אין פֿלוג, דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט: פֿענצטער. אַ וואָרט וואָס איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דײַטשיש. וואָס איז נאָך דאָ צו דערציילן? אַ סך.
פֿון דײַטשיש איז דאָס וואָרט אויך אַריבער צו די שוועדן: , אַ פּנים, ווײַל די ערשטע גלעזערס האָט מען אימפּאָרטירט קיין שוועדן פֿון דײַטשלאַנד. אויף האָלענדיש אויך: .
נאָר דאָס דײַטשישע וואָרט איז אַרײַן צו זיי פֿון לאַטײַניש — . אין די טעכטער־לשונות פֿון לאַטײַן לעבט עס נאָך: איטאַליעניש און קאַטאַלאָניש , פֿראַנצייזיש (דאָס היטעלע אויפֿן איז ס’רובֿ אַ סימן, אַז דורך דער צײַט איז אַרויסגעפֿאַלן אַן ), רומעניש . אינעם הײַנטיקן פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש איז דאָס וואָרט מער נישטאָ, אָבער אַ מאָל פֿלעגט מען זאָגן און finiestra. דאָס לאַטײַנישע וואָרט, ווידער, וואַקסט פֿון גרעקיש, פֿון אַ שורש - ‘ליכט, פּראַכט’. פֿון דעם שורש וואַקסן אויך די ווערטער "פֿענאָמען" און "עפּיפֿאַניע". הײַנט דער סירישער מלך פֿון חנוכּה, אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס, וואָס זײַן (אַדאָפּטירטער) נאָמען איז טײַטש ‘דער גאָט וואָס באַווײַזט זיך’; אַן עפּיפֿאַניע איז קודם טײַטש ‘דאָס באַווײַזן זיך פֿון אַ גאָט’, שפּעטער ‘דאָס באַווײַזן זיך, אָדער אײַנפֿאַלן אין קאָפּ, פֿון אַ גרויסן אמת’.
וואָס נאָך פֿאַר אַ ווערטער זענען פֿאַראַן? דאָס ענגלישע , אַ שטייגער. דאָס וואָרט וואַקסט פֿון אַ צונויפֿהעפֿט ‘ווינט־אויג’. אַזוי אויך אין דעניש און נאָרוועגיש: , און אַפֿילו אינעם הײַנטיקן שפּאַניש: , פֿון ‘ווינט’. (פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלע ווערטער פֿאַר ‘ווינט’ נעמען זיך אויך פֿון איין מקור.) דאָס הײַנטיקע פּאָרטוגאַלישע , ווידער, וואַקסט גאָר פֿונעם לאַטײַנישן , טײַטש ‘טיר’.
און די סלאַווישע לשונות? בדרך־כּלל , מיט זײַנע וואַריאַנטן: ווײַסרוסיש , אוקראַיִניש . בײַ זיי איז דאָס וואָרט פֿאַר ‘אויג’ בדרך־כּלל — בײַ די רוסן איז דאָס וואָרט פֿאַרעלטערט; אָבער דאָס מאַכט נישט אויס, איז אַ פֿענצטער אַן אויג צום דרויסן. אין דרום־סלאַוויש איז דאָ עפּעס אַנדערש: קראָאַטיש , בולגאַריש , טײַטש ‘עפּעס וואָס מע קען אַדורכקוקן’.
פֿאַר וואָס מיר האָבן דערמאָנט "ווינדע"? איז אַזוי: אין פּוילישן ייִדיש איז דאָ אַ וואָרט "ווינדע" — ‘ליפֿט; ’ — וואָס נעמט זיך פֿונעם פּוילישן , אָבער דאָס איז דאָ נישט שייך. דאָ האָבן מיר אין זינען דאָס וואָרט "ווינדע", וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן אין די ענגליש־שפּראַכיקע לענדער האָבן געמאַכט פֿונעם ענגלישן . (פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דער היים האָט מען געזאָגט "דאָס פֿענצטער" — דרום־ייִדיש — אָדער "דער פֿענצטער" — ליטוויש ייִדיש.) אין די אינטערוויוען צום "שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּנזישע ייִדן" האָבן די פֿרעגערס זיך געשפּאַרט מיט די געפֿרעגטע, ווען די לעצטע האָבן געענטפֿערט, אַז זאָגט מען אויף ייִדיש "ווינדע". און "פֿענצטער?" האָט מען געפֿרעגט. "ס’איז נישט די זעלביקע זאַך", פֿלעגט קומען דער ענטפֿער. "אַ פֿענצטער עפֿנט זיך אַזוי" — דאָ האָט מען אָנגעוויזן אויפֿן גאַנג פֿון אַן אייראָפּעיִשן פֿענצטער, וואָס האָט צוויי פֿליגל וואָס עפֿענען זיך פֿון רעכטס און לינקס — "און אַ ווינדע עפֿנט זיך אַזוי" — אַן אַמעריקאַנער פֿענצטער, וואָס רוקט זיך אַרויף און אַראָפּ. אַוודאי האָט זיך דאָס וואָרט נישט אָנגענומען אינעם ליטעראַרישן לשון. אָבער ס’איז געווען זייער פֿאַרשפּרייט בײַם אימיגראַנטישן דור. צי איז עס אויך פֿאַרשפּרייט בײַ די הײַנטיקע חסידים, וואָס זיי שרעקן זיך נישט פֿאַר קיין אַנגליציזמען?
צום סוף, דער שיינער טערמין, פֿון לאַטײַניש, וואָס איז אַרויסגעוואָקסן פֿונעם טשעכישן בונט אָנהייב 17טן יאָרהונדערט קעגן דער האַבסבורגער אימפּעריע. אין דער צײַט האָבן די טשעכישע בונטאַרן זיך אָפּגערעכנט מיט עטלעכע הויכע עסטרײַכישע קאַטוילישע באַאַמטע דורך אַרויסוואַרפֿן זיי דורכן פֿענצטער. איז אויפֿגעקומען דער טערמין — אויף טשעכיש (כאָטש "פֿענצטער" איז ). נאָר דער בונט איז אַדורכגעפֿאַלן, האָבן די טשעכן געמוזט לײַדן די עסטרײַכישע ממשלה נאָך דרײַ הונדערט יאָר. געווען נאָך פֿאַלן פֿון אַרויסוואַרפֿן דורכן פֿענצטער אין פּראָג, דער לעצטער — דער טויט אין 1948 פֿון יאַן מאַסאַריק, דער אויסלאַנד־מיניסטער אין די 1940ער יאָר און דער זון פֿונעם ערשטן פּרעזידענט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, טאָמאַש מאַסאַריק. צי יאַן מאַסאַריק איז אַרויסגעשפּרונגען צי מע האָט אים אַרויסגעשטופּט ווייסט מען נישט ביזן הײַנטיקן טאָג.