַ ספּעציעלער צערעמאָניע: אַ ספֿר־תּורה, וואָס זייער קרובֿ, דוד האַמבורגער, האָט געהאַט געראַטעוועט פֿון פֿויערשטענאַו, דײַטשלאַנד, עטלעכע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט, איז מיט אַ חודש צוריק איבערגעגעבן געוואָרן צו "אַלמאַ־וויאַ" — אַ וווין־אָרט פֿאַר עלטערע לײַט, דורך האַבורגערס אור־אור־אייניקל, שאַרלאָט סמיט. אויפֿן בילד: שאַרלאָט און ראַבינער דזשערי לוי, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון "אַלמאַ־וויאַ", בעת דער הכנסת־ספֿר־תּורה אין סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע.
פֿינף און זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרלאָפֿן זינט דער היטלער־רעזשים האָט אָרגאַניזירט אַ טעראָר־אַטאַק אויף זײַנע ייִדישע בירגער, וואָס האָט ניט קיין גלײַכנס אין דער מענטשלעכער געשיכטע. שולן און ספֿרי־תּורות געשענדט און פֿאַרברענט און זײַנע ייִדישע בירגער אַטאַקירט און אויסגעשטעלט צו שאַנד און שפּאָט.
ווען מיר באַטראַכטן איצט מיט וואָס דאָס האָט זיך געענדיקט קאָנען מיר באַשטימען אַז "די קרישטאָל־נאַכט איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף".
"געדענקען — זכירה" איז אַ הייליקע אויפֿגאַבע און מיר ייִדן זײַנען, מער ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער מקיים די מיצווה. געדענקען מיינט אויך עפּעס צו לערנען, קומען צו געוויסע מסקנות און באַשטימען אַ ריכטונג פֿאַר דער צוקונפֿט. אין רעטראָספּעקט, ווען מיר באַטראַכטן די לאַגע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, מוזן מיר מיט ווייטיק מודה זײַן, אַז קיין אויסוועג איז נישט געווען בנימצא. אייניקע געדאַנקען וועגן דעם מצבֿ וויל איך דאָ באַטאָנען:
א) די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע זײַנען געווען אין אַ פּאַסטקע, פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן. דאָס "ווײַסע פּאַפּיר" האָט כּמעט פֿאַרשלאָסן די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל, און די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען ענלעך ניט געווען אָפֿן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן.
ב) דער אַנטיסעמיטיזם אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָט אָנגענומען ווילדע פֿאָרמען, צום טייל אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און דער פֿאַשיסטישער איטאַליע.
ג) דער אומדערוואַרטער ניצחון פֿון די נאַצי־אַרמייען און די אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד און נאָרוועגיע און שפּעטער כּמעט דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן פֿאַרשלאָסן אַלע וועגן. דער גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געוואָרן געחתמעט.
ד) די ראָלע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן האָט נאָך געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע יאָר ביז זיי זײַנען געוואָרן פֿאַקטאָרן אין דער מלחמה און דער הצלה. צו שפּעט און צו ווייניק.
ה) צוויי אויסערגעוויינטלעכע געשיכטלעכע געשעענישן זײַנען דערשינען ווי די הויפּט־עלעמענטן אין פֿאָרמירן דעם נײַעם ייִדישן זעלבסט־באַוווּסטזײַן נאָך דער מלחמה. זיי זײַנען: די שואה און די תּקומת־מדינת־ישׂראל. זײַנען מיר געוואָרן דער סוביעקט פֿון געשיכטע אַנשטאָט איר אָביעקט (גלות).
וואָס דאַרפֿן מיר לערנען פֿון דעם גרעסטן בראָך און דעם גרעסטן נס, וואָס מיר, קינדער פֿון איין דור, האָבן איבערגעלעבט און דערלעבט?

װיסנשאַפֿט

עס רעדט די אָרגאַניזירערין פֿונעם פּאַריזער סימפּאָזיום אירענע אָרעס. עס זיצן פֿון רעכטס: רחל ערטעל, עמערירירטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרקע; סערזש דאַהאַן, פּרעזידענט פֿון "בני־ברית" אין פֿראַנקרײַך; ראַלף האָפֿמאַן, וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ברית"; דן מאַריאַשין, וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ברית"; דייוויד קיליאָן, אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר צו "אונעסקאָ"; נמרוד ברקן, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר צו "אונעסקאָ".
דאָס איז געווען מײַן ערשטער באַזוך אין פּאַריז. דער האָטעל, וווּ די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם סימפּאָזיום האָבן מיר געגעבן אַ צימער, געפֿינט זיך גלײַך קעגנאיבער דעם הויפּט־בנין פֿון "אונעסקאָ"; ס׳איז אויך זייער נאָענט צו דעם באַרימטן אייפֿעל־טורעם. בײַ נאַכט האָט מען געקאָנט זען פֿונעם באַלקאָן, ווי דער טורעם לאָזט אַרויס יעדע שעה, במשך פֿון עטלעכע מינוט, אַ זיך־דרייענדיקן ליכט־שטראַל, וואָס גיט צו אַ ראָמאַנטישע און כּמעט מיסטישע אַטמאָספֿער צו דער שטאָט.
זונטיק, אַ טאָג פֿאַרן סימפּאָזיום, האָט אַנע ערשלער, מײַנע אַ באַקאַנטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט אין דער זעלבער מיטלשול אין רוסלאַנד, און איצטw אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק, אַן אַקטיווע פּאַריזער ייִדישיסטקע, האָט מיר געגעבן אַן אומפֿאָרמעלן טור איבער דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, באַקאַנט ווי דאָס "פּלעצל", וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן "מאַרע". מײַן ערשטער שפּאַציר איבער דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט איז געווען אַ חידושדיקער: דערוואַקסענע מיט קינדער־וועגעלעך, וועלאָסיפּעדן, מאָטאָציקלען און אויטאָס. קינד־און־קייט, פֿאָרן בשלום צוזאַמען אויף די שמאָלע גאַסן, פֿול מיט מוזיקאַנטן מכּל־המינים, וועלכע פּרוּוון צו מאַכן אַ ביסל פּרנסה, שפּילנדיק פֿאַר די טויזנטער טוריסטן; וועלכע שפּאַצירן כּסדר איבער די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן.
פּונקט אַזאַ אײַנדרוק איז בײַ מיר געבליבן פֿונעם סימפּאָזיום גופֿא. נישט געקוקט אויף דער ערנסטקייט פֿון דער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם צענטראַלן בנין פֿון אַ וויכטיקן צווײַג פֿון דער "יו־ען", איז דער סימפּאָזיום געראָטן ווי אַ שעפֿערישע, לעבעדיקע, פֿאַרכאַפּנדיקע און בונטע פֿאַרזאַמלונג.
פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי האָט דערקלערט, אין דער אַרײַנפֿיר־סעסיע פֿונעם סימפּאָזיום, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בכּיוון פֿאַרבעטן נישט די גוט־באַקאַנטע פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, נאָר אַזעלכע מענטשן — בפֿרט די יונגע־לײַט — וועלכע קאָנען ווײַזן, אַז די ייִדישע שפּראַך אַנטוויקלט זיך טאַקע ווײַטער נישט בלויז ווי עפּעס אַן אינסטיטוציע־פּראָגראַם, נאָר ווי אַ טייל פֿון אַ לעבעדיקער קולטור.

טעאַטער



דער מחבר נתן ענגלענדער (רעכטס) און דער רעזשיסאָר באַרי עדלשטיין
מיט בערך זעקס יאָר צוריק האָב איך געהערט ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר באַקלאָגט זיך, אַז זײַנע אַמעריקאַנער סטודענטן ווייסן גאָרנישט וועגן סטאַלינס שחיטה פֿון די ייִדישע שרײַבער אין אויגוסט 1952, און נאָך ערגער — אַז זיי אינטערעסירן זיך בכלל נישט מיטן ייִדישן קולטור־לעבן, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע.
נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


גענאַדי קאָסטירטשענקאָ.
די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוו׃
די מאַכט, די אינטעליגענץ און די ייִדישע פֿראַגע.
מאָסקווע׃ "מעזשדונאַראָדניִע אָטנאָשעניאַ", 2012.
522 זײַטן.

דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דעם גרעסטן רוסישן מבֿין אויף דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק, איז געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דער "אָדליגע" צווישן די יאָרן 1953 און 1964, ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט באַשלאָסן צו רעווידירן די ירושה פֿון סטאַלינס שליטה. ווי אַלע פֿריִערדיקע ביכער פֿונעם דאָזיקן מחבר, באַזירט זיך די איצטיקע פֿאָרשונג אויף אַ ריזיקער צאָל אומבאַקאַנטע דאָקומענטן. די סאַמע אינטערעסאַנטע מקורים שטאַמען פֿון די אַרכיוון פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, פֿון פֿאַרשידענע סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין ישׂראל און די אַמאָליקע סאָוועטישע סאַטעליטן אין מיזרח־אייראָפּע.
"דער הויפּט־אָביעקט פֿון מײַן פֿאָרשונג איז די סאָוועטישע אינטעליגענץ פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם", דערלקערט קאָסטירטשענקאָ דעם צוועק פֿון זײַן חיבור. ער איז אויסן צו דערווײַזן, אַז דווקא די דאָזיקע, גאַנץ קליינצאָליקע גרופּע, האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם גאַנצן סאָוועטישן לאַנד. דווקא די ייִדישע אינטעליגענץ איז געווען דער אַקטיווסטער כּוח־הפּועל פֿון דער ליבעראַליזאַציע פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט נאָך סטאַלינס טויט. קאָסטירטשענקאָ האַלט, אַז די דאָזיקע גרופּע האָט אין אַ געוויסער מאָס קאָמפּענסירט דאָס פֿעלן פֿון דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס און ליבעראַלע פֿרײַהייטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

װיסנשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס
די טעג האָב איך איבערגעלייענט אַ נאָטיץ וועגן דעם, אַז אין דער ענגלישער שטאָט וואָריק דיגיטאַליזירט מען אַ קאָלעקציע דאָקומענטן, וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש. אָבער בײַם פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט האָט מען זיך אָנגעשטויסן אויף לינגוויסטישע שוועריקייטן, ווײַל עס גיט זיך ניט אײַן צו געפֿינען אַ מענטשן, וועלכער זאָל קענען די שפּראַך. איר׳ט אפֿשר זאָגן, אַז זיי מוזן זיך ווענדן צו די חרדים, וואָס שאַפֿן עפּעס אַ חלק אין דעם בריטישן ייִשובֿ. און ס׳איז טאַקע אַזוי — אַ סך פֿון זיי נוצן ייִדיש אין זייער טאָגטעגלעכן לעבן. דאָך הייסט עס נאָך ניט, אַז די דאָזיקע פֿרומע לײַט וועלן זײַן קאַפּאַבל צו פֿאַנאַנדערקלײַבן זיך אין די ייִדישע דאָקומענטן. איך ווייס פֿון מײַן דערפֿאַרונג, אַז זייער ייִדיש איז רײַך אין אייניקע רעגיסטערס און געוואַלדיק אָרעם אין אַנדערע. סטודענטן פֿון חסידישע משפּחות האָבן זייער גרויסע בלויזן אין מער אָדער ווייניקער מאָדערנער טערמינאָלאָגיע, און מיט סלאַוויזמען איז בײַ זיי גאָר אויף צרות.
אין אַמעריקע איז דער מצבֿ אויך ניט קיין גרויסאַרטיקער. אין יאָר 2009 (קיין שפּעטערדיקע באַריכטן זײַנען דערווײַל ניטאָ) האָבן אין גאַנצן לאַנד בלויז 30 גראַדויִר-סטודענטן געלערנט ייִדיש. געלערנט הייסט נאָך ניט אויסגעלערנט. דאָס ווייס איך אויך פֿון מײַן דערפֿאַרונג. וועט איר פֿרעגט: וואָס הייסט בײַ דיר אויסגעלערנט? בײַ מיר הייסט עס, אין דעם פֿאַל, צו קענען נוצן ייִדישע טעקסטן. קיין ממשותדיקן פֿאַרנעם פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף ייִדישע מאַטעריאַלן, זעט מען, צום באַדויערן, גאַנץ ווייניק. נאָך ווייניקע — ממש נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — פֿירט מען פֿאָרשונגען באַזירט אויף דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל דאָס פֿאָדערט, אַ חוץ דער שפּראַך, געדולד און צײַט.
איך האָב געמאַכט אָט די לאַנגע “הקדמה" צו ווײַזן דעם אַלגעמיינעם פֿאָן, אויף וועלכן איך נעם אויף די פֿאָרשונג פֿון רבֿקה מאַרגאָליס, דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקערין. צוריק גערעדט, גלייב איך ניט, אַז איר אַרבעט וואָלט אויסגעזען “בלייכער" טאָמער דער הינטערגרונט וואָלט געווען רײַכער מיט פֿאָרשונגען פֿון אַן ענלעכן ניוואָ. און דאָ וועל איך אָפּשטעלן דעם שטראָם פֿון מײַנע שבֿחים און אַריבערגיין צו דער נײַער פּובליקאַציע פֿון רבֿקה מאַרגאָליסעס פֿאָרשונגען. (איך ווייס, אַז אין דײַטשלאַנד איז דערווײַל אַרויס נאָך איין פּראָדוקט פֿון איר אַרבעט, אָבער דער דאָזיקער “פּראָדוקט" איז אָנגעקומען אויף מײַן אָקספֿאָרדער אַדרעס, און איך געפֿין זיך איצט אין ניו-יאָרק.)

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר געשמועסט וועגן די באַציִונגען צווישן יעקבֿ און עשׂו. אין דער אַמאָליקער אייראָפּע פֿלעגן ייִדן אַסאָציִיִרן עשׂון מיט דער אַמאָליקער קריסטלעכער מאַכט און מיט די קריסטן בכלל, ווי אַ פּריווילעגירטע הערשנדיקע גרופּע. דאָס מיינט נישט, אַוודאי, אַז אַזאַ אָפּטײַטש איז גילטיק נאָך הײַנט, אין די לענדער, וווּ מענטשן פֿון אַלע רעליגיעס זענען גלײַך. אַדרבה, נאָך מיט 700 יאָר צוריק האָט דער גרויסער רבֿ און דענקער מנחם מאירי דערקלערט, אַז אַן אָרנטלעכער עטישער מענטש איז ברוחניות גלײַך מיט ייִדן און ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ טייל פֿון כּלל־ישׂראל אינעם גײַסטיקן זין. פֿונדעסטוועגן, וועט דער שאַרפֿער חילוק צווישן יעקן און עשׂון נאָך אַלץ אַקטועל, כּל־זמן אין דער וועלט איז פֿאַראַן דער חילוק צווישן די דערנידעריקטע פּשוטע מענטשן און די אומיושרדיקע דאָמינירנדיקע כּוחות. יעקבֿ איז געווען אַ "יושבֿ אהלים", אַ פֿרידלעכער געצעלט־זיצער און אַ תּורה־לערער, און עשׂו איז געווען אַ "יודע־ציד", אַ ווילדער רויבער. כּדי נישט צו דערלאָזן עשׂון פֿאַררעכנט צו ווערן ווי אַ בכור — דער אָנפֿירער פֿון די קומענדיקע דורות פֿון יצחקס אייניקלעך — און כּדי עשׂו זאָל נישט באַקומען אַ ספּעציעלע ברכה פֿון זײַן טאַטן, האָט יעקבֿ אויסגענוצט כיטרע מיטלען, וועלכע עשׂו האָט אויפֿגענומען ווי אומיושר.
מע קאָן זאָגן, אַז כּדי אָפּצונעמען פֿון עשׂון די מעגלעכקייט אײַנצופֿירן זײַן פֿאַרדאָרבענעם סדר פֿון רויבערײַ און אומיושר, האָט יעקבֿ אַליין געמוזט אויסנוצן מיטלען, וועלכע קאָנען אויסזען, לכאורה, אויך אומיושרדיק. יצחק האָט געטענהט, אַז יעקבֿ האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַן אָפּנאַרער, כּדי צו קריגן זײַן טאַטנס ברכה. הרבֿ יונתן סאַקס, דער ענגלישער הויפּט־רבֿ און אַן אינטערעסאַנטער און שאַרפֿער תּורה־מפֿרש, באַמערקט, אַז פֿאַר זײַן אויפֿפֿירונג איז יעקבֿ געשטראָפֿט געוואָרן מיט שווינדלערײַ, מידה־כּנגד־מידה; זײַן פֿעטער לבֿן האָט אים געצוווּנגען אַרבעטן שווער 20 יאָר דורך שווינדלערישע מיטלען.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט פּרטימדיק וועגן דעם. בײַם סוף, האָט יעקבֿ זיך אומגעקערט אין דער היים מיט פֿיר ווײַבער און אַ גאַנצער כאָפּטע קינדער. די תּורה זאָגט אונדז, אַז הגם יעקבֿ האָט געליטן בײַ לבֿנען, האָט ער, סוף־כּל־סוף, אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פֿעטער מיט גרויס דערפֿאָלג. הגם יעקבֿ איז, מעגלעך, באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַרן אָפּנאַרן זײַן ברודער, ווײַזט אונדז די תּורה, אַז ער איז געווען, סוף־כּל־סוף, גערעכט און האָט עס געטאָן לשם־שמים — דערפֿאַר איז ער געבענטשט געוואָרן מיט אַזאַ גרויסער משפּחה און אַ סך גוטס־און־האָב.

חורבן



"זכרונות פֿון אַ צײַט פֿון שלום", עמנואל עווזעריכין, סטאַלינגראַד, 1943
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג בײַם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" וואָס פֿירט צונויף ייִדישע געשיכטע, קונסט־געשיכטע און קונסט. די עקספּאָזיציע "דורך סאָוועטיש־ייִדישע אויגן: פֿאָטאָגראַפֿיע, מלחמה און דער חורבן" איז געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון קאָלאָראַדאָ, וווּ די קוראַטאָרן דוד שנאור און ליסאַ טאַמיריס בעקער האָבן זי געשאַפֿן פֿאַרן קונסט־מוזיי בײַם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט. ד״ר שנאור, אַ היסטאָריקער פֿון סאָוועטיש־ייִדישער קולטור, האָט דערציילט בײַ דער עפֿענונג, אַז ווען ער האָט באַזוכט אַן אויסשטעלונג אין מאָסקווע פֿון סאָוועטישע פֿאָטאָגראַפֿן, האָט ער זיך געכאַפּט, אַז די נעמען פֿון די אַלע פֿאָטאָגראַפֿן קלינגען ייִדישלעך. ער איז אויך געווויער געוואָרן, אַז ס‘איז געווען אַ פֿאַקט, וואָס ס‘רובֿ פֿאָטאָ־זשורנאַליסטן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ביז די 1950ער יאָרן זענען געווען ייִדן. האָט ער אָנגעהויבן זײַן פֿאָרש־אַרבעט, און אַנטפּלעקט — אַ וועלט מיט וועלטלעך! — אַז איינע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון מלחמה־פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט געזאַמלט אַ פּאָרל פֿון קאָלאָראַדאָ, נישט ווײַט פֿון זײַן קאַמפּוס.
ווען פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַנטוויקלט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די ערשטע דורות פֿאָטאָגראַפֿן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ פּראָפֿעסיע, וואָס קיינער האָט נישט געוווּסט, צי מע קען דערפֿון האָבן אַ לײַטישע פּרנסה. האָבן געציילטע ייִדן אין די שטעטלעך, וואָס זענען געקראָכן אויף די גלײַכע ווענט כּדי עפּעס צו פֿאַרדינען, זיך אײַנגעשטעלט, און געקויפֿט פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם האָבן די ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נײַער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, נישט בלויז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אומעטום וווּ ייִדן האָבן געלעבט.
אין די צוויי גרעסטע שטעט פֿון רוסלאַנד, פּעטערבורג און מאָסקווע, האָבן די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן ווי יעווגעני כאַדלדיי, געאָרגי זעלמאַ (געבוירן זלמנאָוויטש), און דמיטרי באַלטערמאַנץ, זיך באַזעצט און געאַרבעט פֿאַר די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען. אָבער זייערע בילדער האָט מען אויך צו מאָל געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון דער תּקופֿה. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַ ביסל פֿאָרגעשיכטע פֿון סאָוועטישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ווײַזט די וואָרצלען פֿון דער סאָוועטישער קונסט־שיטה, דהײַנו, קאָנסטרוקטיוויזם און סאָציאַלער רעאַליזם. קאָנסטרוקטיוויזם האָט וויזועל אָנערקענט די נײַע פֿאַבריק־טעכנאָלאָגיע און מעכאַנישע אינדוסטריעס, און האָט אָפֿט געשטעלט דעם טראָפּ אויף קאַנטיקע פֿאָרמעס. דער סאָוועטישער סאָציאַלער רעאַליזם האָט אַרויסגעהויבן, אַז קונסט אָן אַ סאָציאַלן ציל פּאַסט נישט פֿאַר דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.

קונסט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



אַ קאָלאַזש פֿון דוד טאַרטאַקאָווערס פּלאַקאַטן
לעצטנס, האָט באַזוכט קאָלומביע־אוניווערסיטעט דער באַרימטער ישׂראלדיקער גראַפֿישער דיזײַנער און קינסטלער דוד טאַרטאַקאָווער, אַ געווינער פֿון דעם ישׂראל־פּריז 2002. ער האָט זיך באַרימט געמאַכט מיטן באַנוצן כּלערליי מיטאָלאָגישע סימבאָלן פֿון דער ישׂראלדיקער און ציוניסטישער געשיכטע. ער שאַפֿט זײַנע קאָלירפֿולע פּלאַקאַטן שוין אַ פֿערציק יאָר מיט אַזעלכע מיטאָלאָגישע סימבאָלן, ווי הערצל, בן-גוריון, די ישׂראלדיקע אַרמיי, דעם סאַברע און דעם קעמל — אַ מין “לאָגאָ-מאַכער" פֿון ציוניזם. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט ער באַטאָנט אין זײַן רעדע אַ וויכטיקן אַספּעקט פֿון זײַנע ווערק: די פּאָליטישע פּלאַקאַטן וואָס ער שאַפֿט.
איינער פֿון זײַנע באַרימטסטע פּלאַקאַטן איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער לינקער באַוועגונג “שלום-עכשיו" (“שלום-איצט"). “שלום-עכשיו" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1978 מיט די צילן צו דערמוטיקן בעגינען אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט מצרים און זיך אַנטקעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים איבער דער “גרינער-ליניע". טאַרטאַקאָווער האָט צו דעם צוועק געשטעלט צוויי ווערטער, איינס לעבן דעם אַנדערן: דאָס וואָרט “שלום" אין אַ שוואַרצן קאָליר, באַניצנדיק דעם באַקאַנטן “אות-קאָרן"־שריפֿט; דער זעלבער שריפֿט וואָס ווערט געניצט אין די תּנ"ך-ספֿרים; און דאָס מער מאָדערנע וואָרט “עכשיו" — אין אַ רויטן קאָליר, מיטן טאָג-טעגלעכן און סעקולערן “חיים"־פֿאָנד.
אַן אַנדער נוסח פֿון דעם זעלבן לאָגאָ האָט ער געשאַפֿן שפּעטער, צוגעבנדיק נאָך דרײַ ווערטער און זיי אַרײַנגעשטעלט צווישן די אַנדערע צוויי; דאָס מאָל אין אַ גרויען קאָליר: “לדבר שלום עם אש"פ עכשיו" (“צו רעדן שלום מיט דער פּאַלעסטינער פֿרײַהייט־אָרגאַניזאַציע איצט"). אין אַן אַנדער פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון די געשטאַלטן פֿון בעגין און סאַדאַט, האָט ער זיך “געשפּילט" מיטן טאָפּל־באַטײַט פֿונעם אויסדרוק “דרישת-שלום", וואָס מיינט, אויף עבֿרית סײַ “אַ גרוס" און סײַ “אַ שלום-פֿאָדערונג".
אַן אַנדער באַרימטער פּלאַקאַט ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אין שוואַרץ-און-ווײַס פֿון אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט, וואָס גייט צו פֿוס אין אַ פּאַלעסטינער שטאָט און קוקט אַן עלטערער פּאַלעסטינער פֿרוי אין פּנים אַרײַן. אויף דער פֿרויס שוואַרצן מלבוש שטייט דאָס וואָרט “אמא" (“אַ מאַמע") אין אַ ווײַסן קאָליר; אַ וואָרט, וואָס איז בכּוח צו הומאַניזירן די פֿרוי אין די אויגן פֿון דעם סאָלדאַט. אָבער טאַרטאַקאָווער וויל ווײַזן ווי דעם סאָלדאַטס קוק איז מבֿזה די פֿרוי, און ער שטעלט דעם ערשטן ווײַסן אות “א" פֿון “אמא" כּלומרשט מחוץ דער פֿאָטאָגראַפֿיע אין אַ שוואַרצן פּאַס פֿון רעכטס.

קולטור
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



עס זײַנען שוין דאָ גענוג עקספּערטן וואָס זאָגן, אַז אין דער ניט־צו־ווײַטער צוקונפֿט וועלן אַלע מענטשן אויף דער וועלט רעדן נאָר איין שפּראַך — ענגליש. קיין אַנדערע לשונות וועט מען באמת ניט דאַרפֿן, און וואָס מע דאַרף ניט — גייט פֿאַרלוירן; אין בעסטן פֿאַל היט מען אָפּ אַ ביסל דערפֿון אין אַ מוזיי, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן זיך וווּנדערן פֿון די מאָדנע אַלטע חפֿצים, וואָס האָבן געהערט צו זייערע אָבֿות, ווי די שווערדן און שפּיזן פֿון מיטל־עלטערישע ריטערס. אַפֿילו הײַנט וואָלט מען געקענט (און געדאַרפֿט) שאַפֿן אַזאַ מוזיי פֿאַר די הונדערטער באַקאַנטע שפּראַכן וואָס זײַנען אונטערגעגאַנגען (פֿון די טויזנטער אומבאַקאַנטע וואָלטן ניט געווען קיין עקספּאָנאַטן, ווײַל ס׳איז פֿון זיי ניט געבליבן קיין זכר).
אין די וויטרינעס וואָלטן געלעגן כּל־מיני אַלטע כּתבֿ־ידן און מגילות, ליימענע פּלאַטעס אָנגעשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, גרויסע שטיינער מיט לאַטײַנישע און אַלט־גריכישע אויפֿשריפֿטן, עגיפּטישע היעראָגליפֿן, דאָס סימבאָלישע מאַיאַ־שריפֿט. אין דער צוקונפֿט, נאָך דעם ווי ענגליש וועט אַלץ איבערנעמען, וועט מען קענען צוגעבן ביכער אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש, וואָס די קינדער, וועלכע קומען אין מוזיי, וועלן פֿרעגן זייערערי טאַטע־מאַמעס, פֿאַר וואָס האָט מען געשטעלט אַזעלכע מאָדנע צייכנס איבער די אותיות ü און ê אאַז״וו.
אַז מע וועט געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, וועט מען הערן אַן אינטערוויו וואָס לינגוויסטן האָבן געמאַכט מיטן לעצטן שפּאַניש־רעדער אויף דער וועלט, וואָס האָט די שפּראַך שוין ניט ריכטיק געקענט, ניט האָבנדיק מיט וועמען צו רעדן. מען וואָלט געקענט געבן צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעדן איינעם פֿון די “לעצטע מאָהיקאַנער", אָבער ווער וועט האָבן געדולד צו הערן 6,000 אַזעלכע שמועסן?
אַזאַ צוקונפֿט איז באמת ניט אַזוי ווײַט ווי עס קען זיך דאַכטן: אַ פֿערטל פֿון דער מענטשהייט רעדט שוין ענגליש, אַן ערך 1.5 ביליאָן מענטשן. דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון דער ענגליש־וועלט קען מען באַטראַכטן אָדער ווי אַ דערגאַנצקייט פֿון דעם אַלטן חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט, אָדער ווי אַ קאָשמאַר: דאָס גרויסע עשירות פֿון די פֿאַרשיידענע קולטורן ווערט אײַנגעזונקען אין איין קאָלעקטיוון זומפּ. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישיסטן און העבראַיִסטן (צוזאַמען מיט די אָנהענגער פֿון אַלע אַנדערע שפּראַכן) וועלן נוטה זײַן צום צווייטן שטאַנדפּונקט; נאָר געבוירענע ענגליש־רעדער קענען אפֿשר אַרויסקוקן מיט אמתער פֿרייד אויף אַזאַ צוקונפֿט. אָבער ס׳איז כּדאַי צו געדענקען, אַז ייִדן טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן “אַלטן חלום" פֿון איין וועלטשפּראַך.

געזעלשאַפֿט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואַלן, רבותי! צו דער צײַט, פֿריצײַטיקע וואַלן אין ישׂראל! מזל־טובֿ! ווער קאָן איצטער שרײַבן וועגן ליטעראַטור? ווער מיר פּאָעזיע? וואָס מיר הויכע מאַטעריע? — איר שפּילט זיך עפּעס מיט וואַלן? איר ווייסט וויפֿל פּאָליטיקער זײַנען דאָ אין אונדזער קליינער מדינה? — אַ מענגע! האָבן זיי, די פּאָליטיקער, ליב צו שפּילן אין דער שפּיל, וואָס הייסט, וואַלן! אויסהאַלטן אַ פֿיר מיט אַ האַלב יאָר אָן דער דאָזיקער דעמאָקראַטישער פּראָצעדור קאָנען זיי ניט. ס’ווערט זיי סקוטשנע. אַ מאָל קאָנען אונדזערע פּאָליטיקער ניט אויסהאַלטן אַפֿילו צוויי יאָר. ווען מע וואָלט דורכגעפֿירט די פֿריצײַטיקע וואַלן אויפֿן חשבון פֿון די פּאַרטייען, איז עס איין זאַך; אָבער אויפֿן געלט פֿונעם פֿאָלק קאָן מען דאָך שפּילן זיך אין וואַלן אַפילו צוויי מאָל אַ יאָר, וועמען אַרט עס?
געווען בײַ אונדז אין שטעטל אַ ייִד, וואָס מע פֿלעגט אים רופֿן זיסיע־קוקורוזע. און כאָטש די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין כרושטשאָווס צײַטן, ווען דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק האָט אויף לינקס און אויף רעכטס פֿאַרזייט קוקורוזע, האָט זײַן צונאָמען "קוקורוזע", קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו כרושטשאָווס עקאָנאָמישער פּאָליטיק. זיסיע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך, אין וועלכן ס’האָבן געאַרבעט נאָר פֿרויען. איז כּדי צו מאַכן אויף די שנײַדערקעס אַן אײַנדרוק, פֿלעגט ער טראָגן אין אַ הויזן־קעשענע אַ קוקורוזע־קאַטשן, אַז די נייטאָרינס זאָלן מיינען, אַז ער האָט אין די הויזן אַ "גרויסע ווערט". ווען ס’פֿלעג שוין אָבער קומען צום ווײַזן וואָס ער קען מיט זײַן אייגענער "קוקורוזע" האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ מאַמעליגע.
די אָנפֿירער פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן, דערמאָנען מיר איצטער דעם דאָזיקן זיסיע־קוקורוזע. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע וואַל־קעשענעס ריזיקע פּראָגראַמען, מע זאָל מיינען, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאָר ווערטלעכע זאַכן. און מע פֿאָכעט איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די פּראָגראַמען־"קוקורוזעס", מע גייט איבער פֿון איין פּאַרטיי אין אַ צווייטער, מע פֿאַראייניקט זיך, מע צעטיילט זיך — ס’טוט זיך חושך. אַ טייל צענטריסטן גייט איבער אין לינקן לאַגער, אַן אַנדער טייל — אין רעכטן; אָבער ניט דערפֿאַר, וואָס די אידעאָלאָגיע, צי די פּראָגראַם פֿון דער, אָדער יענער, פּאַרטיי איז זיי נענטער צום האַרצן, נאָר מע זוכט אַ פּלאַץ אין די פּאַרטיי־רשימות, וואָס זאָל זײַן נענטער צום אָנהייב פֿון דער רשימה, און קאָן גאַראַנטירן צו ווערן אַ חבֿר־הכּנסת. דאָס איז דער עיקר! געוועזענע דעפּוטאַטן בײַטן זייערע אידעאָלאָגיעס ווי דער ישׂראלדיקער וועטער בײַט זיך אום ווינטער. אָבער ווען מע קומט שוין אין כּנסת און מע דאַרף דאָרט עפּעס טאָן מיט די פּראָגראַמען פֿון די קעשענעס, לאָזט זיך אויס — אַ מאַמעליגע.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿלוג, דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט: פֿענצטער. אַ וואָרט וואָס איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דײַטשיש. וואָס איז נאָך דאָ צו דערציילן? אַ סך.
פֿון דײַטשיש איז דאָס וואָרט אויך אַריבער צו די שוועדן: , אַ פּנים, ווײַל די ערשטע גלעזערס האָט מען אימפּאָרטירט קיין שוועדן פֿון דײַטשלאַנד. אויף האָלענדיש אויך: .
נאָר דאָס דײַטשישע וואָרט איז אַרײַן צו זיי פֿון לאַטײַניש — . אין די טעכטער־לשונות פֿון לאַטײַן לעבט עס נאָך: איטאַליעניש און קאַטאַלאָניש , פֿראַנצייזיש (דאָס היטעלע אויפֿן איז ס’רובֿ אַ סימן, אַז דורך דער צײַט איז אַרויסגעפֿאַלן אַן ), רומעניש . אינעם הײַנטיקן פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש איז דאָס וואָרט מער נישטאָ, אָבער אַ מאָל פֿלעגט מען זאָגן און finiestra. דאָס לאַטײַנישע וואָרט, ווידער, וואַקסט פֿון גרעקיש, פֿון אַ שורש - ‘ליכט, פּראַכט’. פֿון דעם שורש וואַקסן אויך די ווערטער "פֿענאָמען" און "עפּיפֿאַניע". הײַנט דער סירישער מלך פֿון חנוכּה, אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס, וואָס זײַן (אַדאָפּטירטער) נאָמען איז טײַטש ‘דער גאָט וואָס באַווײַזט זיך’; אַן עפּיפֿאַניע איז קודם טײַטש ‘דאָס באַווײַזן זיך פֿון אַ גאָט’, שפּעטער ‘דאָס באַווײַזן זיך, אָדער אײַנפֿאַלן אין קאָפּ, פֿון אַ גרויסן אמת’.
וואָס נאָך פֿאַר אַ ווערטער זענען פֿאַראַן? דאָס ענגלישע , אַ שטייגער. דאָס וואָרט וואַקסט פֿון אַ צונויפֿהעפֿט ‘ווינט־אויג’. אַזוי אויך אין דעניש און נאָרוועגיש: , און אַפֿילו אינעם הײַנטיקן שפּאַניש: , פֿון ‘ווינט’. (פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלע ווערטער פֿאַר ‘ווינט’ נעמען זיך אויך פֿון איין מקור.) דאָס הײַנטיקע פּאָרטוגאַלישע , ווידער, וואַקסט גאָר פֿונעם לאַטײַנישן , טײַטש ‘טיר’.
און די סלאַווישע לשונות? בדרך־כּלל , מיט זײַנע וואַריאַנטן: ווײַסרוסיש , אוקראַיִניש . בײַ זיי איז דאָס וואָרט פֿאַר ‘אויג’ בדרך־כּלל — בײַ די רוסן איז דאָס וואָרט פֿאַרעלטערט; אָבער דאָס מאַכט נישט אויס, איז אַ פֿענצטער אַן אויג צום דרויסן. אין דרום־סלאַוויש איז דאָ עפּעס אַנדערש: קראָאַטיש , בולגאַריש , טײַטש ‘עפּעס וואָס מע קען אַדורכקוקן’.