- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ניו־יאָרק (ייִט״אַ) — שעלי פֿײַן, אַ 63־יאָריקער מאַן, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דינסטיק בײַנאַכט, פֿאַרשפּרייט אויף אַ פּאָפּולערן ניו־יאָרקער בלאָג זײַן אינפֿאָרמאַציע און אַ רוף, צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן "סענדי". אין דער פֿרי, ווען פֿײַן האָט זיך אויפֿגעוועקט, האָט ער געפֿינען 163 ענטפֿערס אויף זײַן רוף. צוזאַמען מיט אַנדערע פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן, פּרוּווט ער צו אָרגאַניזירן אַ גרופּע צו העלפֿן די אָרטיקע עוואַקואַציע־צענטערס. פֿײַן האָט איבערגעגעבן, אַז די ניו־יאָרקער ייִדישע קהילה האָט זייער אַקטיוו רעאַגירט אויף דער קאַטאַסטראָפֿע. אַ סך שילן, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַ סך יחידים האָבן פֿאָרגעלייגט זייער הילף. פֿײַנס גרופּע האָט געשיקט דאָקטוירים, כּדי צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן. די העלפֿער פֿאַרשפּרייטן שפּײַז, בגדים און שפּילעכלעך פֿאַר קינדער. צענדליקער טויזנטער ניו־יאָרקער אין אַלע פֿינף ראַיאָנען פֿון דער שטאָט האָבן נאָך נישט קיין עלעקטריע און באַהייצונג, ווײַל דער הוראַגאַן האָט צעשיידיקט אַ גרויסן טייל פֿון דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. אַ סך אײַנוווינער זענען עוואַקויִרט געוואָרן אין צײַטווײַליקע מיקלט־פּלעצער אָדער בלײַבן אין דער היים אָן שפּײַז און אַנדערע נויטיקע באַדערפֿענישן. פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט די אָרגאַניזאַציע "אורי וצדק" — אַן אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון סאָציאַלן יושר, צעטיילט שפּײַז און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק. 45 וואָלונטירן האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף "אורי וצדקס" אינטערנעץ־רוף. יעל קעלער, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערציילט, אַז די באַטייליקטע אין דער הילף־מיסיע האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך עלעקטרישע קעשענע־לעמפּלעך און געשטאַנען גלײַך אויף די גאַסן, פֿאָרלייגנדיק אַלעמען וואַסער צו טרינקען. אַ טייל פֿאַרבײַגייער האָבן געטענהט, אַז זיי האָבן נישט קיין ליכט אין שטוב. די וואָלונטירן האָבן זיך אויפֿגעהויבן מיט די געליטענע אין די פֿינצטערע דירות און זיי געהאָלפֿן אין שטוב. באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג. פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן. פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט. אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס. די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט. דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער. די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט. ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן. פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון." ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן"; וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט". מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011 דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט. די תּורה דערציילט אונדז, אַז זי איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 127 יאָר און באַערדיקט געוואָרן אין חבֿרון, אין דער מערת־המכפּלה, וועלכע אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט בײַ עפֿרון החתּי. ווײַטער ווערט דערציילט ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן. אַ ספֿרדישע קהילה האָט אויך געהאַט אירע שילן אין דרום־בראָנקס, און דער "ספֿרדישער ייִדישער צענטער" אויף וואָלטאָן־עוועניו האָט זיך דאָרטן געפֿונען ביז די 1970ער יאָרן, ווען זי האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין פֿאָרעסט־הילס, קווינס. ס׳רובֿ ספֿרדישע בראָנקסער ייִדן זענען געקומען פֿון טערקײַ און גריכנלאַנד. אָבער אַחוץ דער רעלאַטיוו קליינער גרופּע האָבן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אָנגעפֿילט די שילן אין בראָנקס ביז די גרויסע ירידה האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף 1960ער יאָרן. הײַנט איז שוין נישטאָ ווער עס זאָל אַנטלויפֿן. אין 2003 זענען געבליבן אין בראָנקס 45,000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דעם וואָס ס׳איז געווען מיט צען יאָר פֿריִער. אין 1948 זענען געווען מער ייִדן אין בראָנקס ווי אין דער נײַער ישׂראל־מדינה. הײַנט געפֿינט זיך די גרעסטע ייִדישע קהילה אין בראָנקס אין ריווערדייל, אָבער זעלטן ווען וועט אַ ריווערדיילער ייִד זיך אָנערקענען ווי אַ בראָנקסער. די ייִדישע קהילה אין פּעלהאַם־פּאַרקוויי איז געוואַקסן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, אַ דאַנק דער אימיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן, אָבער עס זעט אויס, אַז דער צווייטער דור רוסישע ייִדן האָט זיך שוין אַריבערגעצויגן קיין ריווערדייל, קווינס און ברוקלין. נו, מע לעבט מער נישט לויט דעם ביבלישן שׂכל פֿון "אָבֿות יאכלו בוסר ושיני הבנים תּקהינה" (די טאַטעס וועלן מער נישט עסן קיין נישט־צײַטיקע פֿרוכט, אַז דעם קינדערס ציין זאָלן קאַליע ווערן", אָדער לויטן ווערטל: "טאַטע-מאַמעס זינדיקן, און קינדער קומען אָפּ"). דער דאָזיקער כּלל האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרעלטערט, כאָטש אַזוי גלייבן מיר. דער ישׂראל-דײַטשישער דאָקומענטאַר "היטלערס קינדער" (Hitler’s Children בלע"ז), וואָס זײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 16טן נאָוועמבער, באַהאַנדלט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די אָפּשטאַמלינגען פֿון די העכסטע נאַצישע קאָמאַנדירן לעבן הײַנט מיטן עבֿר פֿון זייערע משפּחות. דער פֿילם באַשטייט פֿון לאַנגע אינטערוויוען אָדער, בעסער געזאָגט, מאָנאָלאָגן, מיט אַזעלכע פּאַרשוינען ווי רײַנער העס, דאָס אייניקל פֿון רודאָלף העס, דער קאָמענדאַנט פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ. רײַנער ווערט פֿילמירט בעתן פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן קיין אוישוויץ, און דאָרט רעדט ער מיט די ישׂראלדיקע תּלמידים און מיט אַ לעבן-געבליבענעם פֿון חורבן — אַזאַ מין סליחות-פֿעסטיוואַל. ס׳אַ טרויעריקער פֿאַקט, אַז אין פּוילן זענען געבליבן נישט בלויז אַזוי ווינציק ייִדן, נאָר אין די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן הונדערטער יאָרן געלעבט, בלײַבן נאָך זיי קנאַפּע רעשטלעך: די שילן זענען פֿאַרברענט געוואָרן, די בית־עולמס אָפּגעווישט אָדער פֿאַרוואָקסן, בתּי־מדרשים, מיקוואָת אד״גל איבערגעניצעוועט, איבערגעבויט אָדער גלאַט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אין הײַנטיקן פּוילן איז דווקא רעלאַטיוו גרינג צו געפֿינען וואָס ס׳איז יאָ דאָ — אין די שטעטלעך און אויף די מאַפּעס פֿיגורירן שוין אונדזערע אָביעקטן, אַנדערש ווי מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען כ׳בין ס׳ערשטע מאָל געקומען אַהער — אָבער אַז ס׳איז דאָ אַ סך, קען מען נישט זאָגן. נאָר לאָמיר בעסער איבערלאָזן די פּסיכאָלאָגיע און אַריבערגיין צום לשון. ייִדן האָבן אין פּוילן אויך געהאַט אייגענע נעמען פֿון שטעט און שטעטלעך, טײַכן, אַפֿילו גאַסן. אויף אַ פּשוטער מאַפּע, אָבער, געפֿינט מען נישט קיין ייִדישע נעמען. דאַרפֿן מיר מאַכן אַן אייגענע מאַפּע. אינעם ייִוואָ אַרבעט איך איבער אַזאַ פּראָיעקט — קודם, צונויפֿשטעלן אַ רשימה ייִדישע ערטערנעמען פֿון גאַנץ מיזרח־אייראָפּע, דערנאָכדעם אַרײַנשרײַבן די נעמען אויף דער מאַפּע. וועט מען הלוואַי אין גיכן זען אַ ייִדישע מאַפּע אויף דער אינטערנעץ. דאָ אין פּוילן פֿאַרנעם איך זיך מיט אַן אַרבעט וועגן ייִדישע שרײַבער פֿון לאָדזש און אַרום, פֿיל־ווינציקער פֿון דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער לאָדזשער וואָיעוואָּדשאַפֿט. איז מיט איין קוק אויף דער מאַפּע דערזעט מען צענדליקער אַזעלעכע פּוילישע נעמען, וואָס מע ווייסט, אַז ייִדישע עקוויוואַלענטן האָבן זיי אויכעט. און אַז מע פֿאָרט מיט דער באַן איבער פּוילן, ווילט זיך אַרויסנעמען אַ פּען און צוגעבן די סטאַנציעס זייערע ייִדישע נעמען...
דוד האָפֿשטיין
געשען איז די געשיכטע אין יאָר 1991 אין חיפֿה, אין צײַט פֿון דער גאָלף־מלחמה, ווען די "סקאַד"־ראַקעטן זײַנען געפֿלויגן, און ,דער עיקר, האָבן זיי אָנגעגריפֿן דעם שפּיטאָל. דאָ האַנדלט זיך אין אַ מיש־מאַש, ווען צוויי עופֿעלעך וואָס מען האָט על־פּי־טעות פֿאַרביטן. דאָס ייִדישע קינד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אַן אַראַבישער פֿרוי פֿון די שטחים, אין דער משפּחה פֿון ליילאַ און סאַיִד אַלבעזאַאַז (אַרין אָמאַרי און כאַליפֿאַ נאַטור), און דאָס אַראַבישע קינד — אין די הענט פֿון ייִדישע עלטערן, אָדית און אַלון זילבערמאַן (עמנואלה דעוואָס און פּאַסקאַל ערבע) אין תּל־אָבֿיבֿ. דער אַראַבישער בחור, דער ייִד, הייסט עס, איז יאַסין (מעהדי דעבהי), און יוסף זילבערמאַן — דער ייִד (יוליס סיטרוק). ווען די צוויי בחורים קומען צו דער עלטער פֿון אַכצן, דערוויסן זיי זיך, אַז זיי געהערן נישט צו דער משפּחה, מיט וועלכער זיי האָבן אָפּגעלעבט זינט זייער געבורט. די טאַטעס, נאָכן דערוויסן זיך, זײַנען מלא־רציחה, נאָר די מאַמעס נעמען עס אויף בשתּיקה, ליבלעך און רעזיגנירט. די קינדער האָדעווען זיך בײַ איבערגעגעבענע עלטערן. דאָס גרויס וווּנדער קומט פֿאָר מיטן ייִדיש־אַראַבישן בחור יאַסין, וואָס כאָוועט זיך בײַ די אַראַבישע עלטערן, בײַ אַ טײַערער און איבערגעגעבענער מאַמע. דער טאַטע איז אַ מעכאַניקער און האָט ליב מוזיק. הײַנט פֿאַרריכט ער די מאָטאָרן פֿון צעקאַליעטשעטע אויטאָס. דער געראָטענער און שיינער בחור זייערער יאַסין שטודירט מעדיצין אין פּאַריז און האַלט בײַם ווערן אַ דאָקטער. יוסף ווידער, דאָס אַראַבישע ייִנגל, וואָס כאָוועט זיך בײַ די ייִדישע עלטערן, פֿאַרקויפֿט אײַזקרעם און ליאָדעס אויף דער פּלאַזשע פֿון תּל־אָבֿיבֿ און האָט ליב מוזיק. ווען ביידע בחורים באַגעגענען זיך נאָך דעם ווי זיי געפֿינען אויס, אַז מען האָט זיי פֿאַרביטן, הייבן זיי אָן צו באַקענען זיך, דערוויסן זיך וועגן זייערע משפּחות, ברידער און שוועסטער. די באַלפֿור־דעקלאַראַציע אין דער צײַט זײַנען געווען אַזעלכע ווילדע זאַכן: עס זײַנען געווען וואַלן צו אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, שפּעטער גאָר קיין מאָל ניט געקענט צונויפֿקומען. אַ ביסל פֿריִער איז צו אונדז דערגאַנגען די מעשׂה מיט דער באַלפֿור-דעקלאַראַציע. אויף וויפֿל איך קען זיך דערמאָנען, איז דער ענין ניט אַזוי גלײַך דערגאַנגען — ס׳איז דאָך געווען אַ מלחמה, מען איז געווען אָפּגעריסן, און בשעת עס זײַנען דערגאַנגען די ערשטע קלאַנגען וועגן דעם, האָט מען ניט אַזוי קלאָר געוווּסט וואָס און ווען און ווי. בשעת מען האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, איז אין איינעם פֿון די אָוונטן אין הויז פֿון די קריינים, אַ רײַכער ייִד, וואָס איז געווען דובנאָווס אַ שטענדיקער חסיד, געווען אַ זיצונג פֿון אַ 7־8 מענטשן [צו דיסקוטירן], צי די באַלפֿור־דעקלאַראַציע האָט געביטן עפּעס וואָס, צי ס׳איז ניט געקומען אַ נײַע סיטואַציע פֿאַר ייִדן. און כּמעט אַלע האָבן געהאַלטן, אַז דאָס הייסט ניט, אַז עס וועט זײַן אַ ייִדישע מלוכה, און מען איז געווען זייער צופֿרידן, אַז עס וועט ניט זײַן אַ ייִדישע מלוכה. עס הייסט, עס וועט זײַן אַן ענגלישע קאָלאָניע, וואָס וועט האָבן אַ גוטע באַציִונג צו די ייִדן וואָס וועלן אימיגרירן קיין ארץ־ישׂראל. |