ליטעראַטור

נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער




1

בעלאַ האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף, ווי מע וואָלט זי פֿון דאָרט אַרויסגעטריבן. זי האָט זיך אַזש אונטערגעהויבן, געאָטעמט קורץ, פּרוּוונדיק כאַפּן דעם גיכן קלאַפּ פֿון האַרץ. ענדלעך, האָט זי פֿאַרהאַלטן אַ רגע די לופֿט און שוין רויִק אַוועקגעלייגט דעם קאָפּ אויפֿן קישן.
זי האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און זיך אײַנגעקוקט אין דער פֿינצטערניש, געזוכט מיטן בליק יענע באַנק אינעם פּאַרק, וווּ ס’איז ערשט געזעסן דאָס יונגע פּאָרעלע, זיך אַרומגענומען, געקושט, ווי פֿאַרחלשט, קוים געזיפֿצט, אַבי נישט אָפּצורײַסן די ליפּן איינער פֿונעם אַנדערן. זי האָט אין די צוויי יונגע לײַט באַלד דערקענט מאַרקן און זיך אַליין. אין פּאַרק האָבן זיי זיך געטראָפֿן אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן אומקערן זיך פֿון קאַראָלינאָ־בוגאַז. אַהין, אין דעם שיינעם דערפֿל, בײַם שוואַרצן ים, נישט ווײַט פֿון אָדעס, זײַנען זיי געקומען זיך דורכלופֿטערן דעם קאָפּ, איידער מע פֿאָרט צוריק שטודירן.
בעלאַ האָט צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דעם ערשטן קורס פֿונעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין קעשענעוו. זי האָט זיך געלערנט צו זײַן אַ לערערין פֿון ענגליש. אין קאַראָלינאָ־בוגאַז איז זי שוין געווען עטלעכע מאָל, אָבער פֿריִער פֿלעגט זי פֿאָרן מיט דער מאַמען, אונטער איר שטרענגן אויפֿזיכט. אין דעם זומער איז זי אַהער געקומען אַליין, כאָטש די מאַמע איז דערמיט געווען נישט זייער צופֿרידן. “טאַקע ווײַל דו ביסט שוין אַ גרויסע מויד, — האָט זי געטענהט, — וואָלט פֿאַר מיר בעסער געווען, כ’זאָל זײַן לעבן דיר." און צוגעגעבן, ווי דערקלערט עמעצן: “כ’קען זיי, די הײַנטיקע ייִנגלעך..."
מאַרק איז דווקא געקומען אַהין צום ערשטן מאָל און נישט אַליין, נאָר מיט זײַן חבֿר, אַליק. ביידע האָבן זיי זיך געלערנט אין מאָסקווע אינעם אַרכיטעקטור־אינסטיטוט, און זיך געהאַלטן ווי גרויסשטאָטישע סנאָבן, וואָס זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דער פּראָווינץ זיך אַ ביסל פֿאַרווײַלן מיט די קליינשטעטלדיקע “באַרישניעס".
בעלאַ, ווי פֿריִער, האָט זיך אָפּגעשטעלט אינעם פּאַנסיאָנאַט “דעלפֿין". אין די זומערדיקע פֿאַניר־שטיבלעך, אָפּגעפֿאַרבט פֿון דרויסן און פֿון אינווייניק מיט אַ טונקל־בלויער איילפֿאַרב, זײַנען קיין ספּעציעלע באַקוועמלעכקייטן נישט געווען: צוויי אײַזערנע בעטלעך, אַ שאַפֿקעלע צווישן זיי; צו איין וואַנט צוגעקלאַפּט אַ שמאָל ברעטל מיט פֿיר הענגערס — יעדן אײַנוווינער צו צוויי הענגערס; דאָס שמאָלע פֿענצטערל איז פֿאַרהאָנגען געווען מיט אַ ציצן פֿירהענגל, אַן אויסגעברענטס אויף דער זון. דער דיל — באַדעקט מיט אַ ברוינעם לינאָלעום, ערטערווײַז אויסגעריבן, און פֿון דער סטעליע, אַקוראַט אין מיטן, צוגעפֿעסטיקט מיט איין עק צו אַ ווײַסן פּלאַסטיק־אַבאַזשור, איז אַראָפּגעהאָנגען אַ שמאָלע קלעפּיקע פּאַפּיר־סטענגע. זי האָט אויסגעזען ווי אַ פּרוזשינע, וואָס מ’האָט ערשט אַרויסגעשלעפּט פֿון אַ סלוי מיט האָניק. די דאָזיקע, דאַכט זיך, פּרימיטיווע זאַך האָט געהאַט אַן אוניווערסאַלע אייגנשאַפֿט — צו כאַפּן פֿליגן און קאָמאַרן. ריכטיקער געזאָגט, פֿלעגן, נעבעך, די פֿליגן און קאָמאַרן זיך אַליין צו דער סטענגע צוקלעפּן און שוין אויף איר געפֿינען זייער סוף.