- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ווערטער פֿאַר ׳זון׳ זענען ענלעכער ווי די פֿאַר ׳לבֿנה׳, פֿ״גל דאָס ייִדישע "זון", דאָס דײַטשישע Sonne און דאָס ענגלישע sun. פֿאַר וואָס איז ייִדיש דאָ אַנדערש פֿון דײַטשיש? וואָרן דאָס הײַנטיקע דײַטשישע וואָרט קומט בירושה פֿון מיטל־דײַטשיש, בשעת דאָס ייִדישע — פֿון בײַעריש (sunne). אָט די גערמאַנישע ווערטער קערן זיך אָן מיט די ווערטער פֿון כּמעט אַלע קרובֿישע לשונות: לאַטײַניש sol, פֿראַנצויזיש soleil (ס׳איז צווייטראַפֿיק ווײַל ס׳שטאַמט פֿון אַ לאַטײַנישן דימינוטיוו), פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש sol, איטאַליעניש sole, רומעניש soare (אויף רומעניש ווערט אָפֿט r פֿון l); טשעכיש slunce, פּויליש słońce, רוסיש solntse (דעם l רעדט מען נישט אַרויס, אָבער אין דער אָרטאָגראַפֿיע בלײַבט ער. זעען מיר, ווי די סלאַווישע ווערטער פֿאַרמאָגן סײַ דעם n וואָס אין גערמאַניש, סײַ דעם l וואָס אין ראָמאַניש). אַפֿילו אַזאַ וואָרט ווי דאָס אַלט־גרעקישע helios, נײַ־גרעקישע ilios איז פֿונעם זעלביקן אָפּשטאַם. ווי אַזוי? גאָר פּשוט: דאָרטן וווּ ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן געירשנט s איז בײַ די גרעקן דער קלאַנג קודם אַריבער צו h און דערנאָכדעם צו נול. אַז פֿון h ווערט נול איז נישט קיין זעלטנקייט: די ראָמאַנישע לשונות האָבן דאָך געירשנט פֿון דער מאַמע לאַטײַן אַ פֿריש צאַפּלדיקן h, וואָס ר׳איז בײַ זיי אַלע געוואָרן נול; רומעניש האָט h, אָבער נישט געירשנט פֿון לאַטײַן, נאָר געליגן פֿון דער פֿרעמד. אויף שפּאַניש זענען צוגעקומען נאָך ווערטער מיט h, פֿון לאַטײַנישן f — אַ שטייגער, hacer ‘טאָן מאַכן’ (פּאָרטוגאַליש fazer) — נאָר אויך דער h איז שוין לאַנג געוואָרן נול. אַפֿילו טייל ענגלענדער, די לאָנדאָנער קאָקניס, קענען קיין h נישט אַרויסברענגען, און טייל ייִדן — אָפּשטאַמיקע פֿון פּאָדאָליע, באַסאַראַביע, וואָלין און צפֿון־מיזרח־פּוילן — האָבן דאָך אויך "צרות מיטן הא". אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה. אין די אַנדערע גערמאַנישע לשונות האַלט דאָס וואָרט פֿאַר ‘לבֿנה’ די קאָנסאָנאַנטן m און n: ענגליש moon, דײַטשיש Mond אד״גל. פֿונעם זעלביקן מקור וואַקסן אויך די ווערטער פֿאַר ‘חודש’: month און Monat. דאָס ייִדישע וואָרט "חודש" וואַקסט פֿונעם שורש "חדש" — ׳נײַ׳ — אין תּוך אַרײַן איז אַ חודש א נײַע לבֿנה. הײַנט דאָס ייִדישע וואָרט "מאָנטיק", דאָס ענגלישע Monday און דאָס דײַטשישע Montag — אַלע זענען טײַטש ׳טאָג פֿון דער לבֿנה׳. אין דרום־ייִדיש רעדט מען עס אַרויס /מונטיק/, נישט-געקוקט דערויף וואָס אַזאַ מין אַרויסרעד כאַראַקטעריזירט בדרך-כּלל ווערטער וואָס זייער וואָקאַל שטאַמט פֿונעם דײַטשישן a, נישט o. פֿאַר וואָס? ווען מיר זאָלן אַפֿילו נישט פֿאַרמאָגן קיין ווערטער־ביכער פֿון מיטל־הויכדײַטש וואָלטן מיר זיך געקענט משער זײַן, אַז אין מיטל־עלטער איז דאָס דײַטשישע וואָרט געווען אַן ערך mantag. וואָס זשע העלפֿט גאָט? אין יענער צײַט האָט מען אויף דײַטשיש געזאָגט mân-tac, מיט אַ לאַנגן a, פּונקט אַזוי ווי מיר וואָלטן זיך געריכט. הייסט עס, אַז דאָס הײַנטיקע ייִדישע וואָרט איז געטרײַער דעם מיטל־עלטערישן אָבֿ ווי דאָס דײַטשישע.
דאָס ייִדישע וואָרט "קעשענע" נעמט זיך אָדער פֿון פּוילישן kieszeń (אין עלטערן פּויליש — kieszenia) אָדער פֿון אוקראַיִנישן kyshenya (אין אוקראַיִנישן ייִדיש איז, אַגבֿ, אויך דאָ "קעשעניע", מיט אַ יוד). נאָר די קענערס קענען זיך נישט דעררעדן צו דעם וואָס ס׳איז דער מקור. לויט די פּוילישע עטימאָלאָגן נעמט זיך דאָס וואָרט פֿון ווײַסרוסישן kishen, וואָס דאָס, ווידער, נעמט זיך פֿון ליטוויש. לויט די אוקראַיִנישע, אָבער, איז דאָס וואָרט פֿאַרבונדן מיט "קישקע", ווײַל אַ מאָל איז אַ קעשענע גאָר געווען אַ מאָגן צי אַ קישקע, וואָס דערפֿון האָט מען געמאַכט זעקעלעך צום טראָגן קליינע זאַכן. חוץ דעם: ווי קומט אַ לײַוואָרט פֿון ליטוויש אין אוקראַיִניש, סײַדן דורך פּויליש? בײַ די אַנדערע סלאַוון זענען פֿאַראַן אַנדערע ווערטער. דאָס טשעכישע וואָרט איז kapsa, פֿונעם לאַטײַנישן capsa ‘קעסטעלע׳ (פֿ״גל דאָס ענגלישע capsule, וואָס דאָס איז אָדער אַ פּיל אָדער אַ קליינער קאָסמאָסשיף, אָבער עטימאָלאָגיש איז עס ‘קעסטעלע’); דאָס רוסישע — karman, מסתּמא פֿון דער טורקישער משפּחה. (פֿאַראַן הונדערטער רוסישע און אוקראַיִנישע ווערטער פֿון טערקישן אָדער טורקישן אָפּשטאַם, וואָס נישט־ווייניק זענען אַרײַן אין מאַמע־לשון: arbuz, kavun, chemodan אאַז״וו.) אַנדערע ווערטער פֿאַר "קעשענע" זענען, אַ שטייגער, דאָס ענגלישע pocket, וואָס נעמט זיך פֿון אַן עלטערער פֿאָרעם פֿונעם פֿראַנצויזישן poche — העט ווען האָט מען געזאָגט אויף ענגליש poke, וואָס pocket איז דערפֿון אַ דימינוטיוו. (דאָס וואָרט poke אַליין לעבט נאָך הײַנט בלויז אינעם אויסדרוק a pig in a poke, דאָס הייסט, ‘אַ קאַץ אין זאַק, עפּעס וואָס מע קויפֿט נישט־געזעענערהייט’.) דאָס פֿראַנצויזישע poche, ווידער, שטאַמט פֿון פֿראַנקיש, דאָס לשון פֿון די גערמאַנישע שבֿטים וואָס האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן די רוימישע ממשלה אין פֿראַנקרײַך, און וואָס פֿון זיי שטאַמט טאַקע דער נאָמען France. אַזוי אַז דאָס ענגלישע וואָרט איז אַ גערמאַנישע וואָס איז אַרײַן אין ענגליש אומדירעקט, דורך פֿראַנצויזיש. פֿאַראַן נאָך אַזעלכע ווערטער: אַ שטייגער, דאָס וואָרט "האָקיי" — אויף ענגליש hockey — דער שפּאָרט וואָס מע שפּילט על־פּי רובֿ אויפֿן אײַז. דער אָבֿ איז אַ גערמאַניש וואָרט וואָס קער זיך אָן מיטן ייִדישן "האָקן" און מיטן ענגלישן hook. איז עס געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש hoquet, ‘געבויגענער שטעקן’. איז עס אַרײַן אין ענגליש, און דער שטעקן איז געוואָרן hockey, אַ ספּאָרט וואָס מע שפּילט מיט אַ שטעקן. צום סוף איז דאָס וואָרט אַרײַן אין פֿראַנצויזיש צום צווייטן מאָל, צו באַצייכענען דעם ספּאָרט. אַזאַ ברייטע האַנט, לײַען איין מאָל און נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל... אין פֿלוג, דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט: פֿענצטער. אַ וואָרט וואָס איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דײַטשיש. וואָס איז נאָך דאָ צו דערציילן? אַ סך. ס׳אַ טרויעריקער פֿאַקט, אַז אין פּוילן זענען געבליבן נישט בלויז אַזוי ווינציק ייִדן, נאָר אין די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן הונדערטער יאָרן געלעבט, בלײַבן נאָך זיי קנאַפּע רעשטלעך: די שילן זענען פֿאַרברענט געוואָרן, די בית־עולמס אָפּגעווישט אָדער פֿאַרוואָקסן, בתּי־מדרשים, מיקוואָת אד״גל איבערגעניצעוועט, איבערגעבויט אָדער גלאַט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אין הײַנטיקן פּוילן איז דווקא רעלאַטיוו גרינג צו געפֿינען וואָס ס׳איז יאָ דאָ — אין די שטעטלעך און אויף די מאַפּעס פֿיגורירן שוין אונדזערע אָביעקטן, אַנדערש ווי מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען כ׳בין ס׳ערשטע מאָל געקומען אַהער — אָבער אַז ס׳איז דאָ אַ סך, קען מען נישט זאָגן. נאָר לאָמיר בעסער איבערלאָזן די פּסיכאָלאָגיע און אַריבערגיין צום לשון. ייִדן האָבן אין פּוילן אויך געהאַט אייגענע נעמען פֿון שטעט און שטעטלעך, טײַכן, אַפֿילו גאַסן. אויף אַ פּשוטער מאַפּע, אָבער, געפֿינט מען נישט קיין ייִדישע נעמען. דאַרפֿן מיר מאַכן אַן אייגענע מאַפּע. אינעם ייִוואָ אַרבעט איך איבער אַזאַ פּראָיעקט — קודם, צונויפֿשטעלן אַ רשימה ייִדישע ערטערנעמען פֿון גאַנץ מיזרח־אייראָפּע, דערנאָכדעם אַרײַנשרײַבן די נעמען אויף דער מאַפּע. וועט מען הלוואַי אין גיכן זען אַ ייִדישע מאַפּע אויף דער אינטערנעץ. דאָ אין פּוילן פֿאַרנעם איך זיך מיט אַן אַרבעט וועגן ייִדישע שרײַבער פֿון לאָדזש און אַרום, פֿיל־ווינציקער פֿון דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער לאָדזשער וואָיעוואָּדשאַפֿט. איז מיט איין קוק אויף דער מאַפּע דערזעט מען צענדליקער אַזעלעכע פּוילישע נעמען, וואָס מע ווייסט, אַז ייִדישע עקוויוואַלענטן האָבן זיי אויכעט. און אַז מע פֿאָרט מיט דער באַן איבער פּוילן, ווילט זיך אַרויסנעמען אַ פּען און צוגעבן די סטאַנציעס זייערע ייִדישע נעמען... אין יעדן קלאַס און אויף יעדער לעקציע וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע דערמאָנט דער לערער, צי דער רעדנער, אַז ייִדיש האָט דרײַ עקוויוואַלענטן פֿאַרן ענגלישן (לייען: אַמעריקאַנישן) store: "קראָם", "קלייט" און "געוועלב". נישט אומזיסט האָט די באַקאַנטע לערערקע און רעדאַקטאָרשע שבֿע צוקער אַ מאָל קאַטאָוועסדיק אַ זאָג געטאָן, אַז "אַדוואי קענען מיר ייִדיש בעסער פֿון אונדזערע באָבעס און זיידעס. אָט האָבן זיי געהאַט בלויז צו איין וואָרט פֿאַר store, בשעת מיר אַלע קענען גאַנצע דרײַ: קראָם, קלייט, געוועלב". פֿונעם טייטלבוים איז דער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען PHOENIX dactylifera — גרעקיש-לאַטײַנישע ווערטער מיטן טײַטש, מסתּמא, ׳פֿעניקישער טייטל-טרעגער׳. די פֿעניקיער זענען דאָך געווען אַ סעמיטיש פֿאָלק בײַם מיטל-ים; פֿון זיי האָבן די גרעקן געקענט באַקומען דעם טייטלבוים. דאָס אַלט-גרעקישע וואָרט פֿאַרן טייטל, וואָס ס׳איז אויך דער אָבֿ פֿונעם רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען, איז daktylos — ׳פֿינגער; טייטל׳. (ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָס דאָס וואָרט פֿאַר ׳פֿינגער׳; וועגן הײַנטיקן גרעקישן וואָרט פֿאַר ׳טייטל׳ וועט באַלד קומען צו רייד.) פֿאַר וואָס ׳פֿינגער׳? אַ פּנים, וואָרן די פֿאָרעם פֿון אַ טייטל איז ענלעך צו אַ פֿינגער. דאָס הײַנטיקע ענגלישע וואָרט איז, פֿאַרשטייט זיך, date, נאָר מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען אויף ענגליש געזאָגט finger apple. אַז אויף גרעקיש איז ׳נאַכט׳ — nikta און ׳אַכט׳ — okto, טאָ פֿאַר וואָס זשע זאָגט מען אויף ייִדיש נישט "דאַכטל", נאָר "טייטל"? צוליבן לינגוויסטישן פּרינציפּ, אַז קרובֿישע ווערטער, פֿון איין שטאַם, אַנטוויקלען זיך אויף אַן אַנדער אופֿן ווי נישט-קרובֿישע לײַווערטער. וואָלט דאָס ייִדישע וואָרט געוואָקסן פֿונעם זעלביקן מקור וואָס דאָס גרעקישע, וואָלט מען אפֿשר געזאָגט *דאַכטל אויף ייִדיש, Dachtel* אויף דײַטשיש. נאָר דווקא ווײַל ס׳איז אַ לײַוואָרט, זאָגט מען אויף דײַטשיש Dattel, כּמעט אידענטיש מיטן שפּאַנישן dátil, אַ שטייגער. Prunus domestica — (סתּם) פֿלוימענבוים; P. cerasifera — מיראָבאַלאַן; P. intermedia — אייערפֿלוים; P. insititia — טערנעסליפֿקע; P. maritima — באָרטנפֿלוים; P. nigra — שוואַרצפֿלוים; P. salicina — יאַפּאַנישע פֿלוים; P. spinosa — דאָרנדיקע פֿלוים; P. ursina — בערנפֿלוים. חוץ דעם געפֿינט מען אין אַנדערע מקורים אויך P. americana, אַ זגאַל וואָס שטאַמט, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דעם קאָנטינענט און וואָס איז דאָ געווען באַקאַנט נאָך פֿאַרן אָנקום פֿון אייראָפּעער, ווי אויך P. damascene — פֿון דמשׂק, סיריע, הייסט עס. די דאָרנדיקע פֿלוים איז אַ ביטערע, וואָס מע עסט נישט, נאָר וואָס דערפֿון מאַכט מען יאָ דזשין — sloe gin אויף ענגליש. די באָרטנפֿלוים איז אַ זגאַל וואָס וואַקסט נאָר בײַם ברעג ים — אויב מע פּרוּווט זי האָדעווען אַנדערש וווּ קריגט מען נישט קיין פֿרוכט! די יאַפּאַנישע פֿלוים קומט גיכער פֿון כינע ווי פֿון יאַפּאַן, אָבער איז זייער פֿרי אַריבער צו די יאַפּאַנער, וואָס האָבן זי געמאַכט פֿאַר אַן אייגענער. דאָס ייִדישע וואָרט "פֿלוים" איז פֿאַרבונדן מיטן נײַ־הויכדײַטשישן Pflaume און מיטן מיטל־הויכדײַטשישן phlûme. טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז חוץ דעם, וואָס וווּ אויף דײַטשיש איז דאָ pf וואָרט־אײַן איז אויף ייִדיש אַלע מאָל דאָ בלויז פֿ־, זענען דאָ גאַנץ ווייניק אַזעלעכע ווערטער אויף דײַטש — און כּמעט אַלע זענען לײַווערטער פֿון לאַטײַניש. הייסט עס, אַז אַזאַ קלאַנג, וואָס איז אַזוי דײַטש, אַז מער דײַטש קען עס שוין נישט זײַן, איז גאָר אַ סימן פֿון אַ לײַוואָרט. דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט — "דאַך". אָבער פֿון אים קען מען זיך אַ סך אָפּלערנען וועגן די וועגן און שטעגן פֿון מאַמע־לשון. דאָס ייִדישע וואָרט "דאַך" נעמט זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דײַטש (Dach); פֿון דײַטש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין פּויליש און אוקראַיִניש. אַ דאַך איז דאָך אַ דעקונג, קער ער זיך טאַקע אָן מיטן ווערב "דעקן". וואָסערע ענגלישע ווערטער זענען דאָ שייך? נישט roof — זײַן אָפּשטאַם איז נישט באַוווּסט; cover איז אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש; deck, אַזוי ווי אַ סך ווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות מיט שיפֿן, איז אַ לײַוואָרט פֿון האָלענדיש. דער עטימאָלאָגישער עקוויוואַלענט פֿון ייִדישן "דאַך" — דער קאָגנאַט — איז גאָר thatch, לויט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך: "שטרויענער דאַך" אָדער "דאַכשטרוי". צי זענען די אָבֿות פֿון מאַרגאַרעט טאַטשער — אין דער אמתן, פֿון איר מאַן — געווען דאַכדעקערס? זײַן וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען איז Prunus amygdalus; ער געהערט צום זעלביקן מין, Prunus, וואָס די פֿלוים, די קאַרש, דער ווײַנשל, די פֿערשקע און דער אַפּריקאָס. דער מין איז אַ טייל פֿון דער משפּחה רויזנבלומיקע. דער לאַטײַנישער נאָמען פֿונעם מין קערט זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "פֿלוים", אָבער דאָס איז אַ באַזונדערע מעשׂה. דער נאָמען פֿונעם זגאַל איז אַרײַן אין לאַטײַניש פֿון גרעקיש און ווײַטער זיך צעשפּרייט איבערן קאָנטינענט. נאָר פּונקט ווי דער וועלטשענער נוס, ווערט דער מאַנדל נישט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ נוס ממש, נאָר פֿאַר אַ ביינדלפֿרוכט. נאָר מיר האַלטן זיך, ווי געזאָגט, בײַ דער פֿאָלקס־באָטאַניק. כּידוע איז אַ מאַנדל נישט נאָר אַ פּרי, נאָר אויך אַ טייל פֿונעם גוף, אַ קליינער אָרגאַן וואָס געפֿינט זיך הינטערן גומען און וואָס העלפֿט אָפּצוהיטן דעם גוף פֿון פֿאַרשיידענע קרענק. ער הייסט "מאַנדל", וואָרן זײַן פֿאָרעם דערמאָנט אין דער פּרי מיט דעם נאָמען. דער מקור פֿון כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען איז, ווי געזאָגט: גרעקיש -amygdal. אין הײַנטיקן גרעקיש איז amygdalo דער מאַנדל וואָס מע עסט, בשעת amygdali איז דער גוף-טייל. וואָס איז דאָס אַזוינס אַ נוס? אַ געוויסע האַרטע פֿרוכט פֿון אַ בוים. אַ נוס האָט אַ שאָלעכץ פֿון דרויסן און פֿעטס אינעווייניק. לויט די לעצטע, פּשוט-פֿאָלקישע קריטעריעס גייען אין דעם אַרײַן וועלטשענע/וועלשענע/וועלישע ניס, מאַנדלען, האָזענע ניס/האָזניס/האָזנניס/האָזלניס/האָזישע ניס, חזיר-ניסלעך, קאַשטאַנען/קאַשטאַנעס/קאַשטענעס/קעסטן, פֿיסטאַשקעס, קאַשוען, פּעקאַנען/פּעקאַנניס, בראַזילער ניס, סאָסנע-קערעלעך, ערדניסלעך/ארץ-ישׂראל-ניס/רבי-ניסלעך/סטאַשקעס. לויט די וויסנשאַפֿטלעכע קריטעריעס זענען ס׳רובֿ "ניס" גאָר קיין ניס נישט, אָבער דאָ וועלן מיר גיין מיט דער פּשוט־פֿאָלקישער באָטאַניק. וואָס שייך די ווערטער פֿאַר ‘נוס’ אַליין איז די מעשׂה אַזאַ: פּונקט ווי ס׳ייִדישע "נוס", וואַקסן ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען פֿון אַן אַלטן שורש וואָס קערט זיך אָן מיטן וואָרט ‘קנעכל’ — אפֿשר ווײַל סײַ אַ קנעכל, סײַ אַ נוס איז האַרט. פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט, nux, וואַקסן אַלע ראָמאַנישע ווערטער: דאָס פֿראַנצויזישע noix, דאָס איטאַליענישע noce, דאָס רומענישע nucă, דאָס שפּאַנישע nuez, דאָס פּאָרטוגאַלישע noz. פֿון אַן אַנדער אָפּצווײַג פֿון דעם שורש וואַקסן דאָס ענגלישע nut, דאָס דײַטשישע Nuß, דאָס האָלענדישע noot, דאָס פֿלעמישע not. פֿונעם לאַטײַנישן nux וואַקסט אויך דאָס וואָרט nucleus ‘יאָדער׳ . אין די סלאַווישע און באַלטישע לשונות איז דאָס וואָרט אין גאַנצן אַנדערש: רוסיש orekh, פּויליש orzech, טשעכיש ořech, ליטוויש riešutys אאַז״וו. פֿון וואַנעט זיי וואַקסן ווייסט מען נישט — אפֿשר פֿון אַ קאַווקאַזישן לשון ווי, אַ שטייגער, גרוזיניש. אויף אַלטגרעקיש karyon, אויף נײַגרעקיש karydi, וואָס ביידע ווערטער קערן זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "האַרט" — נישט קיין וווּנדער. די טערמינען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט קנאָבל זענען זייער אינטערעסאַנטע. דאָס ייִדישע "קנאָבל״ איז, אַפּנים, אַ קירצונג פֿונעם דײַטשישן Knoblauch — אַזעלעכע קירצונגען געפֿינט מען אויך אין דײַטשישע דיאַלעקטן. Knoblauch אַליין שטאַמט פֿון אַן עלטער וואָרט klobelauch, אַ צונויפֿהעפֿט פֿון צוויי ווערטער וואָס זענען טײַטש ׳געשפּאָלטן׳ און ׳ציבעלע׳ — דער קנאָבל לאָזט זיך דאָך צעטיילן אויף חלקים, וואָס אויף ייִדיש רופֿט מען זיי "ציינדלעך״. דאָס ענגלישע garlic איז אויך אַ צונויפֿהעפֿט, פֿון gar ׳שפּיז׳ און lic ׳ציבעלע׳ — פֿ״גל דאָס ענגלישע leek און דאָס דײַטשישע Lauch ׳פּאָרע-ציבעלע׳. אין דער ראָמאַנישער שפּראַך-משפּחה געפֿינט מען ס׳רוב אָפּשלאָגן פֿונעם לאַטײַנישן allium: פֿראַנצויזיש ail, פּאָרטוגאַליש alho, איטאַליעניש aglio, שפּאַניש ajo. בלויז רומעניש האָט דאָ אַרויסגעוויזן "שאַפֿערישקייט״: דאָרטן איז דאָס וואָרט usturoi, פֿון אַ לאַטײַנישן ווערב ustulare ׳(פֿאַר)ברענען׳ — ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס. די סלאַווישע טערמינען: פּויליש czosnek, טשעכיש česnek, רוסיש chesnok אאַז״וו — זענען פֿאַרבונדן מיט אַן אַלטן ווערב וואָס איז אויך טײַטש — ׳שפּאַלטן׳, און אפֿשר אויך מיטן ווערב פֿאַר ׳קעמען׳. (מיטן וואָרט פֿאַר ׳טייל׳ — פּויליש część אד״גל — איז עס נישט קיין קרובֿ, נישט-געקוקט אויף די האָפֿענונגען פֿונעם שרײַבער פֿון די שורות...) |